קרח ג
לרש"י ההוספה "כחזה התנופה גו'" - לאחר שכבר נאמר "ובשרם יהי' לך" - הוא ללמד דין חדש. אך אם הכוונה הוא רק לדין אחד אם כן מדוע לא נאמר הדין בפירוש ומדוע נרמז ב"כחזה התרומה", ולכן מפרש שבא ללמד ב' ענינים, מי הם האוכלים וזמן האכילה.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אין דער היינטיקער סדרה1 זאָגט די תורה דעם דין פון „בכור שור או בכור כשב או בכור עז” — אַז „לא תפדה קודש הם את דמם תזרוק גו’ ואת חלבם תקטיר גו’ ובשרם יהי’ לך (צו די כהנים) כחזה התנופה וכשוק הימין לך יהי’”.
שטעלט זיך רש”י אויף די ווערטער „כחזה התנופה וכשוק הימין” און איז מפרש: „של שלמים שנאכלים לכהנים לנשיהם ולבניהם ולעבדיהם לשני ימים ולילה אחד אף הבכור נאכל לשני ימים ולילה אחד”.
דאַרף מען פאַרשטיין:
רש”י הויבט אָן (ביי שלמים) מיט צוויי פרטים — (א) (ווער קען זיי עסן) „לכהנים לנשיהם ולבניהם ולעבדיהם”2 (ב) (ווען זיי ווערן געגעסן) „לשני ימים ולילה אחד” — און איז מסיים בלויז מיט איין פרט: „אף הבכור נאכל לשני ימים ולילה אחד”;
איז תמוה — ממה־נפשך: אויב רש”י איז משמיט די ווערטער ביי בכור ווייל ער האַלט3 אַז בכור נאכל נאָר לזכרי כהונה4 — האָט ער ניט געדאַרפט
ברענגען די ווערטער ביי שלמים5; און אויב אויך בכור נאכל „לכהנים לנשיהם וכו’” — פאַרוואָס איז ער זיי משמיט ביי בכור?
ומובן אַז מען קען ניט זאָגן, אַז ווייל ער וויל מקצר זיין בלשונו איז רש”י משמיט אַ דין!
ונוסף ע”ז — לפ”ז האָט ער אויך ניט געדאַרפט זאָגן די ווערטער „(אף הבכור) נאכל לשני ימים ולילה אחד”, נאָר שרייבן בקיצור: „אף הבכור כן”6, אָדער בכלל אויסלאָזן דעם גאַנצן סיום „אף הבכור וכו’”7.
די תמי’ איז נאָך גרעסער: דער מקור פון דעם פירוש רש”י איז אין ספרי8 וגמרא9, און אין די ביידע ערטער ווערט אינגאַנצן ניט דערמאָנט דער פרט פון „(נאכלים לכהנים) לנשיהם ולבניהם ולעבדיהם”, ניט ביי שלמים און ניט ביי בכור — עס שטייט בלויז „מה שלמים נאכלים לשני ימים ולילה אחד אף בכור נאכל לשני ימים ולילה אחד” — און רש”י איז (משנה פון ספרי וגמרא און איז) מוסיף דעם פרט בפירושו.
ב. דערנאָך איז רש”י מעתיק די ווערטער „לך יהי’” און איז מפרש: „בא ר’ עקיבא ולמד הוסיף לך הכתוב הוי’ אחרת שלא תאמר כחזה ושוק של תודה שאינו נאכל אלא ליום ולילה”.
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) ווי גערעדט כמה פעמים, איז רש”י מעתיק דעם שם בעל המאמר נאָר אין פאַל ווען דאָס איז מוסיף אין הבנת הפירוש — ובנדו”ד: וואָס ווערט דאָ בעסער פאַרשטאַנדיק דורך דער ידיעה אַז דעם מאמר האָט געזאָגט ר’ עקיבא?
ב) וואָס איז די אריכות הלשון „בא ר’ עקיבא ולמד” — רש”י האָט געדאַרפט זאָגן בקיצור (כדרכו בכ”מ) „אמר ר’ עקיבא”?
