קדושים א
מהלשון "יהיה לכם" משמע שנוסף על החפצא שבערלה ("ערלתו") ישנו גם פעולת האדם (הגברא - "יהיו לכם ערלים"), ולכן מובן שמונה משעת נטיעתו (ואיסור גברא הוא נוסף על איסור החפצא שבו, ולכן גם אם הצניעו לאחר ג' שנים, מ"מ אסור מצד החפצא).
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אין פסוק1 „וכי תבואו אל הארץ ונטעתם גו׳ וערלתם גו׳ פריו שלש שנים יהי׳ לכם ערלים לא יאכל", שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „שלש שנים יהי׳ לכם ערלים" און איז מפרש: „מאימתי מונה לו משעת נטיעתו".
לערנען מפרשים2, אַז דערמיט מיינט רש"י באַוואָרענען, אַז דער מנין פון די „שלש שנים" איז ניט „משעה שעושה פרי", נאָר „משעת נטיעתו"; און דאָס לערנט מען אָפּ פון דעם וואָרט „ונטעתם"3 — „לומר דמשעת נטיעה מונין".
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) אויב דער גאַנצער הכרח אַז „מונה לו משעת נטיעתו" איז פון וואָרט „ונטעתם"4 — האָט דאָך רש"י געדאַרפט מעתיק זיין (אויך) דעם וואָרט אין דעם דיבור־המתחיל?
די שאלה איז נאָך שטאַרקער: דער מקור פון דעם פירוש איז פון תורת כהנים5, און דאָרטן ברענגט זיך טאַקע דער לימוד (בהמשך צו די דרשות) אויף „ונטעתם גו׳" — אָבער רש"י איז משנה פון תורת כהנים, און ברענגט עס אויף די ווערטער6" „שלש שנים יהי׳ לכם
ערלים", און דערמאָנט אינגאַנצן ניט דעם וואָרט „ונטעתם".
ב) אָן דעם וואָרט „ונטעתם" — פון וואַנעט ווייס מען בפשוטו ש"מ אַז דאָס איז משעת נטיעתו און ניט „פריו ג׳ שנים" דריי יאָר פון פירות וואַקסען4?
ג) וואָס איז די אריכות אין רש"י סיי בההעתקה פון פסוק סיי — בלשונו „מאימתי מונה לו" — ער האָט געדאַרפט זאָגן בקיצור: „שלש שנים7 — משעת נטיעתו"?
[אע"פ אַז אַזוי איז דער לשון אין תורת כהנים — איז אָבער (ווי גערעדט כמה פעמים) ניט ענינו של רש"י בפירושו על התורה צו מעתיק זיין דרשות רז"ל בלשונן, נאָר ער איז מפרש פשוטו של מקרא; וואָס דערפאַר איז רש"י אָפט־מאָל משנה (ופשיטא — משמיט) פון לשון רז"ל, בהתאם צום פירוש הכתוב ע"פ פשוטו של מקרא].
ב. דער ביאור אין דעם:
רש"י׳ן בפשטות אַרט דאָ די אריכות הלשון אין פסוק „שלש שנים יהי׳ לכם ערלים": עס שטייט דאָך שוין פריער „וערלתם ערלתו את פריו", היינט פאַרוואָס חזר׳ט איבער דער פסוק נאָכאַמאָל די ווערטער „יהי׳ לכם ערלים", און זאָגט ניט בקיצור: „וערלתם ערלתו את פריו שלש שנים"?
נעמט רש"י דערפון אַרויס, אַז אין ערלה זיינען פאַראַן צוויי ענינים: (א) דער איסור פון ערלה אויף'ן (עץ ו)הפירות („חפצא") — וערלתם ערלתו את פריו", ובלשון רש"י8: „יהא אטום ונסתם מליהנות ממנו"; (ב) דער מנין פון די „שלש שנים" — אַ דין אויפ׳ן אדם („גברא") — „(שלש שנים) יהי׳ לכם ערלים"9.
