נשא א
ב' הביאורים במדרש בענין הקרבת נשיא אפרים את קרבנו בשבת: (א) השבת דחויה מפני הקרבן. (ב) או שהשבת הותרה - שאיסור ההקרבה בשבת מלכתחילה לא נאמרה בנוגע לקרבן זה, ובזה גופא ב' אופנים: (א) שקרבנות אלו לא נאסרו, (ב) או שקדושת השבת מחייבת שיקריבו קרבן זה.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. בנוגע דעם קרבן הנשיאים לחנוכת המזבח דורכן נשיא פון שבט אפרים, וואם זיין הקרבה איז געווען ביום השבת1, שטייט אין מדרש רבה דפרשתנו (פרשת יג2): "שלשה דברים (ש)עשו הנשיאים שלא כהוגן וקבלם הקב״ה .. בכ״מ אין קרבן יחיד דוחה את השבת3 וכאן קרבן יחיד4 דוחה את השבת, הא5 למדנו כמה קרבן נשיאים חביב לפני הקב״ה"
אבער ווייטער (אין פרשה יד6) זאגט דער מדרש בענין זה: "שלא תאמר היאך חלל את השבת והלא אין קרבן יחיד דוחה את השבת וזה הקריב בשבת, אמר הקב״ה לא על פיו עשה שאני אמרתי למשה כו׳".
אין פשטות קומט אוים, אז לויטן ערשטן מדרש איז די הקרבה בשבת - מתחלה געווען בלתי רצוי ("שלא כהוגן"), נאר בדיעבד, מצד דעם וואם "קרבן נשיאים חביב לפני הקב״ה", איז "קבלם הקב״ה";
משא״כ לויטן צווייטן מדרש, איז די הקרבת הקרבן בשבת מלכתחלה געווען רצוי ("כהוגן"), ווייל "אני אמרתי למשה כו׳".
אבער כד דייקת קען מען אויך לויטן ערשטן מדרש ניט לערנען, אז הקרבת הנשיא איז געווען אםור - ווייל ח״ו צו זאגן אז א נשיא וועט זיך פירן היפך הדין7; ועוד ועיקר - משה איז געווען דערביי, די כהנים האבן געטאן עבודתם ולוויים בדוכנם - און זיי אלע היפך הדין, אתמה!
מוז מען זאגן, אז אויך לויט דעם מדרש איז די הקרבה בשבת (מלכתחלה) געווען על פי הציווי, נאר ווייל דאם איז געווען א הוראת שעה8 (וואם א חוץ דעם איין און איינציגן מאל איז עם א דבר האסור), ווערט עם אנגערופן "שלא כהוגן"9.
דארף מען לפי״ז פארשטיין. וואם זיינען די סברות פון די צוויי מדרשים, וואם לויט דעם ערשטן מדרש איז די הקרבה "שלא כהוגן", און לויטן צווייטן מדרש - איז עם ניט חילול שבת, ם׳איז כהוגן, און נאכמער - ם׳איז קיום ציווי השם, "שאני אמרתי כו׳"?
ב. אין גמרא10 ווערט געבראכט, אז דער טעם וואם בזמן חנוכת ביהמ״ק הראשון "לא עשו ישראל את יום הכיפורים" איז ווייל "אמרו קל וחומר: ומה משכן שאין קדושתו קדושת עולם וקרבן יחיד דוחה שבת דאיםור םקילה, מקדש שקדושתו קדושת עולם וקרבן ציבור ויום הכיפורים דענוש כרת לא כ״ש".
פון דעם איז מובן11, אז לדעת הגמרא איז די הקרבה בשבת ביי חנוכת המשכן ניט געווען קיין הוראת שעה ("שלא כהוגן״) - ניט ווי דער מדרש הא׳ הנ״ל - ווייל דעמולט וואלט מען פון דעם ניט געקענט אפלערנען (מיט א ק״ו) אויף די קרבנות שבחנוכת ביהמ״ק.