דער מקור פון מאמר ר”ע איז אין ספרי8 וגמרא9, און דאָרטן איז אויך אַ לשון בלתי רגיל „קפץ ר”ע”. אָבער דאָרטן איז דאָס פאַרשטאַנדיק, ווייל ער קומט אינמיטן אַ שקו”ט: פריער האָט מען געפרעגט די שאלה „לפני חכמים בכרם ביבנה10 כו’ נענה ר’ טרפון כו’”, האָט ר’ יוסי הגלילי געפרעגט אַ קשיא וואָס ר’ טרפון האָט ניט געקענט פאַרענטפערן11, איז אַן אַנדערער אַריין אין דער שקו”ט — „קפץ ר’ עקיבא . . אמר כו’” — אָבער ווי פּאַסט דאָ בפרש”י דער לשון „בא ר’ עקיבא” ווען די גאַנצע שקו”ט ווערט ניט דערמאָנט?
ג) אַז בכור נאכל לשני ימים ולילה אחד דאַרף מען ניט אָנקומען צו אַ הוספה „לך יהי’” (הוסיף לך הכתוב הוי’ אחרת”) — דעם דין לערנט מען אָפּ פון פסוק „שנה בשנה” (אין פ’ ראה12), ווי רש”י איז דאָרטן מפרש „למד שנאכל (בכור) לשני ימים ולילה אחד”13.
ד) ע”ד הפשט — פון וואַנעט איז דער הכרח אַז „לך יהי’” איז אַ ריבוי („הוסיף לך הכתוב הוי’ אחרת”)?
ג. דער ביאור בכל זה:
רש”י’ן איז שווער דער יתור הלשון אין אונזער פסוק14. דלכאורה: נאָך דעם ווי עס שטייט „ובשרם יהי’ לך” (אַז דער בשר הבכור באַלאַנגט צום כהן), וואָס קומען מוסיף זיין אויף דעם די ווערטער „כחזה התנופה וכשוק הימין (לך יהי’)”? — דערפאַר לערנט רש”י אַז די ווערטער קומען לערנען אַ דין, אין וואָס פאַר אַן אופן ווערט „בשרם” נאכל.
אויב מ’זאָל אָבער זאָגן אַז די ווערטער קומען בלויז אָנווייזן דעם זמן האכילה — „לשני ימים ולילה אחד” ווי חזה ושוק של שלמים — איז ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס דאַרף דער פסוק מרמז זיין, זאָגן דעם דין דורך פאַרגלייכן צו אַן אַנדער קרבן — מיט די ווערטער „כחזה התנופה וכשוק הימין”, און בפרט אַז דאַן איז ערשט ניט קלאָר צי דאָס מיינט „של שלמים שנאכלים . . לשני ימים ולילה אחד” אָדער „של
תודה15 שאינו נאכל אלא ליום ולילה”, און מען דאַרף האָבן נאָך אַ הוספה ולימוד „לך יהי’ — הוי’ אחרת”
— עס האָט געדאַרפט שטיין קלאָר ובקיצור: „ביום הקריבו יאכל
וממחרת”16!
דערפון איז רש”י מכריח, אַז מיט די ווערטער „כחזה התנופה וכשוק הימין” מיינט מען מער ווי דעם איין דין ( — נאָר צוויי דינים): „שנאכלים (א) לכהנים לנשיהם ולבניהם ולעבדיהם (ב) לשני ימים ולילה אחד”.
ד. עפ”ז איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש”י לערנט אַרויס „שלא תאמר כחזה ושוק של תודה” פון „לך יהי’”, און וויל זיך ניט פאַרלאָזן אויפן פסוק „שנה בשנה” (אין פ’ ראה):
אויב מ’זאָל זאָגן, אַז אין אונזער פסוק איז ניטאָ קיין לימוד וועגן זמן אכילת בכור, וועט אויסקומען, אַז מיט „כחזה התנופה וכשוק הימין” מיינט דער פסוק בלויז איין דין — „נאכל לכהנים לנשיהם ולבניהם ולעבדיהם”;
ווערט שווער כנ”ל: פאַרוואָס זאָגט דער פסוק דעם דין מיט אַ רמז („כחזה התנופה וכשוק הימין”) און — ניט בפירוש. ובפרט אַז פאַר דעם שטייט יאָ בפירוש17 — (ביי „תרומת מתנם לכל תנופות בנ”י”) — „לך נתתים ולבניך
ולבנותיך” (און במילא וואָלט מען געוואוסט אויך — נשיהם ועבדיהם18)?
