בלק ב
לכולי עלמא יהיו אומות העולם לעתיד לבוא, אך הדיעות חלוקות האם מציאותם תהיה רק בדרך טפל לישראל - אך מציאותם מצד עצמם מתבטלת, או שגם בהם עצמם יהיה הבירור (כהכרעת הרמב"ם והחסידות).
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אין דער לעצטער נבואה פון בלעם בפרשתנו, וואו עס רעדט זיך בעיקר וועגן דעם זמן פון נאָך ביאת המשיח, „באחרית הימים”1 — ובלשון הרמב”ן2: „והנבואה הזאת לימות המשיח היא”3, וואָס דאָס איז דער תוכן פון „דרך כוכב מיעקב וקם שבט מישראל”4, היינו מלך המשיח5 — פירט אויס דער פסוק „ומחץ פאתי מואב וקרקר כל בני שת”.
אין פשט פון „וקרקר כל בני שת” געפינט מען בכללות צוויי פירושים: א) דער תרגום אונקלוס טייטשט: וישלוט בכל בני אנשא6. ב) דער אבן עזרא איז מפרש: „כמו מקרקר קיר7 והטעם הורס”, ד. ה. אַן ענין פון הרס וחורבן8. און אַזוי איז אויך משמע פון תיב”ע און
תרגום ירושלמי, וואָס אין די תרגומים9 איז דאָ מודגש דער ביטול והריגה פון די אומות10.
לכאורה איז משמע, אַז די צוויי פירושים זיינען מחולק אין דעם, צי עס וועלן בלייבן אומות העולם לעתיד לבא.
איז תמוה: ווי איז שייך צו זאָגן אַז לעת”ל וועט זיין אַ הרס וחורבן פון „כל בני שת”, אַ השמדה פון אַלע אומות — בשעת עס זיינען דאָ נבואות מפורשות בכמה מקומות וועגן אומות וגוים לעתיד לבא11, אָנהויבנדיק פון התחלת ישעי’12:
„והי’ באחרית הימים נכון יהי’ הר בית ה’ גו’ ונהרו אליו כל הגוים והלכו עמים רבים ואמרו לכו ונעלה גו’ ושפט בין הגוים והוכיח לעמים רבים גו’”, ביז13 צו דער נבואה בסיום ישעי’14 „לקבץ את כל הגוים והלשונות ובאו וראו את כבודי גו’ והגידו את כבודי בגוים והביאו גו’”. ועד”ז די נבואה15 „אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה’ לעבדו שכם אחד”. און אַזוי בכ”מ בנביאים16.
ב. אין זכרי’17 איז דאָ אַ נבואה: „והי’ בכל הארץ נאום ה’ פי שנים בה יכרתו יגועו*17 והשלישית יותר בה”. זאָגט אויף דעם דער מדרש18 אַז דער דריט־חלק („השלישית”) וואָס וועט בלייבן — „אלו ישראל”. קומט אויס, אַז לעת”ל וועלן אומות „יכרתו ויגועו”.
ולפ”ז איז דער פירוש האבן עזרא אין „וקרקר כל בני שת” לויט דער נבואה הנ”ל אין זכרי’.
אָבער דאָס שטעלט נאָר איבער די שאלה הנ”ל (סעיף א) אויף דער נבואה: ווי שטימט די נבואה אין זכרי’ מיט די ריבוי נבואות הנ”ל אַז לעת”ל וועלן זיין אומות וגוים?
אין גמרא19 איז אַ פלוגתא צווישן ריש לקיש און ר’ יוחנן אין דעם פירוש פון „והשלישית בה יותר”: ר”ל זאָגט „שלישי של שם. א”ל ר”י לא ניחא למרייהו
דאמרת להו הכי אלא אפילו שלישי של נח”. איז דאָ אַ פירוש אין ראשונים20, אַז די פלוגתא צווישן ר”ל און ר”י איז — צי אויך אומות העולם ווערן נכלל אין דער „שלישית יותר בה”, און לויט ר”י „אאומות העולם קא קפיד נמי” (אַז זיי זאָלן ניט אַלע נכרת ווערן)21.