די םברות הפלוגתא צווישן דעם מדרש הא׳ און דער גמרא ומדרש הב׳ (צי דער היתר ההקרבה בשבת איז געווען א הוראת שעה אדער ניט) קען מען מבאר זיין בכמה אופנים, ומהם12:
א) די גמרא וכו׳ רעדט לויטן מ״ד וואם האלט אז שבט אקרי קהל13, און היות אז דער קרבן וואם דער נשיא האט מקריב געווען איז געווען א קרבן השבט, איז דאם ניט קיין הוראת שעה, ווייל עם איז א קרבן קהל, איז מען עם מקריב ווי אלע קרבנות
ציבור, וואם זיינען דוחה שבת (און דאם וואם די גמרא רופט עם אן "קרבן יחיד" איז עם אין פארגלייך צום קרבן תמיד וכיו״ב שלפניו ושלאחריו, וועלכע זיינען קרבנות כל קהל עדת ישראל, אלע שבטים).
משא״כ דער מדרש הא׳ האלט ווי דער מ״ד13 אז שבט לא אקרי קהל14, וואם לפ״ז האט דער קרבן הנשיא געהאט דעם דין פון א געוויינלעכן קרבן יחיד וועלכער איז ניט דוחה שבת, און דער היתר ההקרבה איז געווען מצד א הוראת שעה15.
ב) לכו״ע איז שבט אקרי קהל16; אבער דעם קרבן הנשיאים האט יעדער נשיא געבראכט פון זיין אייגנטום - ניט פון דעם וואם דער שבט (בכללו) האט גע-געבן, ווי עם שטייט בפירוש אין מדרש17 (און רש״י ברענגט עם בפירושו על התורה18) אז "משלו הביא ולא שגבה משבטו";
און די מחלוקת צווישן דעם מדרש הא׳ מיט דער גמרא וכו׳ איז: לדעת המדרש, וויבאלד דער נשיא האט פאר דעם קרבן ניט גובה געווען משבטו,
בלייבט עם אין גדר פון א קרבן יחיד וואם איז ניט דוחה שבת (און דערפאר דארף מען זאגן אז דער היתר ההקרבה איז געווען א הוראת שעה);
משא״כ לדעת הגמרא כו׳, איז כאטש "משלו הביא", איז דער "הביא" אבער געווען אלם "למטה יהודה" (וכיו״ב) ״יחםו הכתוב על שבטו״19 א קרבן פאר דעם גאנצן שבט20, איז זיין קרבן א קרבן צבור, וואם איז דוחה שבת.
נויש לומר, אז דערמיט איז אויך מבואר דער דיוק הלשון אין מדרש21 -וואו ער זאגט אז פון "זה קרבן נחשון בן עמינדב״ לערנט מען אפ אז "משלו הביא ולא שגבה משבטו והביא״ - וואם ער זאגט דארט בםיום הענין ״זה קרבן דוחה את השבת ואין קרבן יחיד דוחה את השבת״ -
וואם פון םתימת לשון השלילה "ואין קרבן יחיד דוחה את השבת" (און ניט ״ואין שאר22 קרבן יחיד דוחה את השבת" או כיו״ב) איז משמע, אז דער קרבן הנשיא איז ניט אין גדר פון קרבן יחיד23; אבער, לאידך, פונעם דיוק
הלשון בהתחלת הלימוד "זה קרבן דוחה את השבת" (ווי אויך דערפון וואם מ׳דארף איבערהויפט האבן א לימוד אז ם׳איז דוחה שבת) איז משמע אז דער קרבן הנשיא האט א שייכות צו קרבן יחיד, און דערפאר דארף מען א לימוד מיוחד אויף דעם םוג קרבן ("זה") אז ער איז דוחה שבת -
ועפ״י הנ״ל איז מובן, ווייל אין הכי נמי: היות אז דער נשיא האט דעם קרבן ניט גובה געווען משבטו, קומט אוים, אז דער קרבן איז א קרבן יחיד; אבער מצד דעם וואם דער מקריב איז א "נשיא למטה" האט זיין קרבן דעם דין פון א קרבן צבור].
ג. ע״פ כהנ״ל קומט אוים, אז דער צווייטער מדרש (הנ״ל םעיף א) - וואם לויט אים איז די הקרבה פון קרבן הנשיא בשבת מלכתחלה געווען אן ענין כהוגן - ודעת הגמרא היינו הך - אז ער האט מקריב געווען דעם קרבן בשבת ווייל ם׳איז א קרבן צבור, און מען דארף ניט אנקומען צו א הוראת שעה.