דערפאַר לערנט רש”י, אַז „לך יהי’” קומט קלאָר מאַכן דעם דין פון „שני ימים ולילה אחד”, ובמילא, אַז מיט די ווערטער „כחזה התנופה וכשוק הימין”19 קומט דער פסוק זאָגן צוויי דינים20, סיי אַז נאכל לכהנים לנשיהם ולבניהם ולעבדיהם, און סיי אַז נאכל לשני ימים ולילה אחד.
עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק (כנ”ל): פאַרוואָס איז רש”י מסיים בלויז מיט איין פרט — „אף הבכור נאכל לשני ימים ולילה אחד”?
ה. דער ביאור בזה:
די צוויי פירושי רש”י („כחזה התנופה וכשוק הימין” און „לך יהי’”) זיינען ניט באַזונדערע אָפּגעטיילטע פירושים, נאָר דאָס איז איין המשך21: רש”י זאָגט דעם לימוד פון שלמים, און דער סיום פון דעם זיינען די ווערטער „אף הבכור”22
— אַזוי ווי דיני חזה ושוק של שלמים, אַזוי זיינען דיני הבכור;
און דערנאָך הויבט אָן רש”י און זאָגט אַ צווייטן ענין: בנוגע דעם דין הנ”ל „נאכל לשני ימים ולילה אחד” (איז דאָ אַ
המשך ופירוש23 — „לך יהי’ בא ר’ עקיבא ולמד כו’”):
באַ דעם פרט איז ניט גענוג (דער לימוד פון) די ווערטער „כחזה התנופה וכשוק הימין (של שלמים)” — ווייל מען קען מיינען „כחזה וכשוק של תודה שאינו נאכל אלא ליום ולילה” — נאָר מ’מוז אָנקומען (אויך) צו די ווייטערדיקע ווערטער „לך יהי’”, „הוסיף לך הכתוב הוי’ אחרת”.
עפ”ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש”י איז מדייק „בא ר’ עקיבא ולמד”: ער וויל דערמיט קלאָר מאַכן אַז דער פירוש איז ניט אַ התחלת ענין — וואָס דעמאָלט פּאַסט ניט דער לשון „בא ר’ עקיבא” — נאָר ס’איז אַ המשך (און אינמיטן דעם פירוש בקשר) צו די פריערדיקע ווערטער „לשני ימים ולילה אחד”;
רש”י באַוואָרנט24 די קשיא אויף „לשני ימים ולילה אחד” — פאַרוואָס פאַרגלייכט מען בכור צו שלמים און ניט צו תודה — און זאָגט: „בא ר”ע ולמד הוסיף לך הכתוב הוי’ אחרת כו’”.
ו. לאחרי כל הנ”ל קען אַ תלמיד ממולח פרעגן, אַז דער לשון הפסוק איז ניט אינגאַנצן גלאַטיק:
וויבאַלד דער פסוק חזר’ט איבער דעם זעלבן לשון „יהי’ לך . . לך יהי’” — איז
מסתבר צו זאָגן, אַז דאָס רעדט זיך אין דעם זעלבן ענין, כדי לחזקו25,
[ע”ד ווי אין אָנהויב פון פ’ שלח26 שטייט „איש אחד איש אחד למטה”, ועד”ז ביי די קרבנות הנשיאים שטייט27 „נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום” — וואָס רש”י איז דאָרט ניט מפרש דעם כפל הלשון, ווייל ע”ד הפשט איז דאָס כדי לחזק ולהדגיש הענין];
אָבער לויטן ביאור הנ”ל קומט אויס, אַז דער ערשטער טייל פון פסוק — „ובשרם יהי’ לך כחזה התנופה וכשוק הימין” — איז (ניט אַ דין פרטי, נאָר) אַ דין כללי, אַ כללית’דיקער צוגלייכן צו חזה ושוק של שלמים (אין מער ווי איין פרט: נאכל לכהנים לנשיהם כו’, און נאכל לשני ימים כו’); און דער לשון „לך יהי’” בסיום הפסוק קומט מרבה זיין איין פרט אין דעם דין פון זמן אכילתו?
