בהר ב
בפרשה זו מדובר במוכר עצמו, ואם כן קא סלקא דעתך שאין הרב צריך לפרנס את העבד (דרק במכרוהו ב"ד מתנים ב"ד שהרב יפרנס את העבד ואשתו) ולכן מדגישה הכתוב "הוא ובניו" שרבו חייב לפרנס אותו ואת בניו.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אין היינטיקער סדרה זאָגט די תורה, אַז אַ איד וואָס האָט זיך פאַרקויפט אַלס עבד צו אַ צווייטן אידן, איז ווען עס קומט „שנת היובל" — „ויצא מעמך הוא ובניו עמו"1.
שטעלט זיך רש"י אויף „הוא ובניו עמו" און איז מפרש: אמר רבי שמעון אם הוא נמכר בניו מי מכרן אלא מכאן שרבו חייב במזונות בניו.
דאַרף מען פאַרשטיין: די שאלה אין פסוק איז דאָך בלויז „בניו מי מכרן" — היינט וואָס זאָגט רש"י אויך די הקדמה „אם הוא נמכר"?
(אע"פ אַז דאָס איז דער לשון פון ר"ש2 — איז אָבער (ווי גערעדט כמה פעמים) ניט ענינו פון רש"י בפירושו עה"ת צו מעתיק זיין דרשות רז"ל בלשונן, און דערפאַר איז ער אָפט־מאָל משנה (ופשיטא — משמיט ומקצר) פון לשון רז"ל — בהתאם צו פירוש הכתוב ע"פ פשוטו של מקרא).
די תמי׳ אין דעם איז נאָך שטאַרקער: אין דער פרשה פון עבד עברי אין פ׳ משפטים שטייט3 „אם בעל אשה הוא ויצאה אשתו עמו" און רש"י איז מפרש: „ויצאה אשתו עמו — וכי מי הכניסה שתצא אלא מגיד הכתוב שהקונה כו׳ חייב במזונות כו׳".
זעט מען דאָרט, אַז רש"י זאָגט טאַקע ניט די הקדמה „אם הוא נמכר", נאָר ער פרעגט גלייך אויף „אשתו" — „וכי מי הכניסה כו'"; היינט פאַרוואָס דאָ אין
אונזער סדרה איז ער יע מקדים „אם הוא נמכר"?
דער פלא איז נאָך גרעסער: דער מקור פון מאמר ר"ש וואָס רש"י ברענגט בפרשתנו איז אין גמרא*3, און דאָרטן ברענגט זיך אַז ר"ש האָט אויך גע׳דרש׳נט דעם פסוק פון משפטים „ויצאה אשתו עמו" אין דעם זעלבן סגנון — „א"ר שמעון אם הוא נמכר אשתו מי נמכרה מכאן שרבו חייב כו׳" — און פונדעסטוועגן, איז דאָרטן רש"י ניט מעתיק דעם לשון פון מאמר ר"ש („אם הוא נמכר כו'"), נאָר ער ברענגט (פון מכילתא4) „וכי מי הכניסה שתצא". און בנדו"ד ברענגט ער דעם לשון פון ר"ש?
נאָך מער: אויך וואָס רש"י ברענגט די ווערטער „בניו מי מכרן" איז ניט פאַרשטאַנדיק: אין תו"כ דאָ5 ברענגט זיך לכתחילה דער לימוד פון פסוק — „רבו חייב במזונות . . בניו", אָן דער הקדמת השאלה „בניו מי מכרן"6; האָט דאָך רש"י — וואָס דרכו בפירושו איז (ניט צו מקדים זיין די שאלה אין פסוק און דערנאָר געבן דעם תירוץ, נאָר) צו זאָגן לכתחילה (בלויז) דעם פירוש אין פסוק — אַוודאי געדאַרפט אָנהויבן מיט'ן פירוש: „מכאן שרבו חייב במזונות בניו", ניט צו מקדים זיין די שאלה7 „בניו מי מכרן".
