קרח ב
"הנה" הוא לשון שמחה (ועד לשמחה באופן של חידוש, שלכן מודגש השמחה בלשון "הנה"). והשמחה מודגשת בזה שאף שביטול הערעור היה על ידי מעשה אחד ד"פרח מטה אהרן", מכל מקום כדי לבטל את הערעור נתן הקב"ה לאהרן כ"ד מתנות, וזהו ראיה שהנתינה היא בשמחה.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אין פסוק1 „וידבר ה’ אל אהרן ואני הנה נתתי לך את משמרת תרומותי גו'”, שטעלט זיך רש”י אויף „ואני הנה נתתי לך” און זאָגט צוויי ענינים, וואָס שטייען ביידע אין ספרי (בשינוי לשון):
א) אַז „ואני הנה (נתתי לך)” מיינט „בשמחה . . כמו הנה2 הוא יוצא לקראתך וראך ושמח בלבו”
[נאָר רש”י איז מאריך (ומוסיף אויף לשון הספרי) — „בשמחה, לשון שמחה הוא זה”3 — ווייל ע”ד הפשט איז „הנה” ניט אומעטום אַ „לשון שמחה” (נאָר בלויז ווען עס איז פאַראַן אַ הכרח צו טייטשן אַזוי), און דערפאַר איז רש”י מדייק „לשון שמחה הוא זה”4].
ב) אַז דער טעם אויף דער סמיכות פון דער פרשה (וועגן מתנות כהונה) צו מעשה קרח, איז מובן פון „משל למלך שנתן שדה לאוהבו ולא כתב כו’ בא אחד וערער כו’ א”ל המלך כל מי שירצה יבוא ויערער לנגדך הריני כותב וחותם לך ומעלה בערכאין, אף כאן לפי שבא קרח וערער כנגד אהרן על הכהונה בא הכתוב ונתן לו כ”ד מתנות כהונה בברית מלח עולם5, ולכך נסמכה פרשה זו לכאן”.
דאַרף מען פאַרשטיין: לכאורה האָבן די צוויי ענינים קיין שייכות ניט צווישן זיך, און ווי מיר זעען, שטייען זיי טאַקע אין ספרי אַלס באַזונדערע דרשות (און אויף אַנדערע ווערטער) — אָבער רש”י איז זיי כולל אין דעם זעלבן דיבור המתחיל, ובהמשך אחד?
ב. אויך דאַרף מען פאַרשטיין:
נאָך דעם ווי דער ספרי זאָגט דעם משל, איז ער מסיים (דעם נמשל), וז”ל: „בא קרח וערער על הכהונה כנגדו, אמר לו המקום כל מי שרוצה יערער כנגדך על הכהונה בוא6 ואני כותב ואני חותם ואני מעלה לך בערכים”.
רש”י איז אָבער מסיים דעם נמשל (כנ”ל): „אף כאן לפי שבא קרח וערער כנגד אהרן7 על הכהונה בא הכתוב ונתן
לו כ”ד מתנות כהונה בברית מלח עולם”.
עס איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש”י איז מסיים (ניט ווי אין ספרי: ואני כותב כו’ חותם כו’, נאָר) „בא הכתוב ונתן לו כו’”, ווייל ער וויל אָפּטייטשן8 דעם „כותב כו’” אין נמשל — „נתן לו כ”ד מתנות כהונה בברית מלח עולם”.
[משא”כ אין ספרי דאַרף ער דאָס ניט זאָגן, ווייל אין ספרי ווייס מען דאָס פון פריער: איידער ער זאָגט דעם משל, איז ער מקדים „כרת הכתוב ברית עם אהרן על קדשי הקדשים . . לפי שבא קרח כנגד אהרן וערער על הכהונה כו’”, דעריבער דאַרף ער דאָס ניט איבערחזר’ן נאָכאַמאָל, נאָך דעם משל].
עס איז אָבער ניט מובן:
א) פאַרוואָס זאָגט רש”י „בא הכתוב ונתן לו כו’” — און ניט (ווי אין ספרי) „המקום”?