דערפאַר איז רש”י מדגיש, אַז דעם מאמר האָט געזאָגט ר’ עקיבא — ולשיטתו אזיל, וואָס ער האַלט ניט אַז „דברה תורה כלשון בני אדם”28, און אַ כפל לשון אין תורה איז ניט לשם חיזוק וכיו”ב, נאָר בכדי צו מרבה זיין אַן ענין נוסף — „לשונות ריבויין הן”29; און דערפאַר לערנט ער אויך בנדו”ד30, אַז
„לך יהי’” איז אַ ריבוי — „הוסיף לך הכתוב הוי’ אחרת”.
[און מ’קען ניט פרעגן: ווי קען רש”י לערנען ווי שיטת רע”ק (אַז לא אמרינן דברה תורה כלשון בנ”א) — בשעת רש”י נעמט אָן אין דרך הפשט אַז דברה תורה כלשון בנ”א, כדמוכח פון דעם31 וואָס ר”ע לערנט32 אַז דער כפל לשון „איש אחד איש אחד למטה” קומט מרבה זיין אַז עס זיינען געווען כ”ד מרגלים, און רש”י לערנט (כפשש”מ33) אַז עס זיינען געווען בלויז י”ב34 מרגלים?
— ווייל דאָרטן רעדט זיך וועגן צוועלף פאַרשידענע במעלתם35 שבטים36, איז פאַרשטאַנדיק (ע”ד הפשט) אַז דער פסוק וויל מדגיש זיין אַז יעדער שבט האָט געהאַט „איש אחד”, און דערפאַר איז ער כופל „איש אחד איש
אחד” (ועד”ז „נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום” ביי די קרבנות הנשיאים); משא”כ בנדו”ד איז דאָך דער כפל והדגשה „לך יהי'" איבעריק37].
ז. מיינה של תורה שבפירוש רש”י:
אין ספרי8 וגמרא9 איז דאָ אַ הו”א צו פאַרגלייכן בכור צו חטאת ואשם — ווייל זיי אַלע זיינען „מתנה לכהנים” — און לערנען „מה חטאת ואשם ליום ולילה אף בכור ליום ולילה”; אָבער רש”י בפירושו באַוואָרנט בלויז „שלא תאמר כחזה ושוק של תודה”.
בפשטות איז דער טעם, ווייל רש”י שטעלט זיך אויפן פסוק „כחזה התנופה וכשוק הימין” וואָס קען ניט געטייטשט ווערן אויף חטאת ואשם (וועלכע באַלאַנגען אינגאַנצן צום כהן)38; משא”כ אין ספרי וגמרא וואו די שקו”ט צו וועלכן קרבן בכור ווערט צוגעגליכן איז (ניט מצד דעם פסוק „כחזה התנופה גו’”, נאָר) מצד הסברא.
אָבער י”ל אַז אין דעם איז אויך דאָ אַן ענין ע”ד הרמז:
„בכור” איז אַ רמז אויף אידן — „בני39
בכורי ישראל”40; בכור אדם (ע”ש אדמה לעליון41, חלק אלקה ממעל) איז די נפש האלקית, און בכור בהמה (טהורה) איז די נפש הבהמית פון אַ אידן (און דערפאַר זאָגט דער פסוק „בכור שור . . כשב . . עז”, וואָס זיינען, כידוע42, די דריי כללות’דיקע סוגים אין נפש הבהמית שבישראל).
איז רש”י בפירושו עה”ת דאַרף ניט באַוואָרענען ושולל זיין אַז בכור איז גלייך צו חטאת ואשם — ווייל מצד פשוטו של מקרא, וואו עס ווערט מודגש די פשטות פון אַ אידן, איז ניטאָ קיין קס”ד אפילו אַז אַ איד (מצד עצמו) האָט אַ שייכות צו חטאת ואשם.
בנוגע דער נפש האלקית פון אַ אידן, שטייט אין זהר43 בפשטות ופשיטות אויפן פסוק44 „נפש כי תחטא” — „תווהא”, אַז אפילו אין בחי’ נפש, די נידעריקסטע דרגא פון (די חמשה45 שמות שנקראו ל)נפש האלקית, איז אַ תמי’ ופליאה ווי קען זי דורכפאַלן אין אַ חטא.