ב. לכאורה וואָלט מען געקענט מסביר זיין דעם שינוי צווישן די צוויי פירושי רש"י, אַז דאָס איז תלוי אין דעם שינוי הלשון אין די צוויי פסוקים:
אין אונזער פסוק שטייט „הוא ובניו עמו", דעריבער רעדט אויך רש"י וועגן דעם „אם הוא נמכר בניו מי מכרן"; משא"כ אין פ׳ משפטים שטייט בלויז „ויצאה אשתו עמו" (אָן דעם וואָרט „הוא"), זאָגט רש"י בלויז „וכי מי הכניסה כו׳".
אָבער דער הסבר איז כלל ניט מספיק, וואָרום רש"י האָט געשריבן פירושו עה"ת בתכלית הדיוק והקיצור, און נוצט ניט סתם מליצות אָדער לשון נופל על לשון וכיו"ב; און וויבאַלד „אם הוא נמכר" איז ניט קיין פירוש אויפן וואָרט „הוא" וואָס שטייט אין פסוק, נאָר בלויז אַ הקדמה צו „בניו מי מכרן" — איז ממנ"פ:
אויב די שאלה „בניו מי מכרן" פאָדערט אַ הקדמה „אם הוא נמכר" — האָט רש"י געדאַרפט זאָגן די הקדמה אויך בפירושו אין פ׳ משפטים; און אויב די שאלה פאָדערט ניט די הקדמה (וואָס דערפאַר ברענגט עס ניט רש"י בפ׳ משפטים) — פאַרוואָס ברענגט ער עס בפרשתנו?
מוז מען זאָגן, אַז ס׳איז דאָ אַ שינוי אין תוכן צווישן די צוויי פסוקים, וואָס דערפאַר וועט אויך רעכט ווערן וואָס: א) אין פ׳ משפטים ברענגט רש"י (ניט מאמר ר"ש, נאָר) פון מכילתא, און בפרשתנו איז מתאים דוקא מאמר ר"ש. ב) בפרשתנו איז רש"י מעתיק אויך דעם שם בעל המאמר — ר׳ שמעון, משא"כ אין פ׳ משפטים ברענגט ניט רש"י דעם
שם בעל המאמר (דהמכילתא) — ר׳ יצחק.
ג. נאָך אַ תמי׳ אין די צוויי פירושי רש"י:
אין פ׳ משפטים זאָגט רש"י „מגיד הכתוב . . חייב במזונות אשתו ובניו", כאָטש אין פסוק ווערן „בניו" ניט דערמאָנט. זאָגן מפרשים8, אַז דאָס וואָס רש"י איז מוסיף „בניו", מיינט ער ניט צו זאָגן אַז מ׳לערנט עס אָפּ פון דעם פסוק „ויצאה אשתו עמו"
— וואָרום, כאמור, דער פסוק רעדט נאָר וועגן „אשתו", קען מען פון דעם ניט וויסן דין מזונות „בניו" (און ווי עס שטייט אין גמרא9, איז נאָכמער — ע"פ סברא י"ל, אַז דוקא אשתו, וואָס זי שעמט זיך לחזר על הפתחים, איז רבו חייב במזונותי׳, אָבער ניט בניו) —
נאָר וויבאַלד ער זאָגט דעם דין פון מזונות אשתו, ברענגט ער שוין דרך אגב אויך דעם דין פון מזונות בניו, פאַרלאָזנדיק זיך אויפן פסוק פון אונזער סדרה; און ווי עס שטייט טאַקע אין מכילתא10: „. . חייב במזונותי׳ ובמזונות בניו שנאמר ויצא מעמך הוא ובניו עמו".
אָבער דער פירוש איז צע"ג. ווייל
(לבד זאת וואָס לפ"ז האָט רש"י בפרשתנו געדאַרפט דערמאָנען דרך אגב אויך „אשתו"*10 — און ווי עס שטייט טאַקע אין תורת כהנים11 „מה רבו חייב במזונותיו אף רבו חייב במזונות אשתו ובניו" — איז)
מה־דאָך אַז די מכילתא דאַרף אָפּטייטשן בפירוש אַז מזונות בניו לערנט מען אָפּ פון אַן אַנדער פסוק, האָט דאָך רש"י (וואָס איז מפרש פשוטו של מקרא, און אויך פאַר אַ בן חמש) זיכער געדאַרפט אַזוי טאָן.