ב) צוליב וואָס זאָגט רש”י „כ”ד מתנות כהונה” — למאי נפק”מ דאָ דער מספר פון די מתנות כהונה? רש”י האָט געדאַרפט זאָגן „ונתן לו מתנות כהונה בברית מלח עולם”.
נאָך מער: אין די פסוקים דאָ ווערן אויסגערעכנט ניט אַלע כ”ד מתנות כהונה — עס ווערן ניט דערמאָנט די מתנות פון חלה, ראשית הגז, זרוע לחיים וקיבה9 — היינט ווי זאָגט רש”י
אַז צוליב דעם ערעור פון קרח „בא הכתוב ונתן לו כ”ד מתנות כהונה בברית כו’”?
די תמיהה איז נאָך גרעסער: אויף ראשית הגז און זרוע לחיים וקיבה האָט די תורה ערשט אָנגעזאָגט שפּעטער10, אין פרשת שופטים11!
ג. בנוגע דעם דיוק הלשון פון רש”י „בא הכתוב ונתן כו’” קען מען זאָגן, אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט נאָך אַ שינוי לשון אין פירוש רש”י לגבי דעם ספרי:
אין ספרי איז ער מסיים „לכך נאמרה פרשה זו סמוך לקרח”, אָבער רש”י איז משנה פון ספרי און זאָגט „ולכך נסמכה פרשה זו לכאן”.
דער חילוק צווישן די צוויי לשונות „נאמרה” און „נסמכה” בפשטות איז: „נאמרה פרשה זו סמוך לקרח” מיינט אַז זי איז געזאָגט געוואָרן בסמיכות צו דעם מאורע פון קרח: משא”כ „נסמכה . . לכאן” מיינט די סמיכות הפרשה אין תורה12: זי איז געשריבן געוואָרן אין תורה במקום זה (אָבער געזאָגט געוואָרן איז זי פריער אָדער שפּעטער).
און וויבאַלד אַז רש”י נעמט אָן אַז די פרשה איז נאָר „נסמכה . . לכאן”, דערפאַר איז ער מדייק „בא הכתוב ונתן לו כו’”13 — ווייל דער עצם אָנזאָג (פון די
מתנות כהונה וואָס שטייט) אין דער פרשה איז ניט געקומען בהמשך צו מעשה קרח, נאָר די תורה („כתוב”) איז מסמיך די פרשה אַהער, צו לערנען אַז די נתינה פון די מתנות כהונה בברית מלח עולם איז מבטל די אפשריות פון אַן ערעור אויף כהונה.
עס בלייבט אָבער ניט מובן — הא גופא טעמא בעי: פון וואַנען נעמט רש”י דעם חידוש (בפשש”מ), אַז די פרשה איז (ניט געזאָגט און דערפאַר אויך געשריבן געוואָרן בסמיכות צו מעשה קרח, ווי דער ספרי לערנט, נאָר) בלויז „נסמכה . . לכאן”?
ד. לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דאָס איז תלוי אין נאָך אַ חילוק צווישן דעם ספרי און פירוש רש”י, ובהקדם:
פון פשטות לשון הכתוב5 „כל תרומות הקדשים גו’ נתתי לך גו’ לחק עולם ברית מלח גו’” איז משמע, אַז דאָס באַציט זיך ניט נאָר אויף אַ טייל, נאָר אויף אַלע מתנות כהונה; און אויך פון דעם תוכן הענין איז אַזוי משמע — וואָרום ס’איז ניטאָ קיין סברא מחלק זיין במתנות כהונה און זאָגן, אַז בלויז אַ טייל פון זיי איז געגעבן געוואָרן מיט אַ „ברית מלח עולם”.
ולפי”ז דאַרף אויסקומען, אַז ווען די פרשה איז געזאָגט געוואָרן איז מען שוין נצטווה געוואָרן פון פריער אויף אַלע כ”ד מתנות כהונה — און לויט דעם זאָגט דער פסוק, אַז „כל תרומות הקדשים גו’ נתתי לך גו’ ברית מלח עולם”.