אָבער עס בלייבט שווער
[נוסף לזה אַז לויט אַנדערע מפרשים22 (וכן משמע מפירוש רש”י23) איז זייער פלוגתא בלויז בנוגע צו אידן24 — צי אויך אידן ווערן נכלל אין דעם „פי שנים בה יכרתו”, און דאָס וואָס ר”י זאָגט „לא ניחא למרייהו” באַציט זיך בלויז אויף אידן25 — איז]
לויט ריש לקיש, איז (לכו”ע) וועלן אַלע אומות העולם נכרת ווערן26, „יגועו”27.
ג. דער ענין (צי עס וועלן זיין אוה”ע לעת”ל) איז ניט נאָר אַ שקו”ט אין פירוש
הכתובים, נאָר ער איז אויך אַן ענין אין הלכה:
דער רמב”ם פּסק’נט אין ספר היד (ספר הלכות שלו) אין הלכות מלכים28 ומלחמותיהם29, אַז איינע פון די פעולות של משיח וועט זיין30 — „ויתקן31 את העולם כולו לעבוד את ה’ ביחד
שנאמר15 אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה’ ולעבדו32 שכם אחד”. און אין דעם פרק שלאח”ז33 איז דער רמב”ם מסביר די נבואה פון ישעי’34 „וגר זאב עם כבש” — „שיהיו ישראל יושבין לבטח עם רשעי העולם35 . . ויחזרו כולם לדת האמת ולא יגזלו ולא ישחיתו אלא יאכלו דבר המותר בנחת עם ישראל”36.
ספר היד איז ניט ענינו צו באַשרייבן מאורעות וואָס וועלן פּאַסירן לעתיד לבא, אָדער אפילו צו דערציילן סתם וואָס משיח וועט טאָן, נאָר — „הלכות הלכות”37 סיידן די מאורעות זיינען נוגע להלכה38 (בפועל).
דאַרף מען זאָגן, אַז ניט נאָר די ענינים אין התחלת ההלכה, וואו דער רמב”ם איז מתאר דעם אופן וסדר גילוי המשיח און די סימנים שלו
[„ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצות כדוד אביו כו’ ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה’ הרי זה בחזקת שהוא משיח אם עשה והצליח ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי”],
זיינען נוגע להלכה — צו וויסן לויט די סימנים כו’ אַז ער איז „משיח בודאי”39 — נאָר אויך דער סיום ההלכה (וואָס ער וועט טאָן נאָכדעם ווי מ’וועט שוין וויסן, אַז ער איז „משיח בודאי”) איז פאַרבונדן מיט הלכות בקשר צו די ידיעה והכרה פון „משיח בודאי”:
צו וויסן אַז משיח וועט בויען „מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל” און וועט ברענגען גאולת כלל ישראל, ובמילא וועט זיין די שלימות הלכות ומצות התורה, ווי ער איז מפרט בריש פרק יא שם (ווי גערעדט בארוכה במקום אחר)40, און עס דאַרף זיין אויך די אמונה וידיעה אַז ער וועט פועל זיין די גאולה בכל העולם כולו: „ויתקן את העולם כולו לעבוד את ה’ ביחד”.
ויש לומר נאָכמער, אַז דער ענין איז נוגע ניט נאָר אין דער אמונה וידיעה פון אידן אין משיח’ן, נאָר אויך אין דער הנהגה פון בנ”י בזמן הזה: דער רמב”ם פּסק’נט41 „צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח”. און וויבאַלד אַז משיח וועט אויפטאָן דעם „ויתקן את העולם כולו לעבוד את ה’ . . אהפוך אל עמים וגו’”, קומט אויס, אַז דער ענין פון דער פעולה אויף אוה”ע „לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח” איז מעין און אַ הכשרה42 צו ביאת ופעולת
משיח צדקנו בזה43.