מוז מען זאָגן, אַז לויט רש"י — לימוד ע"ד הפשט — קען מען יע אָפּלערנען מזונות בניו פון מזונות אשתו12; איז ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס דאַרף מען האָבן נאָך אַ לימוד (פון דעם פסוק בפרשתנו) אַז רבו איז חייב במזונות בניו?
די תמי׳ איז נאָך גרעסער: רש"י בפרשתנו איז מדייק בלשונו — „(אלא) מכאן שרבו חייב במזונות בניו" (ניט ווי אין פ׳ משפטים וואו ער זאָגט דעם לשון „מגיד הכתוב"); רש"י איז מדגיש, אַז דער לימוד איז „מכאן" דוקא, און ניט פון אַן אַנדער אָרט. קומט אויס, אַז די צוויי פירושי רש"י זיינען בסתירה זה לזה?
ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם נאָך אַ דיוק אין לשון רש"י בפרשתנו:
רש"י הויבט אָן „אם הוא נמכר" (בלשון נפעל) און פירט אויס „בניו מי מכרן" (בלשון פעל) — ולכאורה האָט רש"י געדאַרפט נוצן דעם זעלבן לשון ביי ביידן — אָדער „אם הוא נמכר בניו מי נמכרו13 (נמכרים14)", אָדער „אם הוא
מכר עצמו15 בניו מי מכרן"?
דער פלא אין דעם איז נאָך גרעסער: אין גמרא איז טאַקע דער לשון „אם הוא נמכר בניו . . מי נמכרים", און רש"י איז משנה פון דעם לשון און זאָגט „בניו מי מכרן"!
דער ביאור בזה:
ע"ד ההלכה קען ניט אַן אב פאַרקויפן בנו (הקטן) אַלס עבד, ווי מען לערנט אָפּ פון פסוק16 „וכי ימכור איש את בתו — האיש מוכר את בתו ואינו מוכר את בנו"; און דערפאַר נוצט די גמרא דעם לשון „בניו . . מי נמכרים" (צי דען ווערן זיי, בכלל, פאַרקויפט)17;
ע"ד הפשט אָבער קען מען פון פסוק „וכי ימכור איש את בתו לאמה" ניט מדייק זיין „בתו" און ניט „בנו" — ווייל די פרשה רעדט לכתחילה וועגן די דינים מיוחדים פון אַן אמה עברי'18, און דערפאַר שטייט „בתו"; אָבער אויך „בנו" קען ער פאַרקויפן19, ווייל ס׳איז ניטאָ קיין טעם (ע"ד הפשט)20 צו מחלק זיין
צווישן בתו און בנו — אַז בתו קען ער פאַרקויפן און ניט בנו21.
ומהאי טעמא איז רש"י משנה פון לשון הש"ס און זאָגט (ניט „מי נמכרים", נאָר) „מי מכרן" — ווייל ע"ד הפשט קען מען פאַרקויפן „בניו", די שאלה איז נאָר „מי מכרן".
ה. עפ"ז וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק די אריכות לשון רש"י „אם הוא נמכר":
רש"י׳ן זיינען שווער ניט נאָר די ווערטער „ובניו עמו", נאָר אויך דער וואָרט „הוא" (וואָס דערפאַר איז ער מעתיק אויך דעם וואָרט אין דעם דיבורהמתחיל) — דלכאורה, איז דער וואָרט „הוא" אין פסוק איבעריק: עס שטייט דאָך „ויצא מעמך", האָט געדאַרפט שטיין „ויצא מעמך ובניו עמו" — פאַרוואָס שטייט אויך „הוא"?