און דער חילוק צווישן דעם ספרי און רש”י איז אין דעם: אויפן פסוק14 „כל
חלב יצהר גו’ ראשיתם אשר יתנו לה’ לך נתתים”, שטייט אין ספרי „ראשיתם — זו ראשית הגז, אשר יתנו — זה הזרוע והלחיים והקיבה, לה’ — זו חלה”15. דאָס הייסט, אַז אין דער פרשה גופא שטייען שוין אַלע כ”ד מתנות כהונה16. דעריבער לערנט דער ספרי, אַז די פרשה (וואו עס שטייט וועגן דעם „ברית מלח עולם”) איז „נאמרה” דאָ;
משא”כ לויט רש”י, וואָס ער ברענגט ניט די דרשה הנ”ל17 (ואדרבה, ער איז מפרש „ראשיתם, היא תרומה גדולה”), און דעם חיוב פון ראשית הגז און זרוע לחיים וקיבה ווייס מען ניט פון דער פרשה, נאָר ערשט פון פ’ שופטים — מוז מען זאָגן, אַז די פרשה (וועגן „ברית מלח עולם”) איז ניט געזאָגט געוואָרן בסמיכות צו מעשה קרח (ווען ס’איז נאָך ניט געווען דער חיוב פון אַלע מתנות כהונה), נאָר ערשט נאָך פ’ שופטים.
[און אע”פ אַז רש”י האָט שוין מפרש געווען פריער18 אַז „כולן נאמרו כללותיהן ודקדוקיהן מסיני” — זאָגט דאָך אָבער רש”י (אין פ’ שופטים19) אַז די מתנות זרוע לחיים וקיבה זיינען געקומען ווי אַ שכר פאַר מעשה פינחס („זרוע תחת יד . . לחיים תחת תפלה . . והקבה תחת . . קבתה”), איז בפשטות20
מסתבר צו זאָגן, אַז ערשט דעמולט (נאָך מעשה פינחס) איז נתחדש געוואָרן21 זייער חיוב] —
און דערפאַר זאָגט רש”י „לכך נסמכה פרשה זו לכאן”.
ה. אָבער כד דייקת קען מען אַזוי ניט זאָגן, ווייל:
א) אויב מ’זאָל אָננעמען אַז די פרשה איז געזאָגט געוואָרן ערשט נאָך פ’ שופטים (אָדער עכ”פ — נאָך מעשה פינחס) — וועט אויסקומען אַז דער „מלך” האָט אָפּגעוואַרט מיט דעם „כותב וחותם לך ומעלה בערכאין” (אויף צו באַוואָרענען די אפשריות לערעור) — 38 יאָר (נאָכן ערעור פון קרח)!
ב) ועיקר: אין פסוק פון דער פרשה שטייט דאָך „וידבר גו’ אל אהרן ואני הנה נתתי לך”, אַז דער „נתתי” — וואָס איז כולל אַלע כ”ד מתנות כהונה כנ”ל — איז „לך”, צו אהרן22, ובמילא פאַר דער מעשה פינחס (וואָס איז פאָרגעקומען נאָך מיתת אהרן)
[און ס’איז אויף דעם קיין סתירה ניט דערפון וואָס רש”י זאָגט אַז זרוע כו’ זיינען שכר פאַר מעשה פינחס כנ”ל — ווייל מען קען זאָגן, אַז מ’האָט עס געגעבן צו אהרן צוליב זכותו של פינחס בעתיד23, ע”ד24 ווי רש”י האָט שוין
פריער25 מפרש געווען בנוגע צו יציאת מצרים, אַז עס איז געווען אין זכות פון (דער שפּעטערדיקער) קבלת התורה];
קען מען דאָך ניט זאָגן, אַז די פרשה איז געזאָגט געוואָרן פיל שפּעטער נאָך מעשה קרח. ולפי”ז קומט אויס פאַרקערט — אַז דאָס וואָס רש”י זאָגט „נסמכה . . לכאן” (ניט: „נאמרה”) איז ווייל ער האַלט אַז די פרשה איז געזאָגט געוואָרן לפני ענין קרח —
איז ניט מובן, כנ”ל: פון וואַנען איז רש”י’ס הכרח בפשוטו של מקרא צו לערנען אַז די פרשה איז געזאָגט געוואָרן פריער, און בלויז „נסמכה . . לכאן”?