[ועפ”ז יומתק וואָס די הלכה (און עד”ז די אַנדערע הלכות וועגן בני נח44( האָט דער רמב”ם אַריינגעשטעלט אין הל’ מלכים, גלייך פאַר די דינים והלכות מלך המשיח]45.
ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין דער נבואה „פי שנים בה יכרתו ויגועו” — דלכאורה תמוה ביותר:
ווי קען זיין, אַז לעתיד לבא וועלן אַלע אומות יכרתו? ס’איז דאָך „טוב ה’ לכל ורחמיו על כל מעשיו“46.
ואע”פ אַז מען געפינט כמה מאורעות, אָנהויבנדיק פון דור המבול, וואָס „וימח את כל היקום”47; „קץ כל בשר בא לפני”48 — זאָגט מען דערביי דעם טעם ווייל „מלאה הארץ חמס מפניהם”48, „השחית כל בשר את דרכו על הארץ”49,
פון דעם לשון נבואות הנ”ל איז אָבער
משמע, אַז דאָ רעדט זיך ניט (ווי אין אַנדערע נבואות) וועגן דעם עונש אויף רשעי אוה”ע מחמת זייער השחתה כו’, נאָר דער (קרקר) הרס פון „כל בני שת” — די גאַנצע מענטשהייט, וואָס איז כולל אויך חסידי אומות העולם50 [וכנ”ל סעיף ב, אַז „והשלישית יותר בה” — „אלו ישראל”, בלויז אידן].
דאָס (אַז נאָר „השלישית יותר בה”) האָט אויך קיין שייכות ניט צו, להבדיל, ולא תקום פעמים צרה ר”ל — די גזירות והשמדות אויף אידן ר”ל בזמן החורבן, און אַזוי אויך כל משך זמן הגלות, ביז צום חמור שבהם וואָס איז געווען בדור שלפנינו — ווייל דאָס אַלעס איז אין דער צייט פון גלות, און וויבאַלד ס’איז א ַזמן פון חושך והעלם והסתר, איז דער ענין פון „ורחמיו על כל מעשיו”, אפילו בנוגע לישראל עם קרובו, ניט באופן גלוי (ביז אַז עס קומט די שאלה „השופט כל הארץ לא יעשה משפט”51, „למה הרעותה לעם הזה”52 וכיו”ב53);
משא”כ בנוגע דעם זמן פון לעת”ל, וואָס דעמאָלט וועט זיך אויספירן דער יעוד פון לתקן עולם במלכות שד”י — און ווי עס ווערט געזאָגט ווייטער אין דער נבואת זכרי’54 גופא „והי’ ה’ למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי’ ה’ אחד ושמו אחד”, „ולא יכנף עוד מוריך וגו'"55, עס וועט זיין גילוי אלקות56 — ווערט די שאלה: ווי קען דעמאָלט זיין אַ הירוס והשמדה פון אַלע אומות?
ה. בפשטות וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דער פירוש פון „פי שנים יכרתו יגועו” (ועד”ז דער פסוק „וקרקר כל בני שת”) איז — ניט אַז די אוה”ע וועלן פאַרטיליקט ווערן דורך אַ פעולה פון (היפך הרחמים) הירוס והשמדה, נאָר אַז זיי וועלן ניט האָבן קיין המשך פון דורות (קינדער),
עס וועט ניט זיין פעולת כח ההולדה, וועט במשך הזמן במילא (באופן טבעי) זיין „יכרתו ויגועו”57 —
און מען קען ניט פרעגן: דאָס גופא (שלילת כח ההולדה) איז לכאורה בסתירה צו „ורחמיו על כל מעשיו” — ווייל, כידוע58, איז אינעם כח ההולדה וואָס איז דאָ באַ נבראים זאָגט זיך אַרויס דער כח הא”ס והבלי גבול פון דעם אויבערשטן. וואָרום נבראים מצ”ע זיינען דאָך במדה וגבול און דעריבער איז ניט שייך אַז זיי זאָלן מצד עצמם האָבן דעם ענין פון הולדה59 וואָס יכולתה איז — להוליד עד אין סוף; דאָס איז נאָר מצד דעם כח הא”ס של הקב”ה וואָס ער ית’ האָט אַריינגעגעבן אין דער טבע פון גוף המוליד.