וואָלט מען געקענט לערנען, אַז בפרשתנו וואו עס רעדט זיך וועגן „כי ימוך אחיך"22 מיינט די תורה מיט „הוא ובניו עמו" צו מרמז זיין צוויי מציאות׳ן: „ויצא מעמך" רעדט אין פאַל ווען ער האָט פאַרקויפט בלויז זיך אַליין אַלס עבד; און „הוא ובניו עמו" רעדט וועגן אַ פאַל ווען דער „ימוך אחיך" איז אויף אַזוי ווייט, ביז ער האָט צוזאַמען מיט זיך
פאַרקויפט אויך זיינע קינדער23 (בניו ובנותיו24), און אויף דעם זאָגט תורה, אַז ווען עס קומט שנת היובל — „ויצא (מעמך או) הוא ובניו עמו".
און אָט דעם פירוש איז רש"י שולל מיט זיין אריכות הלשון: „אם הוא נמכר" — בשלמא „הוא", שטייט אין פסוק וועגן אים בפירוש „ונמכר לך"; אָבער „בניו מי מכרן" — וואו שטייט אין פסוק25 אַז ער האָט זיי פאַרקויפט, אַז דער פסוק זאָל דערנאָך דערציילן וועגן זייער יציאה לחירות26.
[משא"כ אין פ׳ משפטים וואו עס שטייט „ויצאה אשתו עמו", אַן דעם וואָרט „הוא", האָט ניט רש"י וואָס צו
ברענגען דעם (לשון פון ר׳ שמעון) „אם הוא נמכר"27].
אויף דעם ענטפערט רש"י „אלא מכאן שרבו חייב במזונות בניו" — אַז מיט „הוא ובניו עמו" רעדט ניט די תורה וועגן יציאה לחירות, נאָר וועגן דעם דין פון מזונות (אין וועלכע רבו איז מחוייב); וואָס בנוגע לזה זיינען אויך „בניו עמו" — ברשות רבו.
און וויבאַלד אַז אין דעם חיוב מזונות פון אונזער פסוק איז דאָ אַ חידוש אויך לגבי דעם עבד גופא (כדלקמן סעיף ז), זאָגט דער פסוק ניט נאָר „בניו עמו" (דעם חיוב אויף מזונות בניו), נאָר אויך „הוא" (דעם חיוב אויף רבו צו שפּייזן דעם עבד).
ו. דעם חילוק פון די צוויי פסוקים (דמשפטים ודפרשתנו) האָט שוין רש"י געזאָגט אין פ׳ משפטים28 — אַז די פרשה פון עבד עברי דאָרט רעדט וועגן אַן עבד וואָס מכרוהו ב"ד בגניבתו; משא"כ די פרשת עבד עברי אין אונזער סדרה רעדט וועגן אַ „מוכר עצמו מפני דחקו" (ווי עס שטייט22 „וכי ימוך אחיך עמך ונמכר לך").
דערפון קומט אַרויס אַ חילוק עיקרי אין דעם גדר החיוב פון דעם אדון צו געבן מזונות לאשתו ובניו פון דעם עבד:
ווען איינער ווערט פאַרקויפט דורך ב"ד (שלא ברצונו), לייגט זיך צו זאָגן,
אַז ב"ד באַוואָרענט די צרכים פון זיינע בני בית. דאָס הייסט, אַז דאָס וואָס תורה איז מחייב דעם אדון במזונות אשתו איז
[ניט צוליב דער תועלת וואָס דער אדון האָט דורך דעם וואָס אשתו של העבד איז לעבן דעם עבד און זי איז אַן עזר כנגדו און טוט פאַר אים אַלע „מלאכות29 שהאשה עושה לבעלה"30, נאָר]
דאָס איז אַ דין אויף ב"ד, אַז זיי מוזן באַוואָרענען די צרכי האשה וואָס ע"ד הרגיל טוט עס דער מאַן31, און דערפאַר רעדט אָפּ ב"ד מלכתחילה מיטן אדון אַז ער מוז געבן מזונות אשתו.