און דאָס מיינט רש"י מיט זיין אריכות הלשון „מאימתי מונה לו משעת נטיעתו": עס דאַרף זיין „מונה לו" — דער אדם ציילט די „שלש שנים"; און וויבאַלד דער מנין איז „לכם", איז מסתבר אַז די „שלש שנים" רעכענען זיך (ניט פון ווען דער עץ איז עושה פירות, נאָר) פון פעולת האדם (גברא) — „ונטעתם"10 — פון ווען ער האָט איינגעפלאַנצט דעם עץ.
ועפ"ז קומט אַרויס נאָך אַ נפק"מ: וויבאַלד אַז דאָס וואָס „מונה לו משעת נטיעתו" איז מצד דעם וואָס דער מנין
דאַרף זיין „לכם", דאַרף אויסקומען, אַז די שלש שנים (פון נטיעה) ווערן גערעכנט ניט לויט׳ן עץ, נאָר לויט׳ן אדם („לכם").
דער חילוק צווישן די צוויי אופנים — צי מ׳רעכנט די „שלש שנים" לויטן „עץ" אָדער לויט נטיעת האדם — איז אין פאַל ווען מ׳פלאַנצט איין אַ צווייג פון אַ בוים וואָס איז שוין אַלט „שלש שנים":
אויב מ׳זאָל רעכענען לויטן עץ, האָט אַן אָרט צו זאָגן, אַז וויבאַלד דער צווייג האָט שוין פריער דורכגעמאַכט די שני ערלה, זיינען די פירות וואָס וואַקסן אויס פון דעם צווייג מותר מיד;
אויב אָבער מ׳זאָל רעכענען די „שלש שנים" לויט דעם אדם הנוטע — „לכם" — דאַרף אויסקומען, אַז מ׳דאַרף נאָכאַמאָל אָנהויבן ציילן „שלש שנים" פון זינט דער אדם האָט געמאַכט זיין נטיעה (חדשה).
[ולפ"ז איז שיטת רש"י בפירושו על התורה — ע"ד הפשט — מתאים מיט חלק ההלכה שבתורה, וואָס דער דין איז11, אַז „אחד הנוטע ואחד המבריך כו׳" איז חייב בערלה12].
ג. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין נאָך אַן ענין אין דעם פירוש רש"י:
נאָך די ווערטער „מאימתי מונה לו משעת נטיעתו", איז רש"י ממשיך — אין דעם זעלבן דיבור־המתחיל — „יכול אם הצניעו לאחר שלש שנים יהא מותר ת"ל יהי׳ בהוייתו יהא".
דאַרף מען פאַרשטיין: די צוויי ענינים אין פירוש רש"י — (א) „מונה לו משעת נטיעתו", (ב) „יכול אם הצניעו כו׳" — האָבן לכאורה קיין שייכות ניט צווישן זיך: „מאימתי מונה לו כו׳" איז אַ פירוש אויף די ווערטער „שלש שנים"13, און „יכול אם הצניעו כו׳" — אויף די ווערטער „יהי׳ לכם ערלים";
האָט דאָך רש"י געדאַרפט מחלק זיין די צוויי ענינים אין צוויי באַזונדערע דיבור־המתחיל׳ס (כדרכו בכ"מ) — פאַרוואָס ברענגט זיי רש"י בהמשך אחד אין דעם זעלבן דיבור־המתחיל14?
די תמי׳ אין דעם איז נאָך שטאַרקער: אויך דער מקור פון דעם ענין („יכול אם הצניעו כו׳") אין פירוש רש"י איז פון תורת כהנים15, אָבער דאָרט קומט עס טאַקע ניט בהמשך צום לימוד „מאימתי מונה כו׳"16, נאָר עס איז אַ לימוד פאַר זיך — היינט פאַרוואָס איז רש"י משנה פון תו"כ און איז מצרף די צוויי לימודים צוזאַמען?