ווען עס פעלט דער כח ההולדה מיינט ניט, אַז מ’נעמט צו אַן ענין שבטבע, נאָר, אַז מען האָט ניט מוסיף געווען נאָך אַ כח (וואָס בעצם איז ער למעלה מהטבע60).
ו. דער ביאור איז אָבער ניט אינגאַנצן מספיק, ווייל:
א) וויבאַלד אַז לעתיד לבא וועט זיין „אהפוך15 אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה’ לעבדו שכם אחד” — פאַרוואָס זאָל (אפילו במשך הזמן) בטל ווערן די מציאות פון קוראים ועובדים?
ב) מפורש בנבואה „והיו61 מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך”, „ועמדו62 זרים ורעו צאנכם”, און ריש לקיש גופא זאָגט63 „כל הזהיר בציצית זוכה ומשמשין לו ב’ אלפים וח’ מאות עבדים” — היינט ווי קען מען זאָגן אַז אַלע אומות וועלן (במשך הזמן) נכרת ווערן?
דאָס איז מכריח צו זאָגן, אַז לכל הפירושים ווערט ניט געמיינט אַז לעת”ל וועט בטל ווערן די מציאות פון אומות העולם בפשטות64; זייער מציאות וועט זיין אויך לעתיד לבא; נאָר די חילוקי דעות הנ”ל [די צוויי פירושים אין „וקרקר כל בני שת”, ועד”ז די פירושים הנ”ל (סעיף ב) אין „פי שנים בה יכרתו ויגועו והשלישית יותר בה”] זיינען וועגן דעם אופן ווי אַזוי זייער מציאות וועט דעמאָלט זיין.
ז. וי”ל הביאור בזה:
נאָך דער גאולה העתידה, ווען ס’וועט זיין גילוי אלקות אין וועלט, ווי דער פסוק זאָגט65 „והי’ ה’ למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי’ ה’ אחד ושמו
אחד”, איז פשוט, אַז עס וועט דעמאָלט ניט זיין קיין אָרט פאַר טומאה ורע אין וועלט (ווי עם שטייט אין זכרי’66 (פאַרן פסוק „פי שנים גו’”) „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ”). ומובן, אַז בנוגע בני אדם וועט לעת”ל ניט זיין קיין מציאות פון אויביו של השם ורשעים; נאָר לאחרי ווי די אויבים ורשעים וועלן באַקומען זייער עונש, ווי מבואר בכמה נבואות67, וועט זיין „ויתקן68 את העולם כולו (מדבר חי צומח דומם) לעבוד את ה’”.
[און ווי רש”י טייטשט69 דעם פסוק „שמע ישראל ה’ אלקינו ה’ אחד”: ה’ שהוא אלקינו עתה ולא אלקי העובדי כוכבים הוא עתיד להיות ה’ אחד שנאמר כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה’ ונאמר ביום ההוא יהי’ ה’ אחד ושמו אחד].
דערביי איז יש מקום לשקו”ט: דער עיקר גילוי דלעתיד איז צו אידן, אַזוי ווי די גאולה איז בנוגע אידן ווייל גלינו מארצנו — „וקבץ68 נדחי ישראל”; און גאולת העולם כולו איז אַ תוצאה ודבר טפל צו דער גאולה פון אידן —
אַזוי ווי די גאַנצע באַשאַפונג און זייער מציאות איז „בראשית — בשביל התורה שנקראת ראשית דרכו ובשביל ישראל שנקראו ראשית”70.
און אין דעם קענען זיין צוויי אופנים: דער מצב הגאולה אין וועלט, כולל אוה”ע, הערט זיך אָן ביי זיי אַלס אַ פרט
אין דער גאולה פון אידן; אָדער אַז באַ זיי איז נרגש זייער גאולה (אויך) כענין בפני עצמו.