אבער עם איז שווער אזוי צו לערנען בלשון המדרש24 "לא על פיו עשה שאני אמרתי למשה נשיא אחד כו׳", היינו, אז עם איז געווען אן אמירה וציווי מיוחד בנוגע דעם קרבן(- הוראת שעה).
נומובן בפשטות, אז ם׳איז א דוחק הכי גדול צו זאגן, אז דער "אני אמרתי למשה נשיא אחד כו׳" מיינט מען ניט אמירת "נשיא אחד גו׳" ובכלל איז ניט געווען קיין אמירה פרטית באותו ענין,
נאר דאם מיינט מען די הוראה ודין כללי ולדורות - אז שבט אקרי קהל, אדער אז א קרבן הנשיא האט א דין פון קרבן השבט]25.
והדרא קושיא לדוכתה: וואם איז םברת הפלוגתא צווישן די צוויי מדרשים הנ״ל?
ד. ויש לומר הביאור בזה:
לויט ביידע מדרשים, זיינען די קרבנות המילואים פון חנוכת המזבח (וואם "אין כמותן לדורות"26) געווען נאר לפי שעה ובגדר הוראת שעה (אזוי ווי די אנדערע פרטים פון קרבנות הנשיאים וועלכע זיינען געווען לשעה ובגדר הוראת שעה27 ועד״ז בכמה פון קרבנות ימי המילואים) און נאר מצד דער הוראת שעה איז געווען דער היתר צו מקריב זיין דעם קרבן הנשיא בשבת;
נאר דעם היתר קען מען לערנען אויף צוויי אופנים: דער (איםור) שבת איז ״דחוי׳״ - אז דער איםור מלאכה איז בתקפו עומד, נאר חנוכת המזבח איז עם דוחה; אדער אין אן אופן פון "הותרה" - אז די מלאכה איז דא מלכתחלה (ניט נאםר געווארן, נאר זי איז) א דבר המותר בשבת.
[ע״ד המחלוקת בענין פקוח נפש בשבת28 (וכמה הלכות29), צי ם׳איז "דוחה" אדער "מותר"].
און דאם איז די םברת החילוק צווישן די צוויי מדרשים:
לויט דער דרשה אז "עשו הנשיאים שלא כהוגן", איז דער היתר ההקרבה נאר באופן "דחוי׳", די קרבנות האבן דוחה געווען דעם איםור שבת "אן א זייט" - אויך לאחר הדחי׳ איז דער איםור מצ״ע ניט בטל געווארן30, נאר ער ווערט בלויז נדחה דערפאר וואם "קרבן נשיאים חביב לפני הקב״ה";
דער צווייטער מדרש האלט אבער אז דאם איז באופן ״הותרה״, ד. ה. ם׳איז א גדר של דבר היתר (הקרבת קרבנות חנוכת המזבח בשבת), אין דעם פאל זיינען מלכתחלה ניט חל די איםורי מלאכה בשבת;
און דערפאר איז דער מדרש מדגיש - ניט נאר קען מען ניט זאגן "חילל את השבת" (אדער "שלא כהוגן") נאר אדרבא - עם איז א קיום ציווי, "לא על פיו עשה שאני אמרתי כו׳".
ה. עפ״ז וואלט מען אויך געקענט מבאר זיין פארוואם אין מדרש הנ״ל (סוף םעיף ב) אויפן פםוק ״זה קרבן נחשון גו׳" שטייט דער לשון "זה קרבן דוחה את השבת ואין קרבן יחיד דוחה את השבת" (פריער ווערט געזאגט ווי דער דין איז דא, ביים קרבן נשיא - "זה קרבן דוחה", און דערנאך ווי דער דין איז ביי קרבן יחיד בכלל - "ואין קרבן יחיד כו׳״), וואם דאם איז בםדר הפוך ווי
עם ווערט געזאגט אין מדרש הנ״ל (סעיף א): "בכל מקום אין קרבן יחיד דוחה את השבת וכאן קרבן יחיד דוחה את השבת״ -
דיש לומר, אז דער שינוי איז תלוי אין די צוויי אופנים הנ״ל:
לויטן ערשטן מדרש איז דאם בלויז "דחוי׳" (כנ״ל), און דעריבער איז דער מדרש מקדים ״בכ״מ אין קרבן יחיד דוחה את השבת", וואם דאם איז מדגיש ווי מצ״ע ובכלל איז דאם א מעשה האסור ("שלא כהוגן") וואם נאר "כאן" ווערט עם נדחה, אין דעם פאל;
משא״כ לויטן מדרש אויפן פםוק ״זה קרבן נחשון גו׳״ איז עם ״הותרה״31, און דערפאר הויבט ער אן "זה קרבן דוחה את השבת" וואם די הקדמה והדגשה איז דא אויף דעם דין והיתר מיוחד פון קרבן הנשיא (וואם מצד דעם איז ״זה״ - מעג מען ברענגען בשבת), און ערשט דערנאך דערציילט מען אז "ואין קרבן יחיד דוחה את השבת".