ו. ויש לומר הביאור בזה:
אין די פסוקים פון דער פרשה קומט ניט צו (לויט פשוטו של מקרא) קיין איין מתנה וואָס איז ניט אָנגעזאָגט געוואָרן שוין פריער26. דאָס וואָס עס איז צוגעקומען27, איז די התחלה וסיום, אַז די מתנות כהונה זיינען געגעבן געוואָרן לאהרן ולבניו „למשחה”28 און (בסיום) „לחק עולם ברית מלח עולם”.
מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס דער פסוק זאָגט „ואני הנה נתתי גו’”, מיינט (ניט אַז ער גיט איצט29 אָט־די מתנות, נאָר) אַז כבר נתתי30, בעבר.
און דערפאַר איז מסתבר צו זאָגן (בדרך הפשט), אַז די פסוקים פון דער פרשה, וואו עס ווערן אויסגערעכנט בפרטיות די מתנות כהונה, זיינען ניט געזאָגט געוואָרן דאָ, נאָר „נסמכה . . לכאן”: די תורה האָט דאָ געשריבן די פריערדיקע דיבורים של הקב”ה, וועגן די מתנות וועלכע „נתתי” (כבר)31.
משא”כ לויטן ספרי, וואָס לערנט אַז אין די פסוקים דאָ זיינען מרומז אויך ראשית הגז און זרוע לחיים וקיבה וואָס זיינען נאָך ניט געשטאַנען אין פסוק פריער (כנ”ל) — איז די פרשה געזאָגט געוואָרן דאָ, צו משלים זיין דעם ענין פון מתנות כהונה (אויך די וואָס זיינען ביז אַהער ניט געשטאַנען אין פסוק)*31.
און אע”פ אַז אויך לויט רש”י איז די כריתת ברית אויף מתנות כהונה געזאָגט געוואָרן „כאן”32 — איז אָבער לויט רש”י נוגע אין דעם ענין פון ביטול אפשריות לערעור, ניט נאָר די כריתת ברית אויף מתנות כהונה, נאָר אויך די נתינה פון מתנות כהונה (כדלקמן בארוכה);
און דעריבער איז רש”י מדייק „בא הכתוב ונתן לו כו’ ולכך נסמכה פרשה זו לכאן”, ווייל בנוגע דער נתינת המתנות כהונה, האָט זיך דאָ בלויז אויפגעטאָן דער „בא הכתוב ונתן לו”: דער „כתוב” דערציילט דאָ וועגן דער נתינה (פון פריער33).
ז. דער ביאור בכל זה:
דער פּשוט’ער טייטש פון „הנה” איז, ע”ד ווי „הנני” (קיצור של „הנה אני”) — אָט דאָ, מוכן ומזומן. ווי „הנה אשתך קח ולך”34, „וירא והנה איל”35.
און בשעת עס רעדט זיך וועגן אַ פעולה וואָס מען גייט טאָן (אָדער וואָס מ’האָט געטאָן) — ווייזט דער וואָרט
„הנה” אויף דער הכנה פון דעם וואָס טוט די פעולה, אַז ער איז „מוכן” דערצו. נאָך וואָס דאַרף מען מדגיש זיין די הכנה שלו — איז עס (בדרך כלל) ווייל מ’רעדט וועגן אַ פעולה וועלכע איז אַ חידוש, ניט ווי עס וואָלט לכאורה געדאַרפט זיין.