די הסברה בזה:
לויטן ערשטן אופן קומט אויס, אַז ענינו של משיח און פונעם גילוי דלעתיד איז בלויז צוליב אידן — אידן זאָלן קענען לערנען תורה און מקיים זיין מצות בתכלית השלימות. און דערפאַר איז ניט גענוג וואָס אידן וועלן ניט האָבן אויף זיך קיין „שעבוד מלכיות”, נאָר די גאַנצע וועלט דאַרף זיין כדבעי — „לא68 יגזלו ולא ישחיתו” — אַן עולם מזוכך — און בשעת די וועלט איז באופן כזה, איז עס אַ מקום מוכשר פאַר אידן צו דינען דעם אויבערשטן. ובשלימות בזה, אויך די אומות העלפן אַרויס אידן, בכ”ז, כנ”ל (סעיף ו’)
און מ’קען זאָגן אַז די גאולה ווי דאָס איז בשייכות צו העולם איז ניט נאָר אַ פרט פון דער גאולה של ישראל, נאָר אויך אַן ענין בפ”ע71; ד. ה. אין העולם כולו — יעדער פרט פון עם — הערט זיך אָן, אַז די כוונה עליונה אין זייער בריאה וגאולה איז (אויך) זייער בירור וזיכוך וואָרום אויך זיי זיינען בריאתו של הקב”ה72.
ח. ועפ”ז יש לומר אַז בהתאם צו די צוויי אופנים הנ”ל זיינען די צוויי פירושים הנ”ל (ס”א) אויף „וקרקר כל בני שת”; ועד”ז אינעם פירוש (בס”ב) „פי שנים בה יכרתו ויגועו והשלישית יותר בה”, צי „והשלישית” איז אויך כולל אוה”ע אָדער ניט:
לויט דעם ערשטן אופן, אַז די גאולת העולם כולו (כולל — אוה”ע) איז אַ פרט און בשביל גאולת ישראל, קומט אויס, אַז די מציאות פון אוה”ע בפ”ע ווערט „יכרתו ויגועו”, פאַרלאָרן; און ניט נאָר אַלס אַן אומה, נאָר אויך אַלס יחידים [וי”ל דוגמא בהלכה — מציאות פון אַן עבד, וואָס האָט ניט קיין מציאות בפ”ע, ווייל כל מה שקנה עבד קנה רבו73].
לויט דעם צווייטן אופן אָבער, אַז ס’איז דאָ אַ באַזונדער אויפטו און תכלית אין זייער בירור וזיכוך (ניט נאָר אַלס פרט פון גאולת ישראל), קומט אויס, אַז לעת”ל וועט זייער מציאות ניט בטל ווערן;
והסברה זו איז דער פירוש פון „וקרקר כל בני שת” אַז משיח איז שולט „בכל בני אנשא” — אַז אוה”ע זיינען אין „גדר מציאות”74, וואָס דערפאַר איז אויף זיי (בפ”ע) שייך דער ענין השליטה פון משיח’ן.
און לדעת ר’ יוחנן (כפירוש הא’ שהובא לעיל ס”ב) ווערט אויך אויף זיי געזאָגט „לא ניחא למרייהו דאמרת להו הכי”: ביי דעם אויבערשטן, אַלס „מרייהו” פון די אוה”ע, איז „לא ניחא” אַז אין זיי זאָל זיך ניט אָנהערן די גאולה. דעריבער זאָגט ער אַז אויך אוה”ע ווערן אַריינגערעכנט אין „והשלישית יותר בה”.