וע״פ המבואר לעיל (םעיף ב) אז לויט דעם מדרש אויפן פםוק ״זה קרבן גו׳" איז דער קרבן נשיא ע״ד ווי א קרבן השבט (צבור), קען מען זאגן, אז דאם איז דער טעם וםיבת הפלוגתא פון די צוויי מדרשים:
לויטן ערשטן מדרש אז ם׳איז געווען "שלא כהוגן" ("דחוי׳"), איז דער קרבן הנשיא א קרבן יחיד [ווי פארשטאנדיק פון דעם לשון ״בכ״מ אין קרבן יחיד
כו׳ וכאן קרבן יחיד32 כו׳"], און דערפאר האט די הוראת שעה בלויז אויפגעטאן א "דיחוי";
משא״כ לויטן מדרש "זה קרבן דוחה כו׳", אז עם האט א דין ע״ד ווי א קרבן השבט - איז שבת הותרה לגבי׳33.
עפי״ז וועט אבער אויםקומען, אז בעניננו איז אויך אין דעם גדר פון "הותרה" גופא דא מדרשים מחולקים:
לויטן מדרש אז "זה קרבן דוחה שבת כו׳" איז שבת הותרה ווייל דער קרבן הנשיא איז ע״ד קרבן צבור;
משא״כ לויטן מדרש הנ״ל (םעיף א) - "שלא תאמר היאך חלל כו׳ והלא אין קרבן יחיד דוחה כו׳ שאני אמרתי כו׳״ -וואם האלט אז ״הותרה״ (כנ״ל םעיף ד), איז משמע אז עם האט געהאט א דין פון קרבן יחיד (נאר ווייל "אני אמרתי כו׳" איז - "זה הקריב בשבת").
ו. וועט מען דאם פארשטיין בהקדים נאך א (פערטן) מדרש בפרשתנו (פרשה יד34) בענין זה, וז״ל: "מי הקדימני ואשלם35, מדבר ביוםף שהוא הקדים ושימר את השבת עד שלא ניתנה .. אמר הקב״ה יוםף אתה שמרת את השבת עד שלא ניתנה התורה, חייך שאני
משלם לבן בנך שיהא מקריב קרבנות בשבת מה שאין יחיד מקריב ועלי לקבל קרבנו ברצון"36.
איז תמוה: ווי פאסט צו זאגן, אז דער שכר אויף שמירת שבת איז -"שיהא מקריב קרבנו בשבת מה שאין יחיד מקריב כו׳״ - א פעולה וועלכע איז (בכלל) דער היפך פון שמירת שבת?!
לא מיבעי אויב דער קרבן נשיא איז בלויז דוחה דעם שבת נוואס דעמולט הייסט עס נאך אלץ שלא כהוגן, א מעין פון חילול שבת, נאר בהוראת שעה ווערט דער איסור נדחה בפועל צוליב׳ן קרבן37]; נאר אפילו אויב ס׳איז "הותרה", מיינט דאס נאר אז ס׳איז ניטא קיין חילול, דאס איז אבער ניט קיין פעולה ותוכן פון שמירת שבת (וואס זאל זיין א שכר אויף שמירת שבת)!
איז דערפון גופא געדרונגען, אז לויט דעם מדרש, האט דער קרבן הנשיאים בשבת אויפגעטאן א הוספה אין שמירת שבת.
ז. וי״ל דעם ביאור בזה:
די פיר מאמרי המדרש הנ״ל טיילן זיך (בכללות) אויף צוויי סוגים:
דער דרש אז דאס זיינען געווען קרבנות "שלא כהוגן" און דער דרש "זה קרבן דוחה את השבת ואין קרבן יחיד דוחה את השבת" (ביידע אין פרשה יג) - שטעלן זיך אויף כללות הענין פון קרבנות הנשיאים, וואס איינער פון די חידושים שבקרבנות הנשיאים (צווישן
אנדערע37) איז געווען, וואס דער קרבן הנשיאים האט דוחה געווען שבת.
