ויקרא ב
הקירוב דכללות האדם, שהוא היסוד דכל הקרבנות, הו"ע העצים שהקריבו בכל קרבן. וזהו ש"קרבן" כולל גם את העצים כי העצים הם היסוד והעצם דהקרבן. תכלית הביטול מודגש בעצים. וקשור ל"מכוערות" שאומרות "קחו מקחכם לשם שמים", לא בשביל עצמו אלא עבור הקב"ה.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. פון דעם פסוק1 „ונפש כי תקריב קרבן מנחה גו׳" (און עס שטייט ניט „כי תקריב מנחה"2) לערנט מען אָפּ אין תורת כהנים3, אַז מען קען מנדב זיין (אַלס קרבן בפ"ע) אויך לבונה יין (שמן), וועלכע קומען צוזאַמען מיטן קרבן, און אויך עצים.
דאַרף מען פאַרשטיין: בשלמא דאָס וואָס דער וואָרט „קרבן" קען מרבה זיין לבונה און יין (ושמן) אַלס קרבן בפ"ע איז מובן — וויבאַלד מען ברענגט זיי בלאה"כ אַלס אַ טייל פון קרבן, פון זיי אויך באַשטייט דער קרבן, האָבן זיי אויף זיך קדושת און דעם שם קרבן;
ווי אַזוי קען מען אָבער פון וואָרט „קרבן" מרבה זיין (נדבת) „עצים" וועלכע זיינען ניט אַ חלק פון קרבנות4?
אין גמרא5 ווערט געבראַכט: „קרבן מלמד שמתנדבין עצים . . וכן הוא אומר6 והגורלות הפלנו על קרבן
העצים". איז רש"י מפרש: „וכן הוא אומר — דעצים קרבן מקרו7". דאָס הייסט: וויבאַלד מען געפינט אין פסוק „דעצים קרבן מקרו" קען דער וואָרט „קרבן" מרבה זיין עצים.
אָבער דאָס איז נאָר אַ ראי׳ — מען געפינט אַ פסוק וואו „עצים קרבן מקרו". אָבער עדיין טעמא בעי: פאַרוואָס זאָלן „עצים" הייסן „קרבן" (ובמילא — קענען זיי נכלל ווערן אין דעם לשון „תקריב קרבן")? זיי זיינען דאָך נאָר אַ מין „הכשר מצוה" (— קרבן), דער קרבן זאָל קענען פאַרברענט ווערן — דאַרפן האָבן עצים און אש.
ווען מ׳וואָלט ערגעץ אַנדערש געפונען אַז „עצים" ווערן געבראַכט אַלס א ַטייל פון אַ קרבן, דאַן ערשט וואָלט עס געווען אַ טעם ראי׳ לנדו"ד, אַז דער וואָרט „קרבן" איז מרבה אויך „עצים".
ועוד להוסיף אין דעם — עכ"פ „בדקות": דער פסוק „והגורלות הפלנו על קרבן העצים" רעדט וועגן „קרבן העצים" מיט אַ ה"א הידיעה — אַזוי ווי עס איז ידוע פון פריער אַז עס איז דאָ אַ קרבן עצים8 דערציילט דער פסוק אַז ער איז געבראַכט געוואָרן ע"י גורלות — בסגנון אחר: דאָס וואָס מ׳האָט דעמאָלט געבראַכט אַ „קרבן העצים" איז אַ מסובב פון דעם לימוד בתו"כ (וגמ׳)
אַז „מתנדבין עצים" — קומט אויס אַז מען ברענגט אַ ראי׳ פון דעם מסובב אויף דער סיבה?
ב. לכאורה וואָלט מען דאָס געקענט פאַרענטפערן, ובהקדם, אַז אין נדבת העצים קענען זיין צוויי סוגים:
א) נדבת עצים למערכה — עצים וואָס מ׳האָט גענוצט אויף מאַכן אַן אש ומערכה ע"ג המזבח אויף וועלכע מ׳איז מקריב די קרבנות.
ב) מ׳איז די עצים גופא מקריב אויפן מזבח, אַלס אַ קרבן (בפ"ע).
און לויט דער דיעה, אַז דער דין הנ"ל פון „מתנדבין עצים" מיינט (ניט נדבת עצים צו דער לשכה פאַר עצי המערכה, נאָר) אַז מען קען ברענגען עצים אַלס אַ קרבן בפ"ע
— ווי די שיטה פון רבי9, אַז די עצים האָבן אַלע דינים פון אַ קרבן: „טעונין מלח . . הגשה . . קמיצה . . עצים צריכים עצים"; ולדעת הראב"ד10 האַלטן אויך די רבנן אַז מען איז מקריב די עצים אויפן מזבח אַלס אַ קרבן בפ"ע, דער חילוק איז נאָר וואָס לויט די רבנן זיינען ביי די עצים ניטאָ די דינים הנ"ל, ווייל ס׳איז ניט קיין קרבן גמור (ווי לדעת רבי) -
וואָלט מען לכאורה געקענט פאַרענטפערן: דער פסוק „והגורלות הפלנו על קרבן העצים" רעדט דאָך וועגן
נדבת העצים למערכה11 [וואָרום די סיבה פון די „גורלות" איז געווען, ווי די גמרא12 דערציילט, אַז „לא מצאו עצים בלשכה" און די משפחות האָבן מנדב געווען עצים למערכה (כדלקמן סעיף ד)] — און היות אַז די נדבת העצים למערכה רופט אָן דער פסוק מיטן נאָמען קרבן, איז דערפון מוכח אַז אויך עצי המערכה זיינען אַ חלק פון „קרבן", קען דערפאַר דער וואָרט „קרבן" מרבה זיין עצים, אַז מען קען זיי (אויך) בפ"ע ברענגען אַלס אַ קרבן אויפן מזבח.
אָבער [נוסף לזה, אַז אויב מען נעמט אָן אַז מ׳קען מקריב זיין עצים על המזבח אַלס אַ קרבן בפ"ע — איז מסתבר צו זאָגן, אַז דער לשון „(והגורלות גו׳) קרבן העצים" מיינט (ניט (נאָר) די נדבת העצים למערכה, נאָר אַז די משפחות האָבן פון די עצים שהתנדבו געבראַכט (אויך)) אַ קרבן עצים על המזבח, וכמפורש בריטב"א13 — איז]
לויט דער דיעה אַז דער דין פון „מתנדבין עצים" (לדעת רבנן) איז בא ללמד אַז „אותן גזירין קריבין להכשר הקרבנות על המערכה"14, קומט דאָך אויס, אַז דער דין פון „מתנדבין עצים" איז דער זעלבער ענין ווי „והגורלות הפלנו על קרבן העצים" — איז הדרא קושיא לדוכתא.
ג. מוז מען זאָגן, אַז דער עיקר טעם פאַרוואָס דער וואָרט „קרבן" איז מרבה
עצים איז אַן ענין של סברא: היות די עצי המערכה ווערן פאַרברענט אויפן מזבח צוזאַמען מיטן קרבן, זיינען זיי אַ טייל פון דעם קרבן15; נאָר לתוספת ראי׳ ברענגט די גמרא אַ פסוק ובהקדמה — „וכן הוא אומר" — וואו עס שטייט בפירוש דער לשון „קרבן" בנוגע לעצים.
מ׳דאַרף אָבער פאַרשטיין: ווי אַזוי איז די סברא מחייב אַז די עצי המערכה זיינען אַן ענין פון הקרבת קרבן, וויבאַלד אַז לכאורה זיינען זיי, כנ"ל, בלויז מכשירי קרבן16 — כדי מ׳זאָל קענען מקריב זיין אַ קרבן מוז מען האָבן דעם אש המזבח, וואָס קומט ע"י העצים.
ד. בנוגע דעם ענין פון נדבת העצים געפינט מען אַ דבר פלא:
אין דער משנה17 ווערן גערעכנט תשעה זמנים פון „עצי הכהנים והעם", ווי די גמרא12 איז דאָס מסביר: „כשעלו בני הגולה לא מצאו עצים בלשכה", האָבן געוויסע משפחות מנדב געווען עצים פאַר דער מערכה — און דערפאַר האָט מען מתקן געווען, אַז בכל שנה ושנה זאָלן די משפחות ברענגען עצים אין דעם זעלבן טאָג ווען זיי האָבן געבראַכט עצים בפעם הראשונה, און אין דעם טאָג נוצט מען זייערע עצים „אפילו לשכה מלאה עצים".
און די זמני העצים זיינען אַ יו"ט פאַר די משפחות „ואסורין בו בהספד
ובתענית ובעשיית מלאכה"18, ביז, ווי די גמרא19 דערציילט, אַז עס איז דוחה אפילו דעם תענית פון תשעה באב (נדחה).
ולכאורה: פאַרוואָס איז אַזאַ שמחה גדולה פון נדבת העצים, ביז אַז דאָס איז דוחה דעם תענית פון תשעה באב (נדחה)20?
פאַראַן אחרונים21 וואָס זיינען מבאר, אַז דער טעם פון דער שמחה איז ניט צוליב דער נדבת העצים למערכה כשלעצמה, נאָר ווייל אין יענעם טאָג פלעגט מען אויך ברענגען „עולות נדבה"22, און לויט דעם דין23, אַז דער טאָג וואָס מען ברענגט אַ קרבן איז אַ יו"ט.
עס איז אָבער ניט גלאַטיק: אע"פ אַז דער יו"ט בפועל איז בסופו של דבר צוליב די עולות נדבה — אָבער די סיבה אויף דעם גופא וואָס מ׳האָט קובע געווען צו ברענגען די עולות נדבה אין דעם טאָג, איז דאָך געווען ווייל ס׳איז דער יום נדבת העצים.
נאָך מער: דאָס וואָס עס ווערט נדחה דער תענית פון תשעה באב (נדחה) איז ניט מצד דער הקרבת עולות נדבה מצד
עצמה [וואָרום אין אַ טאָג ווען מ׳איז מחוייב צו פאַסטן וועט מען דאָך ניט מתיר מאַכן צו ברענגען דאַן אַן עולת נדבה סתם און דערמיט דוחה זיין דעם תענית], נאָר ווייל דער ענין פון נדבת העצים האָט אויפגעטאָן אַ קביעות, אַז אין דעם טאָג איז מען מקריב עולות נדבה, איז עס במילא דוחה דעם תענית.
דאַרף מען האָבן הסברה: מיט וואָס איז נדבת עצים אַזאַ ענין גדול, אַז צוליב דעם האָט מען קובע געווען די ימים טובים פון „זמן עצי כהנים והעם" ביז אַז דורכדעם ווערט נדחה דער תענית פון תשעה באב (נדחה)?
ה. נוסף צו דער שמחה וואָס איז געווען אין דעם זמן פון נדבת העצים — געפינט מען אַן ענין של שמחה אויך אין דעם זמן פון כריתת העצים.
ווי די גמרא24 זאָגט, אַז איינער פון די טעמים אויף דער שמחה פון חמשה עשר באב איז, ווייל דאָס איז „יום שפסקו מלכרות עצים למערכה", און ווי ס׳איז מבואר אין ראשונים25 איז די שמחה דערפאַר וואָס „באותו יום היו משלימין (ומסיימין26) מצוה גדולה כזאת".
און דוקא דאָס איז דער טעם וואָס בחמשה עשר באב איז אַ שמחה גדולה ביותר27, ביז — ווי די משנה28 זאָגט — „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכפורים". וכמובן פון
ביאור המהרש"א29, אַז די צוויי ענינים וואָס די משנה ברענגט בשייכות צו דער שמחה ויו"ט — „ביום חתונתו זה מתן תורה וביום שמחת לבו זה בנין בית המקדש" — זיינען פאַרבונדן מיט די צוויי טעג פון ט"ו באב און יוהכ"פ: מתן תורה מיינט (כפרש"י30) „יוהכ"פ שניתנו בו לוחות האחרונות", און ביהמ"ק — „אחמשה עשר באב קאי, שטעמי שמחתו . . תלויים בבנין המקדש" —
וואָס די איינציקע זאַך מיט וואָס ט"ו באב האָט אַ שייכות גלוי׳ צו (בנין ה)מקדש, איז31 וואָס דאָס איז דער „יום שפסקו מלכרות עצים למערכה" שבמקדש32.
און אויך בנוגע דער שמחה איז ניט פאַרשטאַנדיק: אמת טאַקע אַז דער ענין פון כריתת עצים למערכה איז אַ „מצוה גדולה"33, אָבער דאָך איז דאָס לכאורה נאָר אַ הכשר מצוה, ס׳איז בלויז אַ טפל צום עיקר — די הקרבת הקרבנות ע"ג המזבח34.
איז ווי קומט עס אַז דוקא כריתת עצים איז אַזאַ ענין גדול וכללי, ביז אַז
דאָס שאַפט אַ יו"ט וואָס איז גרעסער פון אַלע אַנדערע ימים טובים, בעת אַז ביי די קרבנות עצמם — געפינט מען ניט אַז זיי זאָלן גורם זיין אַ יו"ט ושמחה גדולה?
ו. ויש לומר דעם ביאור אין דעם:
ס׳איז ידוע די הסברת הרמב"ן35 אין דעם ענין פון קרבנות, אַז דער וואָס ברענגט אַ קרבן דאַרף בשעת מעשה באַטראַכטן זיך אַז דאָס וואָס דער קרב וכליות וכרעים פונעם קרבן ווערן פאַרברענט און מ׳איז זורק דם על המזבח איז ווייל „ראוי לו שישפך דמו וישרף גופו לולא חסד הבורא שלקח ממנו תמורה . . דמו תחת דמו נפש תחת נפש כו׳".
די כוונה פון אַ קרבן איז, אַז דער מענטש זאָל זיך מקריב זיין צום אויבערשטן; נאָר דער אויבערשטער האָט געטאָן אַ חסד מיטן אדם כי יקריב, און האָט די הקרבה גשמית פאַרביטן אויף הקרבת הבהמה כו׳36 — אָבער די הקרבה דאַרף אים מעורר זיין אַז ער זאָל זיין נפש מקריב זיין (ברוחניות) צום אויבערשטן.
ועפ"ז יש לבאר דעם רמז אין דעם פרט וואָס יעדער קרבן על המזבח ווערט פאַרברענט צוזאַמען מיט די עצי המערכה:
קרבנות טיילן זיך אין פאַרשידענע סוגים, און יעדער סוג האָט זיינע באַזונדערע דינים ווי אַזוי ער ווערט נקרב ע"ג המזבח. וע"פ ביאור הרמב"ן הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס יעדער
סוג קרבן האָט זיינע דינים מיוחדים איז ווייל זיי דוקא זיינען מתאים צום תכלית פון דעם קרבן — וואָס דער קרבן דאַרף אויפטאָן אין דעם אדם המקריב, וועלכן „טייל" פון „זיך" ער איז מקריב צום אויבערשטן (וואָס דאָס איז בהתאם צו דער סיבה פון דעם קרבן — כפרה אויף אַ חטא, נדבה, וכו').
[און ווי ס׳איז מוכח אין דעם פירוש הרמב"ן גופא, אַז אויך די כללית׳דיקע זאַכן וואָס ער רעכנט אויס — שריפת הקרב כו׳ וזריקת הדם — זיינען ניט ביי אַלע קרבנות; ביי אַ קרבן מנחה, לדוגמא, זיינען די פרטים ניטאָ, אַ מנחה איז ניט פאַרבונדן מיט קרב וכו׳ און דם פון דעם אדם המקריב].
לאידך גיסא אָבער, באַשטייט די התחלה ויסוד פון אַלע קרבנות אין דעם, וואָס דער אדם איז מקריב זיך צום אויבערשטן. ד.ה. צום אַלעם ערשטן מוז ביים אדם זיין די כללית׳דיקע גרייטקייט צו זיך מוסר נפש זיין צום (פאַרן) אויבערשטן, וואָס דאָס איז ניט פאַרבונדן מיט אַ באַשטימטן חלק (אָדער פרטים) פון מענטשן, נאָר אַ „הקרבה" פון עצם נפשו, זיין גאַנצן מהות;
נאָר ביי יעדן סוג קרבן ווערט אָט די „הקרבה" (פון עצם נפשו) „אויסגעדריקט" בפועל אין פאַרשידענע פרטים פון דעם מענטשן.
און דאָס איז דער ענין פון די עצי המערכה וואָס ווערן פאַרברענט על המזבח צוזאַמען מיט יעדן קרבן — דאָס איז די „תמורה" פון דער כללית׳דיקער, צד השווה „הקרבה", פון דעם אדם המקריב צום אויבערשטן וואָס פאָדערט זיך ביי יעדן קרבן.
און דערמיט איז אויך מובן וואָס דאָס איז מרומז אין דעם ענין פון עצים דוקא
— ווייל „האדם עץ השדה"37, אַן אדם אי ז עץ השדה, ד. ה. אַן „עץ" דריקט אויס (ניט בלויז אַ געוויסן טייל אָדער פרטים פון דעם אדם, נאָר) די גאַנצע זאַך פון אדם.
[און ווי ערקלערט בארוכה במ"א38, אַז דוקא אין „צומח" (עץ) שבאדם זאָגט זיך אַרויס די פנימיות הנפש, ע"ד ווי אַן עץ וואָס איז שטענדיק מחובר צו זיין שורש ומקור].
און דאָס איז אויך דער טעם (בפנימיות הענינים) וואָס נדבת העצים האָט גורם געווען נאָך אַ גרעסערע שמחה ויו"ט ווי די הקרבת הקרבנות — ווייל דער ענין פון עצי המערכה איז (ניט נאָר וואָס דאָס איז ניט קיין סתם אַ זייטיקער און טפל׳דיקער ענין אין אַ קרבן (אַ הכשר לחוד), נאָר אדרבה: דאָס איז) דער כלל און יסוד פון ענין הקרבנות.
ז. איינער פון די חילוקים צווישן דער „הקרבה כללית" פון דעם אדם (וואָס ווערט אויסגעדריקט אין שריפת עצי המערכה) און דער „הקרבה פרטית" (בהתאם צום פרטי הקרבן וואָס דער אדם ברענגט):
בשעת דער אדם איז פאַרנומען מיט דער „הקרבה" פון איין פרטית׳דיקן כח (— אַ טייל פון זיין מציאות), קען ער זיך ניט „אויסטאָן" לגמרי פון זיך. זיין ביטול ומסירת נפש איז אָנגעטאָן אין זיין כח פרטי, נוסף ע"ז וואָס עס זיינען דאָך דאָ שאר הכחות —
ובמילא פאַרדעקט דאָס אויף זיין ביטול ומסירת נפש.
בשעת אָבער כי יקריב אַ „הקרבה כללית" — ער גיט זיך אַוועק אינגאַנצן צום אויבערשטן — דעמאָלט איז ביי אים ניטאָ וואָס עס זאָל פאַרשטעלן אויף זיין מסירת נפש, וויבאַלד ער שטייט אין אַ ביטול כללי; דאַן איז עס אַ מסירה ונתינה וואָס איז העכער פון חשבונות פון שכל אָדער רגש (אפילו שכל ורגש דקדושה) וכיו"ב39.
און דאָס איז דער טעם פאַרוואָס די „עצים" (שבכל קרבן) ווערן געבראַכט (ניט אַלס אַ טייל פון עצם הקרבן, נאָר) אַלס אַ (באַזונדערע זאַך אַ) הכשר קרבן
— ועד"ז בנוגע דער שמחה פון זמן עצי כהנים והעם (אין אַן אופן וואָס איז דוחה תשעה באב (נדחה)), וואָס די סיבת השמחה איז [ניט נאָר די הקרבה עצמה פון קרבנות (עולות נדבה), אָדער (כדעת הריטב"א) פון דעם קרבן העצים, וועלכע מ׳האָט מקריב געווען אויפן מזבח אַלס קרבן, נאָר די סיבה איז] דוקא די עצם נדבת העצים למערכה (כנ"ל סעיף ד) —
ווייל דער באַווייז אויף מסירת נפש בשלימות, איז די איבערגעגעבנקייט צו מכשירי קרבן (מצוה)40:
ווען אַ איד ברענגט אַ קרבן אויפן מזבח — אפילו אַזאַ קרבן וואָס ווערט אינגאַנצן41 פאַרברענט (עולה) און זיין מציאות ווערט בטל — קען דער מקריב
טראַכטן, אַז כאָטש דאָ למטה איז זיין מציאות בטל, האָט ער אָבער אויפגעטאָן, אַז עס ווערט דערפון „ריח ניחוח לה׳ — נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני"42.
משא"כ די עצי המערכה, וואָס ביי זיי געפינט מען ניט אַז דורך זייער שריפה וכליון אויפן מזבח ווערט אויפגעטאָן „ריח ניחוח לה׳", וביחד עם זה איז זייער שריפה באופן אַז זיי ווערן אינגאַנצן אויס מציאות, איז דערביי ניטאָ דער הרגש עצמו, אַ „דערהער" אַז זיי טוען אויף ריח ניחוח להוי׳;
זייער פעולה איז — וואָס זיי האָבן מכשיר געווען אַז אַ צווייטע זאַך (דער קרבן) זאָל אויפטאָן אַ „נחת רוח לפני".
[און ווי דאָס קומט אויך צום אויסדרוק אין נדבת העצים, אַז דער אויפטו פון מנדב זיין די עצים איז באַשטאַנען אין דערמעגלעכן אַז אַ צווייטער איד זאָל קענען ברענגען אַ קרבן און גורם זיין „נחת רוח לפני"].
און די גרייטקייט זיך אַוועקגעבן פאַר אַזאַ ענין איז דער באַווייז אויף דעם ביטול ומסירת נפש בשלימות — קרבן לה׳.
ח. אָבער לאחרי כ"ז, איז אפילו דער ענין פון נדבת העצים נאָך ניט דער שלימות׳דיקער באַווייז אויף דעם שלימות׳דיקן אַוועקלייג צום אויבערשטן.
ווייל אע"פ אַז ער האָט ניט קיין געפיל אַז ער האָט אויפגעטאָן — האָט ער אָבער דאָך אַ הרגש של סיפוק נפשי — דערפון וואָס די עצים זיינען געוואָרן קודש און דורך דעם קען מען דעם קרבן מקריב זיין אויפן מזבח.
דער העכסטער אופן פון אדם כי יקריב להוי׳ אָן קיין שום אַריינמישונג פון אייגענע געפילן, קומט צום אויסדרוק אין דעם ענין פון כריתת העצים למערכה — ווען מ׳שניידט עצים אין וואַלד, איידער מ׳האָט זיי מקדיש געווען און געבראַכט צום גזבר.
און ווי דאָס איז מודגש במיוחד ביי די משפחות וועלכע האָבן געבראַכט עצים נאָך חמשה עשר באב [בעשרים באב בני פחת מואב בן יהודה בעשרים באלול כו׳43] — וואָרום, פון איין זייט, האָבן זיי די עצים געמוזט שניידן ניט שפּעטער ווי חמשה עשר באב (ווייל דערנאָך זיינען זיי פסול למערכה24), אָבער לאידך גיסא האָבן זיי ניט געקענט גלייך בריינגען און מקדיש זיין די עצים, ווייל דעמאָלט וואָלטן זיי שוין דאַמאָלס באַלאַנגט צו הקדש וכל היכא דאיתא בי גזא דרחמנא איתא44, אַזוי אַז בעשרים באב וכו׳ וואָלטן די עצים ניט געווען זייערע צו מנדב זיין און ברענגען אין דעם טאָג.
קומט אויס, אַז די אַלע טעג צווישן דער כריתת העצים און נדבת העצים זיינען די עצים ביי זיי געווען עצי חולין.
און דערמיט איז מובן, אַז אין דער פעולת ההכנה פון כריתת העצים45, אין וועלכער עס זעט זיך ניט אָן קדושה, איז דאָ דער פולער אַוועקלייג צום אויבערשטן אין אַן אופן פון ביטול במציאות לגמרי, וואו מען טראַכט אינגאַנצן ניט וועגן זיך און וועגן „וואָס איך האָב אויפגעטאָן", נאָר בלויז טאָן פאַרן אויבערשטנ׳ס וועגן.
און דערפאַר — דער גודל ההפלאה פון חמשה עשר באב, ביז אַז „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה"כ" — די שמחה פון חמשה עשר באב איז בדוגמא צו יוהכ"פ, „אחת בשנה"46, ווען עס ווערט נתגלה ביי יעדן אידן זיין „אחת" שבנפש, בחי׳ יחידה47. ווייל דאָס וואָס אַ איד איז בשמחה דערפון וואָס ער איז כורת עצים למערכה (און זיי בלייבן ברשותו אַלס עצי חול) נעמט זיך פון בחי׳ יחידה, וואָס כל ענינה איז „יחידה לייחדך"48.
ט. עפ"ז קען מען אויך מבאר זיין דעם קשר פון דעם תיאור השמחה (שבסוף מס׳ תענית) צום תוכן היום פון חמשה עשר באב:
די משנה28 זאָגט אַז (בט"ו באב ויוהכ"פ) „בנות ירושלים יוצאות וחולות בכרמים ומה היו אומרות בחור שא נא עיניך כו׳", און די ברייתא49 איז אין דעם מפרט, אַז עס זיינען געווען דריי סוגים אין די בנות ישראל: „יפיפיות שבהן מה היו אומרות תנו עיניכם ליופי שאין האשה50 אלא ליופי; מיוחסות שבהן מה היו אומרות תנו עיניכם למשפחה לפי שאין האשה50 אלא לבנים; מכוערות שבהם מה היו אומרות קחו מקחכם לשם51 שמים".
ויש לומר אַז די דריי סוגים זיינען בהתאם צו די דריי אופנים הנ"ל אין די „עצים".
עס זיינען פאַראַן עצים וואָס זיי גופא ווערן אַ קרבן (בפ"ע) אויפן מזבח. ובהתאם לזה איז דער ערשטער סוג בנות — די „יפיפיות", וואָס יופי52 איז אַ מעלה אין דעם אדם גופא;
דערנאָך זיינען פאַראַן די עצי המערכה, ווי מ׳איז זיי מנדב און מען ברענגט זיי אין לשכה (זמן עצי הכהנים והעם) — און דוגמתם זיינען די „מיוחסות", וואָס די מעלה פון יחוס איז נוגע (בעיקר) צו די בנים — „אין האשה אלא לבנים", און ווי רש"י איז מבאר: „אם בניך יהיו מיוחסין הכל קופצין עליהם כו׳" (בדוגמת עצי המערכה וועלכע זיינען מכשיר אַ צווייטנ׳ס קרבן).
און — כריתת עצים למערכה, ווען זיי זיינען חול און עס זעט זיך ניט קיין שייכות צו קודש — איז בדוגמת די „מכוערות שבהם", וועלכע האָבן ניט קיין מעלות (גלויות);
אָבער לאידך, ווערט דוקא ביי די „מכוערות" דערהערט די מעלה פון „קחו מקחכם לשם שמים" — ניט פאַר זיך, נאָר בלויז פאַרן אויבערשטנ׳ס וועגן (בדוגמא ווי גערעדט פריער, אַז דוקא אין דער כריתת עצים למערכה דריקט זיך אויס דער אַוועקלייג צו טאָן „לשם שמים" אָן קיין הרגש עצמו).
יו"ד. און דאָס איז די הוראה בעבודת כל אחד ואחד:
עס זיינען פאַראַן אַזוינע וואָס מיינען, אַז דער ענין פון שמחה בעבודת ה׳ איז דוקא ווען ער „קערט איבער אַ וועלט" — געלערנט כל התורה כולה וכו׳.
בשעת אָבער ער טוט אויף אין העלפן אַ צווייטן איד׳ן אַז יענער זאָל קענען נתקרב ווערן צום אויבערשטן, איז „לשמחה — ובפרט שמחה גדולה — מה זו עושה"53 —
איז די הוראה: אמת טאַקע, אַז אויב מ׳האָט געהאַט די מעגלעכקייט צו טאָן מער פאַר דער אייגענער שלימות און מ׳האָט ניט געטאָן, קומט דערפאַר אַן עונש כו',
אָבער לאידך גיסא, איז אין עבירה מכבה מצוה54. און וועגן דער מצוה — פון העלפן אַ צווייטן אידן צו יקריב מכם קרבן לה׳ — זאָגט תורה, אַז זי ברענגט צו דער גרעסטער שמחה פון אַלע שמחות: לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכפורים.
(משיחות כ"ף מנחם אב תשכ"ה, תשל"ב)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.