ט. עפ”ז קומט אויס, אַז אין הלכה, לדעת הרמב”ם, ועד”ז אין תורת החסידות, איז מבואר כאופן הב’ הנ”ל:
דער רמב”ם איז מדגיש בכמה מקומות, אַז לעת”ל וועט דער אויפטו
פון דער גאולה ועניני’ זיין אויך בשייכות צו אוה”ע, און אין די אַלע ערטער זאָגט ער דאָס ווי אַן ענין בפ”ע — ניט אַלס פרט פון דער גאולה פון אידן; אין די צוויי ערטער הנ”ל75: אין סוף פי”א פון הל’ מלכים: „ויתקן את העולם כולו לעבוד את ה’ ביחד שנאמר כו’”, וברפי”ב: „שיהיו ישראל יושבין לבטח עם רשעי העולם*75 כו’ ויחזרו כולם לדת האמת76 ולא יגזלו ולא ישחיתו אלא יאכלו דבר המותר בנחת עם ישראל”;
ועד”ז בסיום וחותם ספרו, וואו ער זאָגט: „ולא יהי’ עסק כל העולם אלא לדעת את ה’ בלבד”, וואָס פון פשטות לשונו איז מובן*76 אַז דאָס מיינט אויך אוה”ע77.
וי”ל אַז אין דעם וואָס דער רמב”ם האַלט אַז די גאולה העתידה וועט אויפטאָן אַ חידוש ועילוי באַ אוה”ע אויך
בפ”ע, גייט ער לשיטתו: דער רמב”ם זאָגט78: „כל המקבל שבע מצות ונזהר לעשותן הרי זה מחסידי אוה”ע ויש לו חלק לעוה”ב והוא שיקבל אותן ויעשה אותן מפני שצוה בהן הקב”ה בתורה והודיענו על ידי משה רבינו כו’”. ד. ה. אַז מ”ת האָט אויפגעטאָן אַן עילוי נוסף אין די ז’ מצות בני נח (אויף וועלכע די ב”נ זיינען נצטווה געוואָרן פון פריער), און במילא אויך אין דער מציאות פון אוה”ע — און דערפאַר האָבן זיי אַ שכר בפ”ע.
אַזוי איז אויך מובן פון דעם וואָס דער אַלטער רבי זאָגט אין תניא79 אַז „מיתרון ההארה (וואָס וועט נתגלה ווערן) לישראל (לעת”ל) יגי’ חשך האומות גם כן כדכתיב80 והלכו גוים לאורך וגו’ וכתיב81 בית יעקב לכו ונלכה באור ה’ וכתיב82 ונגלה כבוד ה’ וראו כל בשר יחדיו וגו’ וכתיב83 לבוא בנקרת הצורים ובסעיפי הסלעי’ מפני פחד ה’ והדר גאונו וגו’ וכמ”ש84 והופע בהדר גאון עוזך על כל יושבי תבל ארצך וגו’”.
דערמיט וואָס ער איז זיך ניט מסתפק מיט דעם וואָס ער זאָגט פריער „שאז יזדכך גשמיות הגוף והעולם ויוכלו לקבל גילוי אור ה’ שיאיר לישראל ע”י התורה שנקר’ עוז”, וואָס דערפון איז משמע אַז דער זיכוך הגשמיות (פון דעם גוף און דעם עולם) איז נוגע צו אידן למטה, אַז זיי זאָלן קאָנען מקבל זיין גילוי אור ה’;
נאָר איז מוסיף נאָך אַן ענין: „והיתרון ההארה לישראל יגי’ חשך האומות כו’” —
איז דער אַלטער רבי מדגיש, כנ”ל, אַז דער „יגי’” חשך האומות איז ניט נאָר אַ חלק און פרט וואָס איז נוגע צום עילוי וזיכוך פון אידן, נאָר ס’איז אַן ענין וואָס איז נוגע אומות העולם גופא; און דעריבער, כאָטש דער „יגי’ חשך האומות” קומט פון דעם יתרון ההארה לישראל (כפשוטו, ווייל דער עיקר גילוי איז דאָך אין אידן וואָס ישראל וקוב”ה כולא חד), ווערט אָבער אויפגעטאָן אַ פעולה פנימית, אַ גילוי אור אלקי, און אַ תנועה פון יראה וביטול באַ אוה”ע, ביז עס ווערט „והופע בהדר גאון עוזך על כל יושבי תבל ארצך וגו’”, אַז דער אויבערשטער ווערט נתגלה על כל יושבי תבל (וועלכע איז) ארצך.