משא״כ די אנדערע צוויי דרשות (ביידע אין פרשה יד) - "שאני אמרתי כו׳״ און ״מי הקדימני ואשלם כו׳״ -שטעלן זיך אויף (דעם פסוק "ביום השביעי נשיא לבני אפרים"38, און רעדן במיוחד וועגן) מעלת הקרבן וואס דער נשיא אפרים האט מקריב געווען ביום השבת.
ועל פי זה יש לומר, אז דער חילוק הכללי צווישן די צוויי סוגים איז:
אין די ערשטע צוויי דרשות (וועלכע רעדן וועגן קרבנות הנשיאים בכלל) ווערט ארויסגעבראכט ווי דער ענין פון דחיית השבת איז א דין וואס איז פארבונדן מיט כללות קרבנות הנשיאים לחנוכת המזבח, ד.ה. אז מצד דער מעלה כללית פון (חנוכת המזבח ע״י) קרבנות הנשיאים איז די הקרבה דוחה שבת39.
אבער אין די אנדערע צװײ מדרשים*39, וואם רעדן וועגן דעם קרבן מיוחד פון נשיא אפרים ביום השבת, איז מבואר ווי די דחי׳ איז (ניט מצד די כללות קרבנות הנשיאים, ניט קיין דין אין חנוכת המזבח, נאר ווי דאם איז) א דין אין (הלכות) שבת, אז מצד שבת האט דער נשיא געדארפט דעמולט מקריב זיין דעם קרבן.
ח. און אין דעם גופא, אז ם׳איז א דין אין הלכות שבת, קען מען לערנען צוויי אופנים40:
א) אז מצד (הלכות) שבת איז די הקרבה מותר. ד.ה. דאם איז ניט אן ענין וואם איז מותר מצד מעלת קרבנות הנשיאים לחנוכת המזבח נאז תורה זאגט אז די מעלה פון קרבנות הנשיאים איז אזוי גרוים, אז דאם וועגט איבער דעם איםור מלאכה בשבת], נאר דאם איז א תנאי אין (איםורי מלאכה ב)שבת, אז ביחם צו די קרבנות איז מלכתחלה ניט חל דער איםור מלאכה בשבת.
נוע״ד ווי מען געפינט בכמה מקומות בנוגע "עשה דוחה לא תעשה", אז די עשה ווערט א תנאי פון וועלכן דער לאו איז אפהענגיק (תלוי)41, דער לאו איז מלכתחלה ניט חל אין פאל ווען ם׳איז דא קעגן אים אן עשה]42.
ב) הקרבת הקרבנות בשבת איז א חלק פון מצות שבת: כשם ווי מצד קדושת שבת זיינען מלאכות אםור בשבת, אזוי איז קדושת שבת מחייב מ׳זאל מקריב זיין מוםפי שבת, ועד״ז הקרבת "נשיא אחד ליום" השבת, וואם "אמרתי" דעם קרבן (של נשיא אפרים) בשבת, און דורך דעם דוקא ווערט נתקיים שמירת שבת כדבעי.
נוע״ד ווי מען געפינט די םברא (ודיעה43) בנוגע צו פקו״נ, אז דאם מיינט ניט בלויז אז דער פקו״נ איז דוחה דעם איםור מלאכה בשבת אדער אפילו אז די מלאכה ווערט מותר בשבת, נאר פקו״נ איז א דין אין שמירת שבת (ועפ״ז יומתק וואם עם שטייט אין הלכות שבת), דאם איז מוםיף אין שמירת שבת, ווי מען לערנט עם אפ פון ״ושמרו44 בנ״י את השבת"43, ובלשון האור החיים45: "למה אני אומר שתחלל שבת על החולה, אין זה קרוי חילול אדרבא זה קרוי שמירת שבת"].
ט. עפ״ז איז מובן דער אויפטו פון די לעצטע צוויי מדרשים (שבפרשה יד) לגבי די ערשטע צוויי (שבפרשה יג):
לויט די מדרשים אין פרשה יג איז דער היתר ההקרבה מצד דעם דין כללי פון קרבנות הנשיאים כנ״ל - דער חילוק ביניהם איז נאר אין דעם, צי דאם איז ״דחוי׳״ אדער ״הותרה״ (כנ״ל םעיף ה).
משא״כ די מדרשים שבפרשה יד, וואם רעדן במיוחד וועגן דעם קרבן שביום (השבת) השביעי, האלטן ביידע אז ם׳איז א דין אין שבת, און דעריבער איז אין ביידע מדרשים ניט מודגש די אויםגע־ טיילטקייט פון דעם קרבן דערמיט וואם ער איז כעין קרבן צבור און דערפאר זאל די הקרבה זיין בגדר הותרה (ווי אין דעם מדרש הנ״ל (פרשה יג) "זה קרבן דוחה את השבת״) - נאר פארקערט: אין זיי איז די הדגשה ווי דער קרבן הנשיא איז אין גדר פון א קרבן יחיד ("והלא אין קרבן יחיד דוחה את השבת וזה הקריב בשבת אמר הקב״ה כו׳ שאני אמרתי כו׳״; "שיהא מקריב קרבנו בשבת מה שאין יחיד מקריב כו׳״) -
ווארום דער היתר הקרבת הקרבן לדעת מדרשים אלו איז ניט ווייל די קרבנות האבן אין זיך אן ענין ותוקף מיוחד און דערפאר זיינען זיי דוחה שבת באופן של "הותרה", נאר ווייל שבת זאגט אז "זה יקריב בשבת", אפילו זייענדיק קרבנות היחיד.
נאר די צוויי מדרשים טיילן זיך אין די צוויי אופנים הנ״ל, ווי אזוי דאם איז א דין אין שבת46:
לויטן מדרש "שאני אמרתי כו׳", איז דאם כאילו ווי "א תנאי אין שבת", אז שבת ״זאגט״ אז אויף דעם קרבן איז מלכתחלה ניט חל דער איםור שבת, דעריבער ווערט אין מדרש באווארנט "שלא תאמר היאך חלל את השבת כו׳ אמר הקב״ה כו׳ שאני אמרתי כו׳״, אז ם׳איז בכלל ניט בגדר חילול שבת, ווייל דאם איז ע״פ הציווי נע״ד ווי מ׳געפינט דעם לשון אין פוםקים47 (בפירוש המכילתא48 ״מחללי׳ מות יומת49 וביום השבת שני כבשים50 שניהם בדבור אחד נאמרו") "להודיע שבשעה שהותר זה נאםר זה וללמד כי אין זה חלול שבת"51].
און לויטן מדרש וואם זאגט, אז דאם איז געווען בגדר "שכר" אויף דעם וואם ״יוםף שימר את השבת עד שלא ניתנה", קומט אוים, אז דאם איז ניט נאר א תנאי אין שבת, אז קרבן נשיא אפרים פון מילואים איז מותר בשבת, נאר אז עי״ז
איז מען מקיים באופן חיובי מצות שמירת שבת - דער קרבן איז מוסיף אין קדושת שבת.
[וע״ד ווי גערעדט במק״א52 בפירוש דברי המכילתא הנ״ל בעומק יותר, אז דאס וואס "בדבור אחד נאמרו" מיינט ניט (נאר) אז זיי זיינען ניט סותר זה לזה, נאר ביידע האבן דעם זעלבן תוכן קדושת שבת: זי איז א) דורך הקרבת הכבשים, ב) דורך איסור מלאכה].
און דערפאר איז דאס א שכר מתאים צו שמירת שבת דיוסף: וויבאלד ער האט געהיט שבת בהוספה, "עד שלא נתנה", האט מען אים דעריבער געגעבן א הוספה אין שמירת שבת (לגבי אנדערע אידן), אז דוקא "בן בנך" האט מוסיף געווען בקדושת שבת דורך מקריב זיין א קרבן מיוחד בשבת53.
----- • -----
(הוספת נקודות לתוספת ביאור)
יו״ד. דער ענין איז אבער נאך אלץ דורש ביאור:
אמת טאקע אז דאס וואס נשיא אפרים האט מקריב געווען קרבנו בשבת קען זיין א שכר אויף שמירת שבת דיוסף, דערפאר וואס די הקרבה איז מוסיף אין קדושת שבת כנ״ל - וואס איז אבער דער טעם, וואס דער שכר האט זיך אויסגע־ דריקט דוקא אין א מעשה וועלכע איז (מצד עצמו) היפך פון שמירת שבת?
איז די הסברה בזה:
דאס*53 וואס יוסף האט מקיים געווען די מצוה פון שמירת שבת "עד שלא ניתנה" איז א באווייז, אז זיין שמירת שבת איז פון אן ״ארט״ וואס איז נאך העכער פון דעם ארט ש״ניתנה".
כפירוש ״ניתנה״ - די זאך איז דא פון פריער און זי ווערט דערנאך געגעבן למי שניתנה.
ס׳איז פארשטאנדיק אז אין יעדער ״ארט״ וואו שבת איז "ניתנה", איז די קדושה און שמירת שבת לויט דעם מקום שבו ניתנה.
מעין וע״ד ווי מ׳געפינט אין הלכה54 דעם חילוק צווישן ת״ח און פועלים ובעלי בתים: "פועלים ובע״ב יעסקו יותר בתורה בשבת כו׳ ות״ח ימשיכו יותר בעונג אכילה ושתי'".
ביז דעם חילוק הכללי ווי דער ענין השביתה והשמירה איז ביים אויבערשטן ("כי בו שבת מכל מלאכתו"55) וואס איז שביתה פון דיבור ואמירה56 ("בעשרה מאמרות57 נברא העולם"58), און למטה איז דער ענין השביתה (בעיקר59) -פון עשי׳60.
דערפון איז מובן, אז אין דעם "עולם" למעלה וואס איז העכער פון עולם הדבור - אין דעם עולם וואס לא משתעי במילי דהדיוטא61 (וואס גייט אויר די עשרה מאמרות62) - איז קדושת השבת (ועונגו) ניט שביתה פון דבור, נאר אין דער שביתה פון ירידות וצמצו־ מי העולם וגבורות שלו (ע״ד גיהנם63, וואס בשבת "כל שולטני רוגזין ומארי דדינא כולהו ערקין ואתעברו מינה"64), אין ג״ע ווערט דעמולט נתגלה א הע־ כערער עונג וכו׳.
און דאס איז אויך דער אויפטו פון שמירת שבת דיוסף "עד שלא ניתנה"*64: ביי אים האט מאיר געווען דער ענין השבת ווי ער איז אין אן עולם וועלכער איז העכער פון ארץ שבו ״ניתנה״ שבת -זיין שביתה איז - פון א העכערן ענין ווי די שביתה ממלאכה וואס נעמט זיך פון דעם "בו שבת" פון עולם הדבור (עשרה מאמרות); און דער עונג השבת אין דער מדריגה ("עד שלא ניתנה") באשטייט אין א גילוי עונג עליון יותר, כנ״ל.
און דערפאר איז דער שכר אויף דער שביתה ושמירה בדרגת השבת "שלא ניתנה" געקומען אין אן ענין הפכי פון דער עלי׳ בשבת ורוחניות השבת שבארץ בה ניתנה - ע״ד ווי מיר זעען, אז אן עונג יותר עליון נתגלה (לפעמים) - דוקא אין אן ענין וואס איז תחתון יותר65,
וע״ד ביי א אב ובנו66, אז דוקא אין א מעשה קטנות פון בנו התינוק איז דא א העכערער עונג (מער - ווי פון דעם שכל פון בנו הגדול).
יא. ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין די שייכות פון דעם ענין צו יוסף ואפרים דוקא:
דער ענין פון יוסף איז - "יוסף ה׳ לי בן אחר"67, אז ער מאכט פון "אחר" א ״בן״68; און דאס האט זיך אויסגעדריקט
במיוחד אין בנו אפרים - על שם ״כי הפרני אלקים בארץ עניי"69, זיין ענין איז, וואס דוקא אין ״ארץ עניי״ ווערט -"הפרני אלקים", אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למתקא70.
און דעריבער, איז דוקא ביי אים גע־ ווען דער ענין פון הקרבת הקרבן בשבת, אז פון אן ענין של הקרבה, וואס ביום השבת איז דאס לכאורה אן ענין פון ״עניי״ - ווערט פארקערט, "הפרני", א תוספת אין (שמירת ו)קדושת שבת.
(משיחת ש״פ מצורע, ז׳ ניסן, תשמ״א)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.