ד. ע"פ הנ"ל (סעיף ב) איז עס מובן בפשטות:
וויבאַלד דער פסוק איז מדגיש „יהי׳ לכם ערלים" — אַז עס איז אַ דין אין „גברא" (כנ"ל) — קען מען דאָך מיינען אַז עס איז ניט נאָר בשייכות צום פרט פון „שלש שנים" (אַז דער מנין דאַרף זיין „לכם", כנ"ל), נאָר אַז כללות איסור ערלה איז בלויז „לכם", אַן איסור גברא17,
(און די ווערטער „יהי׳ לכם ערלים" זיינען ניט אַ הוספה אויף די ווערטער „וערלתם ערלתו את פריו" (און אַ דין בלויז אין מנין ג׳ שנים), נאָר זיי זיינען דער פירוש און אויסטייטש פון „וערלתם ערלתו את פריו" — אַז עס מיינט בלויז „יהי׳ לכם ערלים", אַן איסור גברא);
און אויב מ׳זאָל אָננעמען אַז דער איסור ערלה איז ניט חל אויף די פירות גופא (נאָר עס איז בלויז אַן איסור על האדם ניט צו עסן די פירות די ערשטע דריי יאָר) — איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן, אַז נאָך די ג׳ שנים איז ניטאָ דער איסור ערלה, אפילו ניט אויף די פירות וואָס זיינען געוואַקסן אין די ג׳ שני ערלה.
מ׳וואָלט געלערנט, אַז ערלה איז אַן איסור גברא („יהי׳ לכם ערלים") התלוי בזמן („שלש שנים")18 — אַזוי ווי דער איסור אכילת חמץ בפסח19 וכיו"ב — אַ געוויסן זמן טאָר עס דער אדם ניט עסן20; ובמילא, „אם הצניעו לאחר שלש
שנים" איז עס מותר (וויבאַלד דער זמן איסורו איז שוין אריבער).
לערנט מען אָפּ פון וואָרט „יהי׳" — „בהוייתו יהא" — אַז דער איסור ערלה בלייבט שטענדיק אויף די פירות, אויך נאָך די שלש שנים21.
ה. דער טעם פנימי פון דעם חילוק צווישן איסורי גברא ואיסורי חפצא — י"ל אַז דאָס היינגט אָפּ פון וואַנעט עס קומט דער חיות פון דעם דבר הנאסר:
איסורי חפצא (אַז דער חפץ פאַר זיך איז אסור), איז ווען דער חפץ איז מקבל אַ חיות אסור, פון ג׳ קליפות הטמאות לגמרי22 וואָס קענען ניט נתעלה ווערן אין קדושה, און דערפאַר איז דאָס אַ חפצא של איסור ואסור לעולם;
איסורי גברא איז ווען די זאַך איז מקבל אַ חיות סתם, פון קליפת נוגה22 וואָס קען נתעלה ווערן אין קדושה, און דערפאַר איז עראַ חפצא של היתר (נאָר דער גברא טאָר עס ניט עסן וכיו"ב).
און פירות ערלה זיינען אַן איסור חפצא (כנ"ל בארוכה) — ווייל זייער חיות איז פון ג׳ קליפות הטמאות (ווי
דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ אין תניא23).
עס פאָדערט זיך אָבער נאָך הסברה: וויבאַלד אַז דער אילן אַליין איז אַ דבר היתר24, און די פירות זיינען דאָך יונק חיותם פון דעם אילן — ווי קען זיין, אַז דער אילן אַליין זאָל זיין אַ דבר המותר און די פירות וואָס קומען פון אים אַרויס זאָלן זיין אַ חפצא של איסור?
ווען פירות האילן וואָלטן אַלעמאָל געווען אסור, וואָלט מען נאָך געקענט מסביר זיין, אַז אָט דער חלק החיות25 פון דעם אילן פון וואַנען די פירות זיינען יונק זייער חיות איז פון ג׳ קליפות הטמאות;
וויבאַלד אָבער אַז נאָך ג׳ שנים זיינען די פירות מותר, קומט אויס, אַז אויך דער חלק (החיות של) האילן איז ניט פון ג׳ קליפות הטמאות — היינט ווי ווערן די פירות אַן איסור חפצא?