ובמילא איז מובן בפשטות, אַז מה־דאָך ב"ד באַוואָרנט מזונות אשתו, וואָס זי קען גיין אַרבעטן און באַשפּייזן זיך 32, איז דאָך כש"כ וק"ו אַז ב"ד מוז באַוואָרענען מזונות בניו33
(הקטנים34) וואָס קענען ניט אַרבעטן. און דערפאַר איז רש"י מוסיף „(מזונות אשתו) ובניו".
משא"כ ביי מוכר עצמו, וואָס די מכירה איז מדעת וברצון שניהם, ניט פאַרבונדן מיט ב"ד, האָט ב"ד ניט וואָס צו מישן זיך (מחייב זיין דעם אדון צו געבן מזונות אשתו ובניו). און אויף דעם אדון איז ניט שייך קיין חיוב צו מפרנס זיין משפחת העבד (אויב מ׳האָט ניט אָפּגערעדט אַזוי לכתחילה) — זיי האָבן דאָך קיין שייכות ניט צו אים אַז ער זאָל זיין מחוייב זיי שפּייזן; וואָלט מען במילא געזאָגט, אַז ביי מוכר עצמו35 דאַרף דער עבד באַזאָרגן מזונות בניו36, אָדער זיי זיינען ווי אַלע עניים וואָס זיינען אין שטאָט.
אויף דעם זאָגט תורה: „ובניו עמו — . . מכאן שרבו חייב במזונות בניו". דאָס איז אַ חידוש דין בתורה, אַז אפילו ביי מוכר עצמו איז „רבו חייב במזונות בניו".
ז. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער פסוק איז מדגיש „הוא
ובניו עמו" — ווייל אין דעם פאַל פון מוכר עצמו, איז אויך דאָס וואָס דער עבד באַקומט מזונות פון רבו אַ חידוש:
ס׳איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן, אַז דער אדון איז ניט מחוייב צו געבן דעם עבד קיין מזונות — פאַרוואָס זאָל ער זיין מחוייב צו געבן דעם עבד מער וויפל מ׳האָט אָפּגערעדט לכתחילה אַז ער צאָלט אים פאַר זיין עבדות37? (ופשיטא אַז ס׳האָט אַן אָרט צו זאָגן, אַז דער אדון איז יוצא מיט געבן דעם עבד לחם צר ומים לחץ אַז דער עבד זאָל האָבן כח צו אַרבעטן, אָבער ניט מער38).
דעריבער באַוואָרנט תורה במיוחד39 „הוא (ובניו עמו)" — אַז רבו איז חייב במזונותיו (ע"ד הרגיל).
ח. ע"פ הנ"ל איז מובן וואָס רש"י בפרשתנו איז ניט מוסיף „אשתו" (ע"ד ווי ער איז מוסיף „בניו" אין משפטים), ווייל פשוטו של מקרא זה רעדט ניט (זאָגט ניט) וועגן אשתו.
ומצד סברא בעלמא קען מען זאָגן בכמה אופנים:
באַ אַ מוכר עצמו, קען מען „מכאן" — פון מזונות בניו — ניט אָפּלערנען אויף מזונות אשתו: מ׳קען זאָגן אַז דאָס וואָס „רבו חייב במזונות בניו" (כאָטש
מצד עצמו וואָלט ער ניט געדאַרפט זיין מחוייב בזה), איז נאָר ווייל די תורה האָט רחמנות אויף די קינדער וואָס קענען זיך אַליין ניט באַזאָרגן; משא"כ אשתו, וואָס קען זיך אַליין שפּייזן, איז רבו (פון אַ מוכר עצמו) ניט חייב במזונותי׳.