י. וואָס איז דער ענין מיוחד אין דעם וואָס מען זאָגט אַז ס’איז דאָ אַן ענין וגילוי בזמן הגאולה צו אוה”ע בפ”ע און וואָס איז דאָס נוגע צו מוסיף זיין דאָס אין תניא דאָרט?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז די גאַנצע בריאה און מציאות פון שמים וארץ וכל צבאיהם (כולל — אוה”ע) איז „בשביל ישראל ובשביל התורה”, ווי קען מען זאָגן אַז עס זאָל זיך אָנהערן אין זייער גאולה אַ כוונה וענין בפ”ע, אויסער די גאולה פון אידן?
מוז מען זאָגן, אַז אויך דאָס איז נוגע צו אידן.
דער ביאור בזה:
בשעת די הנהגה פון דער וועלט איז כדבעי — „לא יגזלו ולא ישחיתו”, אָבער זייער ביטול צו אלקות קומט נאָר אַלס תוצאה פון זייער שעבוד און ביטול צו
אידן, אין זיי גופא הערט זיך דאָס ניט אָן — דעמאָלט קומט אויס, אַז די גאולה, וואָס תוכנה איז „והי’ ה’ למלך על כל הארץ”, איז ניט בשלימות. וואָרום אין זיי הערט זיך ניט אָן דער „למלך”. ובמילא איז אויך ניטאָ די שלימות הגילויים פון דער גאולה בשייכות צו אידן — זייערע „משרתים” („אומניך”) דערהערן ניט דעם „למלך”.
בשעת אָבער די וועלט וכל אשר בה דערהערט, מצד ענינם הם, דעם „למלך” — ביי זיי איז „לקרוא כולם בשם ה’ ולעבדו שכם אחד”, „יחזרו כולם לדת האמת”, ביז אַז אויך כל עסקם איז „לדעת את ה’ בלבד” — דעמאָלט איז דאָס אַ גאולה שלימה, עס ווערט אויסגעפירט די כוונה פון דירה בתחתונים בשלימות, ובמילא — די שלימות פון גאולה באַ אידן85 .
יא. ע”פ הנ”ל יש לתווך צווישן די צוויי פירושים אין „וקרקר כל בני שת” [און די התאמה פון דער נבואה „יכרתו יגועו” מיט די אַנדערע נבואות וועגן דער מציאות האומות לעת”ל] — ע”ד החסידות:
לעת”ל וועט זיין „והי’ ה’ למלך על כל הארץ”, און דער גילוי (כשם שאני נכתב) פון „ה’ אחד” בכל העולם כולו. בפרט — וועט אין דעם זיין86 אַ חילוק צווישן אידן און „כל הארץ”, ובהתאם צום חילוק אין זייער מציאות87:
די גאַנצע בריאה, כולל אוה”ע, איז אַ מציאות וואָס איז נתהווה געוואָרן דורך דעם אויבערשטן, ברא אלקים מאין ליש בעשרה מאמרות, ובלשון הרמב”ם88 „כל הנמצאים משמים וארץ ומה שביניהם לא נמצאו אלא מאמיתת המצאו”. אויף אידן (נשמות ישראל) ווערט געזאָגט נאָכמער89 „ישראל וקוב”ה כולא חד”90.
ועפ”ז לעת”ל ווען עס וועט נתגלה ווערן דער אמת פון ה’ לעולם, גילוי „ה’ אחד” אין וועלט, ובשלימות, וועט דערהערט ווערן בכל הבריאה כולה, כולל
אוה”ע, ווי „לא נמצאו אלא מאמיתת המצאו”, און אַז אָן דעם אויבערשטן „אין דבר אחר יכול להמצאות”91, ד. ה. עס וועט דערהערט ווערן אַז זיי זיינען ניט קיין מציאות אמיתית92 („יכרתו יגועו”, „קרקר” — אַ „הרס” פון זייער מציאות);
משא”כ באַ אידן ווערט נתגלה, אַז זייער מציאות גופא איז עצמותו כביכול, ישראל וקוב”ה כולא חד.
(משיחות ש”פ בשלח וש”פ משפטים תשמ”ג)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.