ולדוגמא: „ואני הנני מביא את המבול גו’”36 — אַ חידוש, ווייל ס’איז היפך פון דעם וואָס שטייט פריער „וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד”37; „ותאמר שרי גו’ הנה נא עצרני ה’ מלדת”38 — היפך טבע האשה בכלל צו האָבן קינדער, ובפרט דאָ — היפך הבטחת הקב”ה בברית בין הבתרים „כה יהי’ זרעך”39; ועד”ז אין אונזער סדרה גופא40: „ואני הנה לקחתי את אחיכם הלוים גו’ לכם מתנה גו’” — אע”פ אַז „אתה ובניך גו’ תשאו את עון המקדש גו’”41, אַז שמירת המקדש האָט אַ שייכות צו כהנים דוקא, אעפ”כ, „לקחתי את אחיכם הלוים”42 צו העלפן די כהנים.
אָבער בנדו”ד, אין פסוק „ואני הנה נתתי גו’”, איז לכאורה ניטאָ קיין חידוש (היפך הקודם)43. היינט ווי פּאַסט דאָ דער לשון „הנה”?
דעריבער זאָגט רש”י „לשון שמחה הוא זה”, אַז בשעת עס איז פאַראַן אַ שמחה אין דעם ענין, איז מתאים דער לשון „הנה” אפילו ווען ס’איז ניטאָ אין דער פעולה קיין חידוש; ווייל די שמחה ביי אַ פעולה בריינגט זריזות, הוספה וכו’ אין דער גרייטקייט צו טאָן די זאַך, און דערפאַר פּאַסט דערויף דער לשון „הנה” (מוכן ומזומן)44.
ח. דערביי שטעלט זיד אָבער די שאלה: וואו זעט מען אַז די נתינת מתנות כהונה איז געווען בשמחה?
נאָכמער: פון דעם גופא וואָס נאָר אין געציילטע ערטער ווערט (ע”ד הפשט45( גענוצט דער וואָרט „הנה” אַלס אַ לשון פון שמחה, איז מוכח, אַז דאָס איז אַ מיעוט, אַן אויסנאַם, אַ שמחה באופן של חידוש —
און ווי מ’געפינט עס טאַקע אין דעם פסוק וואָס רש”י ברענגט אַלס ראי’ — „הנה הוא יוצא לקראתך וראך ושמח בלבו”, אַז ניט קוקנדיק וואָס „הוא (אהרן) יוצא לקראתך”46 און משה גייט ווערן גואלם של ישראל — היפך כבוד האח הגדול — אעפ”כ, וועט דאָס ביי אים ניט אַרויסרופן אַ קפידה וכיו”ב47, נאָר אדרבה — „וראך48 ושמח בלבו”.
וואו זעט מען אַ שמחה גדולה ביים געבן די מתנות כהונה?
אויף דעם ברענגט רש”י, אַז דער ענין פון מתנות כהונה האָט (אויך) אויפגעטאָן די גרויסע תועלת צו מבטל און שולל זיין אַן ערעור אויף כהונה49. און די גרויסע שמחה ביי דער נתינת מתנות כהונה דריקט זיך אויס אין דעם וואָס נאָכדעם ווי „בא קרח וערער כנגד אהרן על הכהונה” איז „בא הכתוב ונתן לו כ”ד מתנות כהונה” — אַ ריבוי מתנות:
מ’האָט אָט־ערשט געלערנט, אַז כדי צו באַוואָרענען אַז אידן זאָלן וויסן „שבחרתי באהרן הכהן ולא ילינו עוד על הכהונה”50 איז געווען גענוג איין פעולה (פרח מטה אהרן51) —
און דאָ גיט מען צוליב דעם זעלבן ענין — כ”ד52 מתנות כהונה!
דאָס איז אַ באַווייז, אַז דאָס איז געווען ניט סתם אַ נתינה (אויף צו באַוואָרענען דעם ערעור), נאָר אַ נתינה רבה דוקא, וואָס באַווייזט אַז זי קומט מתוך שמחה53.
ט. עפ”י זה קומט אָבער אויס, אַז עס איז פאַראַן אַ חילוק צווישן רש”י און ספרי — דורך וואָס איז מען מבטל די אפשריות לערעור:
אין ספרי ווערט דערמאָנט בלויז וועגן דעם ענין פון כריתת ברית עם אהרן (ברית מלח עולם) על כל קדשי הקדשים, אַז די כריתת ברית איז מבטל די אפשריות לערעור.
לויט רש”י’ן אָבער קומט אויס, אַז דאָ זיינען געווען צוויי זאַכן (לבטל די אפשריות הערעור): „בא הכתוב (א) ונתן לו כ”ד מתנות כהונה, (ב) בברית מלח עולם”.
[און דערפאַר איז רש”י (משנה פון ספרי און איז) מדייק „בא הכתוב ונתן לו כו’ ולכך נסמכה פרשה זו לכאן” — ווייל די עצם נתינת המת”כ איז שוין געווען פריער (פאַרן ערעור של קרח), ס’איז נאָר וואָס „בא הכתוב ונתן כו’”, כנ”ל סעיף ו].
דערמיט וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש”י דאַרף בכלל ברענגען דעם משל מיט אַלע זיינע פרטים — דלכאורה: ווען רש”י זאָגט בלויז דעם נמשל54 — „לפי שבא קרח וערער כנגד אהרן על הכהונה בא הכתוב ונתן לו כ”ד מתנות כהונה בברית מלח עולם” — וואָלט גאָרניט געפעלט (לכאורה) אין הבנת הענין. וואָס גיט צו דער משל פון אַ מלך וואָס האָט געזאָגט „הריני כותב וחותם כו’”?
[און אע”פ אַז דער משל שטייט אין ספרי — איז דאָך ניט ענינו של רש”י צו מעתיק זיין דרשות פון ספרי, ובפרט אַז בנדו”ז איז ער איבערהויפּט ניט מציין דעם ספרי אַלס מקור לפירושו],
נאָר דערמיט איז רש”י אויסן צו מבאר זיין55 פאַרוואָס מ’האָט געדאַרפט אָנקומען צו ביידע ענינים (נתן לו כ”ד מתנות כהונה און ברית מלח עולם) און נאָכמער — אַז עס האָט ניט מספיק געווען דער פריערדיקער אות ומופת פון פרח מטה אהרן —
אַז כשם ווי אין משל פאָדערן זיך דריי ענינים: (א) כותב, (ב) וחותם, (ג) ומעלה בערכאין, עד”ז איז עס אויך אין נמשל: נתינת כ”ד מתנות כהונה — בדוגמת „כותב”; כריתת ברית — „וחותם”; און דער ברית איז אין אַן אופן פון „מלח עולם” — „ומעלה בערכאין”56, וכדלקמן.
יו”ד. דער אויפטו פון אַ שטר („כותב”) איז, אַז דער בעל השדה האָט א ַראי’ אַז די פעלד באַלאַנגט צו אים, אפילו ווען ער געפינט זיך בריחוק מקום פון דער שדה. בשעת ער געפינט זיך אין און אַרום זיין שדה, איז ניט אַזוי נויטיק צו באַוואָרענען אַן ערעור; אַן ערעור איז בעיקר עלול בשעת ער דערווייטערט זיך פון זיין פעלד — און דאָס ווערט באַוואָרנט דורכן שטר.
ועד”ז אין נמשל: כדי אַז כהנים, וואו נאָר זיי געפינען זיך (ניט נאָר ווען זיי טוען די עבודה בביהמ”ק) זאָלן „האָבן אַ ראי’”57 אַז זיי זיינען כהנים לה’ — איז דערפאַר „נתן . . כ”ד מתנות כהונה”, וואָס כו”כ מהן זיינען ניט פאַרבונדן מיט ביהמ”ק וירושלים דוקא, און ביי געוויסע פון זיי איז דער חיוב אפילו בחוץ לארץ58.
אָבער דער ענין פון „כותב” אַליין איז ניט מספיק, ווייל: (א) כל זמן דער שטר איז ניט חתום איז די זאַך נאָך ניט פאַרענדיקט, און דער נותן קען חרטה האָבן; (ב) אפילו נאָך דעם ווי חותם, מ’באַוואָרנט אַז דער נותן זאָל ניט קענען חרטה האָבן, איז אָבער נאָך דאָ אַ מעגלעכקייט אַז אימיצער זאָל מערער זיין אויפן שטר און אים מבטל זיין — וואָס צוליב דעם דאַרף דער שטר האָבן קיום בבית דין („מעלה בערכאין”).
און דאָס זיינען די צוויי ענינים פון „ברית” (דער ענין פון „חותם”) און „מלח עולם” (דער תוקף פון „מעלה בערכאין”):
דער אויבערשטער האָט כורת ברית געווען מיט אהרן אַז דער ענין הכהונה פון אהרן וזרעו אחריו איז אין אַן אופן אַז אין דעם וועט ניט זיין קיין שינוי („חרטה”) — ע”ד ווי עס איז צוגענומען געוואָרן די עבודה פון די בכורות59.
עס קען דאָך אָבער זיין, אַז אע”פ אַז מצד דעם נותן וועט ניט זיין קיין „חרטה” אויפן ענין הכהונה, וועט אָבער קומען אַ מצב וואָס קען גורם זיין דעם ביטול פון כללות ענין הכהונה (ע”ד אַ ערעור אויף אַ שטר): דער הקרב60 אליך את אהרן אחיך גו’ מתוך בנ”י לכהנו לי — שירות לי, איז בטל משחרב ביהמ”ק, ס’איז ניט שייך עבודת הכהנים, איז לכאורה בטל ח”ו דער ענין הכהונה
[ע”ד ווי דער ענין המלכות, וואָס איז געגעבן געוואָרן צו שבט יהודה, און עס שטייט „לא יסור שבט מיהודה”61, אָבער אעפ”כ איז געקומען אַ זמן פון ביטול המלוכה, ניט קיין מלכים, און אפילו ניט „ראשי גליות”62] —
אויף דעם איז געווען דער ברית אין אַן אופן פון „מלח עולם” — אַ כריתת ברית „בדבר הבריא ומתקיים . . שאינו מסריח לעולם”63 — בדוגמת „מעלה בערכאין” וואָס טוט אויף דעם קיום השטר.
יא. אין פירוש רש”י זיינען דאָך פאַראַן „נפלאות” פון אַלע חלקי התורה. וי”ל פון די „נפלאות” אין דעם פירש”י: ביטול ערעורו של קרח — איז פאַרבונדן מיט מתנות כהונה דוקא אין דעם
מספר פון כ”ד64:
קרח’ס ערעור אויף כהונת אהרן איז געווען באופן של גניבה — ניט אַ מרידה קעגן דעם אויבערשטן אין אַן אָפענעם אופן (ווי גזילה וואָס איז בריש גלי), נאָר פאַרשטעלט, אַריינגעגנב’עט אין אַ „טענה שכלית” — „רב לכם כי כל העדה כולם קדושים גו’”65.
און „ויקהל עליהם קרח את כל העדה”66 — „הלך אצל השבטים ופתה אותם . . עד שנתפתו כולם”67 — אַלע שבטים זיינען געווען שותפים אין דער „גניבה”,
זיינען זיי אַלע נתחייב געוואָרן אין „כפל” — „שנים ישלם”68 — צוועלף מאָל כפל, כ”ד (מתנות כהונה).
ולכאורה קורח ושבט לוי זיינען דאָך געווען מ(ראשי) המערערים — זיינען דאָך געווען י”ג שבטים69, ולפי”ז האָבן דאָך געדאַרפט זיין כ”ו מתנות כהונה?
— אָבער ווייל דער מכוון פון מתנות כהונה איז, צו פאַרמיידן אַן ערעור בעתיד, בלשון רש”י (אין משל) „א”ל המלך כל מי שירצה יבוא ויערער”70, און בנוגע דעם עתיד האָט מען נאָר געדאַרפט חושש זיין פאַר אַן ערעור פון שאר השבטים, אָבער ניט פון שבט לוי
— ווי ס’איז מוכח דערפון וואָס מטה שבט לוי איז דאָס מטה אהרן71, וואָס ער איז אדרבא — מבטל „תלונות בנ”י”72
עונש קרח ועדתו האָט מבטל געווען די אפשריות הערעור פון בני לוי (זיי זיינען געוואָרן „איינס”, מטה אחד מיט (מטה) אהרן), און דערנאָך האָט מען געדאַרפט באַוואָרענען נאָר די תלונות של שאר השבטים73.
יב. מען קען נאָך אָבער פרעגן:
איינע פון די מתנות כהונה איז תרומת מעשר, וואָס דאָס גיבן ניט ישראלים
נאָר בלויז לויים („ואל הלויים תדבר”74). קומט אויס, אַז אַלע י”ב שבטים גיבן בלויז כ”ג מתנות כהונה?
נאָר דאָ זעט מען ווידער, ווי (אויך) לויט פשוטו של מקרא איז אַלץ מדויק: ביי תרומת מעשר זאָגט דער פסוק צוויי מאָל75 אַז דאָס קומט פון דעם מעשר וואָס „תקחו מאת בני ישראל” — ולכאורה, וואָס איז די הדגשה (והכפל( אַז דער מעשר קומט פון די בני ישראל?
נאָר דערמיט איז דער פסוק מדגיש, אַז דער חיוב פון תרומת מעשר איז חל אויף דער תבואה בעת זי איז נאָך ברשות הישראל, נאָר דער לוי איז דאָס מפריש בפועל, וויבאַלד אַז ער באַקומט דעם מעשר.
וואָס דאָס גיט אַ הסברה אין דעם דין76 אַז „יש לו רשות לבעל הבית לתרום תרומת מעשר” (און עס הייסט ניט קיין „תורם77 שלא מדעת”)78 — ווייל דער חיוב פון תרומת מעשר איז מצד דעם וואָס דער מעשר קומט „מאת בני ישראל”, און דער חיוב איז שוין חל ווען די תבואה איז געווען ברשות ישראל.
קומט אויס, אַז אַלע כ”ד מתנות כהונה זיינען שייך צו ישראלים.
יג. פרשת קרח לייענט מען אין חודש תמוז (אָדער בשבת מברכים חודש
תמוז) — דער חודש הגאולה פון דעם רבי’ן דעם שווער.
איינער פון די רמזים אויף זיין מאסר וגאולה — איז אין דעם פירוש רש”י, אין וועלכן מען זעט, אַז דער ערעור פון קרח האָט ניט בלויז ניט אָפּגעשוואַכט כהונת אהרן, נאָר אדרבה, עס האָט גורם געווען אַ תוקף הכי גדול79, ביז צו אַ „ברית מלח עולם” (בדוגמא ווי אַ שטר שיצא עליו ערעור וואָס איז נתקיים געוואָרן בב”ד).
ועד”ז איז עס געווען ביים רבי’ן80, אַז
דוקא דורך דעם „ערעור” פון דעם מאסר, איז געקומען די גאולה וואָס האָט פאַרזיכערט אַז זיין עבודה של הרבצת התורה וחיזוק היהדות וועט אָנגיין און אין אַן אופן פון „ברית עולם”,
און מיט אַ יתרון גדול לגבי פריער — אין אַן אופן אַז די מעיינות התורה זאָלן קענען דערגרייכן לכל קצוי תבל, אַזוי אַז די גאולה איז אַ הכנה קרובה צו דער גאולה האמיתית והשלימה והכללית ע”י משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש”פ קרח וש”פ חקת תשכ”ז)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.