גם י"ל: אַז [(אויך) לשיטת רש"י בפירושו עה"ת איז] רבו חייב במזונות אשתו (אפילו ביי מוכר עצמו) — וויבאַלד דער אדון האָט אַ תועלת פון דעם וואָס אשת העבד איז צוזאַמען מיטן עבד (כנ"ל ס"ו), במילא איז מן הסתם דער אדון זיך מלכתחילה מתחייב צו שפּייזן איר —
אָבער כנ"ל — דאָס איז ניט אַן ענין וואָס מען לערנט אָפּ — פון בניו (וואָרום פון בני העבד (הקטנים34) האָט ניט דער אדון קיין תועלת, ובמילא איז ער מצ"ע זיך ניט מתחייב זיי צו שפּייזן) — נאָר ס׳איז אַן ענין התלוי בסברא,
אָדער, אַז מ׳לערנט עס אָפּ פון מכרוהו ב"ד (בלויז דעם פרט40) אַז מען רעכנט זיך ניט דערמיט וואָס זי קען זיך אַליין שפּייזן (און ב"ד איז מכריח דעם אדון צו שפּייזן איר); ועד"ז ביי מוכר עצמו, אַז דער אדון (מוז איר געבן מזונות מצד דער תועלת וואָס ער האָט פון איר, און) קען זיך ניט פּטר׳ן מיט דער טענה אַז זי זאָל זיך אַליין שפּייזן.
ט. אַ תלמיד ממולח קען אָבער פרעגן: סו"ס, פאַרוואָס איז דער אדון חייב במזונות בניו? ער האָט דאָך ניט קיין שייכות מיט זיי און ניט קיין תועלת פון זיי — וואָס איז ער שולדיק אַז דער אב האָט זיך פאַרקויפט צו אים אַלס
עבד, אַז ער זאָל זיי מוזן באַזאָרגן? דינם דאַרף זיין ווי אַלע אַנדערע עניים וואָס אין שטאָט, כנ"ל.
איז רש"י מרמז דעם תירוץ דורך ברענגען דעם שם בעל המאמר — ר׳ שמעון — וואט לשיטתו איז דאָס פאַרשטאַנדיק41:
רשב"י זאָגט אין מס׳ ב"ב42: „כל שאינו מניח בן ליורשו הקב"ה מלא עליו עברה". פון לשון רשב"י איז פאַרשטאַנדיק, אַז ער רעדט ניט וועגן דעם עונש פאַר ניט מקיים זיין מצות פרו ורבו43, נאָר ער רעדט וועגן דעם פרט „ליורשו" — ווען אַ מענטש לאָזט איבער אַ „בן ליורשו", איז דאָס גורם היפך פון מלא עברה — שמחה — ביים אויבערשטן
(ובמילא — ווערט מלא עברה ווען עס פעלט דער בן ליורשו).
לויט רשב"י איז די הדגשה אין קינדער אַז ס׳זאָל זיין „בן ליורשו", „קם תחת אביו", דער אב ובן זיינען איין המשך44, ביז — איין מציאות45.
און דאָס איז אויך דער ביאור פאַרוואָס רבו איז חייב במזונות בניו: דאָס איז מצד זייער שייכות צום אב46. כשם ווי ער איז חייב במזונות האב (העבד), אַזוי איז ער חייב צו שפּייזן דעם „חלק האב" וואָס איז דאָ אין בניו.
[ועפ"ז יומתק אויך דער המשך אין פסוק (ופרש"י) — „ויצא גו׳ הוא ובניו עמו גו׳ ואל אחוזת אבותיו ישוב", ער ובניו זיינען (בנדו"ז) איין מציאות ועד"ז ממש — הוא ואבותיו, ובמילא — ישוב אל אחוזת אבותיו.
ועפ"ז יומתק וואָס רש"י טייטשט פשוטו של מקרא „ואל אחוזת אבותיו, אל כבוד אבותיו": כשם ווי מען טאָר ניט אָפּטיילן דעם עבד פון זיינע קינדער, אַזוי טאָר מען דעם עבד ניט אָפּטיילן פון אבותיו, און דערפאַר „ואל אחוזת אבותיו — כבוד אבותיו — ישוב"47].
יו"ד. פון די ענינים מופלאים ע"ד הרמז אין פירוש רש"י:
דער ענין פון ווערן פאַרקויפט אַלס עבד איז אַ רמז אויף ענין הגלות48. זאָגט דער פסוק, אַז סיי דער אב און סיי בניו — סיי כביכול אבינו שבשמים און סיי אידן וואָס זיינען „בנים למקום"49 — זיינען אַוועק אין גלות, כמאמר רשב"י50 „חביבין ישראל לפני הקב"ה שבכל מקום שגלו שכינה עמהן".