ו. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין דעם לשון פון אַלטן רבי׳ן אין תניא26 וועגן „מאכלות אסורות מהצומח כמו ערלה וכלאי הכרם כו׳" — אַז זייער „קיום וחיות" איז פון ג׳ קליפות הטמאות; איז מדייק דער רבי (מהורש"ב) נ"ע27, אַז „בערלה וכלאי הכרם לא אמר וקיום גופם" — ניט ווי פריער, ביי „בעלי חיים הטמאים ואסורים באכילה", וואו דער אַלטער רבי
זאָגט אַז (ניט בלויז זייער „נפשות", נאָר) אויך „קיום גופם" איז פון ג׳ קליפות הטמאות — און איז מסביר: „שהרי גופם (פון ערלה כו׳) טהור כו'".
איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק: פירות ערלה זיינען דאָך אסור לעולם — דאַרף דאָך דער „קיום גופם" פון די פירות זיין פון ג׳ קליפות הטמאות; און אויב ווייל די פירות נעמען זיך פון דעם אילן וואָס איז אַ דבר היתר — איז דאָך אויך דער חיות הפירות פון (און דורך) דעם אילן?
איז דער ביאור אין דעם: דער חילוק פון „קיום גופם" און „קיום וחיות" איז:
דער גוף וגשם פון אַ נברא איז באַשאַפן געוואָרן בלויז איין מאָל, און דערנאָך איז מען בלויז מקיים די פריערדיקע מציאות, און דערפאַר איז אין דעם ניט שייך אַ שינוי מזמן לזמן פון זיך אַליין28 (אַז עס זאָל זיך בייטן דער אָרט פון וואַנעט עס קומט „קיום גופם");
דאַקעגן דער חיות פון צומח ודומם ווערט כסדר נתחדש פון־דאָס־ניי (כמבואר בכמה מקומות29 בפירוש „המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית", אַז „בכל יום" ווערט נמשך אַ חיות חדש), און דערפאַר קען ווערן אַ שינוי אין דעם חיות.
און דאָס איז אויך דער ביאור באיסור ערלה: דער גוף וגשם האילן וואָס איזאַ
דבר טהור — בלייבט טהור, ווייל אין דעם קען קיין שינוי ניט ווערן (לגבי ווי עס איז געווען פריער);
משא"כ דער חיות וכח מיט וועלכן דער אילן איז מצמיח די פירות און זיי זיינען יונק (פון אילן), איז במשך די שלש שני ערלה איז עס אַ חיות פון ג׳ קליפות הטמאות30 — און מצד דעם ווערן די פירות אַן איסור חפצא31 (ואסורים לעולם);
און דערנאָך ווערט נשפע ונמשך אין דעם אילן30 אַ חיות חדש32, וואָס די פירות שלו (בשנה הרביעית) זיינען ניט נאָר טהורים ומותרים, נאָר אדרבה — „קדש הלולים לה׳"33.
(משיחות אחרון של פסח וש"פ קדושים תשל"ו)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
📹 Video Shiurim
🎧 Audio Shiurim
The Sicha
Listen
The Sicha
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Listen
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Full Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Listen
Full Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
The Sicha
Rabbi Moshe Gourarie
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Gourarie
The Sicha
Listen
The Sicha
Shiur
Listen
Shiur
The Sicha
Listen
The Sicha
The Sicha
Listen
The Sicha
In Depth
Rabbi Binyomin Bitton In Depth English
Listen
In Depth
Rabbi Binyomin Bitton In Depth English
10 Minute Sicha
Listen
10 Minute Sicha
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Women Shiur
Mrs Rivky Slonim
Listen
Women Shiur
Mrs Rivky Slonim
In Depth
Rabbi Dov Herman
Listen
In Depth
Rabbi Dov Herman
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
The Sicha
Rabbi Leib Schapiro
Listen
The Sicha
Rabbi Leib Schapiro
The Sicha
Rabbi Moshe Klein
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Klein
10 Minute Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
In Depth
Rabbi Mendy Wolf
Listen
In Depth
Rabbi Mendy Wolf