טוט דאָ אויף רש”י נאָך אַ גרעסערן חידוש, אַז אפילו בכור בהמה — די נפש הבהמית פון אַ אידן — איז (מצד עצמו) ניט שייך צו אַ חטא46; און נאָכמער:
אפילו „בשרם” — דער גוף46 הגשמי שלו — איז אויך ניטאָ קיין קס”ד צו פאַרגלייכן אים — מאַכן אַ שייכות — צו אַ חטאת ואשם.
נאָר „כחזה התנופה וכשוק הימין” — של שלמים: דאָס וואָס די נפש האלקית פון אַ אידן איז ירדה ונתלבשה אין אַ נפש הבהמית און אין אַ גוף גשמי, איז בכדי ער זאָל דערפון מאַכן אַ שלמים — שלום בעולם47 — אַז אויך עולם הזה התחתון, הגשמי והחומרי, זאָל ווערן אַ דירה לו ית’.
ח. וואָס דאַרף רש”י יע שולל זיין — „שלא תאמר כחזה ושוק של תודה”:
אויך תודה איז אַ קרבן שלמים48, אָבער ענינה איז, אַז פריער איז דער אדם געווען אין אַ מצב של סכנה, און ער איז דערפון געראַטעוועט געוואָרן אין אַן אופן בלתי רגיל, בדרך נס49 (און דערפאַר ברענגט ער אַ קרבן תודה); וואָס אין עבודה רוחנית מיינט עס, אַז דער מענטש האָט אַ גרויסן נסיון און שוועריקייטן בעבודתו ית’, וואָס שטעלן אין סכנה חייו הרוחנים, נאָר ער „ראַטעוועט” זיך פון דעם מצב דורך אַ „נס” — דורך אַן עבודה בלתי רגילה (שהרגל נעשה טבע), דורך מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת.
און דערפאַר איז דאָ אַ קס”ד, אַז אע”פ וואָס אַ איד (מצ”ע) איז ניט שייך צו חטאת ואשם, אָבער מצד גופו ונפשו הבהמית איז ער שייך צו נסיונות וכיו”ב של סכנה, אַזוי, אַז די „שלמים” — דער
שלום בעולם — וואָס ער טוט אויף איז פאַרבונדן מיט „נס” (ותודה) —
איז רש”י שולל אויך די קס”ד, וואָרום מצד דער „פשטות” פון אַ אידן, לייכט ביי אים די אמונה פשוטה בה’ אחד, און במילא איז ער „באמנה אתו ית’” אין אַלע מעמדים ומצבים אויף אַזוי פיל, אַז ביי אים איז מלכתחילה ניטאָ קיין אָרט אויף ענינים של היפך כו’ פון עודנו ביהדותו50.
דאָס גופא וואָס אַ איד פילט אַז ס’איז דאָ אַ מציאות של נסיון כו’ פון וועלכן ער דאַרף זיך ראַטעווען (ובפרט, אַז מ’זאָל דאַרפן אָנקומען צו אַ „נס”), ווייזט אַז ביי אים האָט זיך אַריינגעמישט עפּעס וואָס איז ניט „אידיש” (ע”ד ווי חטאת ואשם, וואָס אַ איד מצד
עצמו האָט קיין שייכות ניט דערצו), ווייל ע”פ טבע פון אַ איד האָט ער ניט קיין שייכות צו ענינים פון היפך הטוב.
און דערפון קומט אויך אַראָפּ אין גשמיות, אַז ווען אַ איד איז ווי עס באַדאַרף צו זיין, דאַרף ער ניט אָנקומען צו קיין נסים (ובמילא — קרבן תודה) בנוגע מצבו הגשמי, ווייל ע”פ טבע איז „ה’ עמו”, ובמילא — „ה’ שומרך ה’ צלך על יד ימינך”51,
און „באור פני מלך חיים”52, דער אויבערשטער גיט אים אַלע ענינים פון בני חיי ומזוני, ובכולם — רוויחי.
(משיחת מוצש”ק פ’ קרח תשל”ח)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.