אויף דעם ברענגט רש"י מאמר ר׳ שמעון וואָס אַנטהאַלט נאָך אַ גרעסערן אויפטו51: ניט (נאָר) אַז „כל מקום שגלו (ישראל) שכינה עמהן", נאָר אדרבה — „אם הוא נמכר בניו מי מכרן (בתמי׳)":
בשלמא דער אויבערשטער קען זיך, כביכול, „פאַרקויפן" אין גלות, ווייל ער איז אַ כל יכול ובמילא קען ער זיך אַריינשטעלן אין גלות און צוזאַמען דערמיט ניט נשתנה ווערן דורך גלות; אָבער „בניו — מי מכרן" — ווי קען מען פאַרקויפן בניו — אידן אין גלות; אויב גלות האָט אַ שליטה אויף אַ אידן,
קען דאָך ביי אים ניט שטיין בגלוי אַז ער איז בן להקב"ה.
ענטפערט רשב"י, אַז דאָס וואָס „בניו" זיינען אין גלות איז עס מערניט ווי זייערע (און — לגבי זייערע) מזונות — צרכי הגוף — זיי גייען אַדורך דורך גלות — דעם שר המדינה; אָבער די נשמה פון אַ אידן איז ניט „פאַרקויפט" געוואָרן אין גלות ח"ו, כפתגם הידוע52: „נאָר אונזערע גופים זיינען איבערגעגעבן אין גלות . . אָבער אונזערע נשמות האָט מען אין גלות ניט פאַרטריבן און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבן".
דאָס וואָס עס איז געווען אַ חורבן, איז דאָס בלויז בנוגע — דער גשמיות פון ביהמ"ק, די עצים ואבנים, וואָס אויף זיי האָט מען געגעבן אַ גוי אַ שליטה; אָבער אויף דער אמתית הביהמ"ק, בית המקדש הרוחני ועד"ז — אויף דעם „ועשו לי מקדש גו׳ בתוכם"53, דער ביהמ"ק וואָס איז דאָ ביי יעדער אידן האָט אַ גוי קיין
שליטה ניט, אין דעם איז ניט שייך קיין חורבן54.
קען מען מיינען, אַז בנוגע די „מזונות" עכ"פ — צרכי הגוף — האָט גלות יע אַ שליטה אויף אַ אידן, צו פירן זיך ח"ו ווי עס קומט אויס ביי אַ ניטאידן —
זאָגט ר׳ שמעון „מכאן שרבו חייב במזונות בניו": דער אויבערשטער האָט נאָר געוואָלט אַז די מזונות פון אידן בזמן הגלות זאָלן דורכגיין דעם שר המדינה, אָבער דער שר המדינה האָט ניט קיין שום דיעה צי ער זאָל געבן אידן זייערע מזונות אָדער ניט, ער איז בלויז כגרזן ביד החוצב בו;
און נאָך מער: ער איז מחוייב צו באַזאָרגן אידן בכל צרכיהם הגשמיים, ובמילא באַקומען אידן אויך בזמן הגלות בני חיי ומזוני רוויחי בטוב הנראה והנגלה.
(משיחות ש"פ בה"ב תשל"א, תש"מ)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
📹 Video Shiurim
🎧 Audio Shiurim
Shiur
Listen
Shiur
The Sicha
Listen
The Sicha
Dvar Torah
Listen
Dvar Torah
Sicha Discourse
Rabbi Yosef Chaim Kantor Sicha Discourse English
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Yosef Chaim Kantor Sicha Discourse English
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Listen
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Dvar Torah
Rabbi Eli Nosson Silberberg
Listen
Dvar Torah
Rabbi Eli Nosson Silberberg
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
Shiur
Rabbi Yaakov Moshe Wolberg
Listen
Shiur
Rabbi Yaakov Moshe Wolberg
The Sicha
Rabbi Shloimy Greenwald
Listen
The Sicha
Rabbi Shloimy Greenwald
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter