צו א
ההמשכה שעל ידי ההעלאה דקרבנות הוא רק מסדר ההשתלשלות - בחי' גבורה והעלם, אך על ידי הדורון שבקרבן - שעבודתו הוא לעשות נחת רוחו לקונו - נמשך בחינת החסד - המשכה שלמעלה מסדר ההשתלשלות.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. וועגן דעם אש המערכה, וואָס איז געווען אויפן מזבח אין אַ ציור „רבוצה כארי”1, שטייט אין זהר (פון היינטיקער סדרה2), אַז דאָס איז דער מלאך אוריא”ל, וואָס באַווייזט זיך אין דעם ציור, און דערביי זאָגט דער זהר צוויי לשונות: פריער שטייט אַז „אתחזי . . כחיזו דחד אריא תקיפא רביע על טרפי’”; און דערנאָך - „ואתחזי כארי’ רברבא רביע על קרבנא”.
שטעלט זיך דער טאַטע3 אויף די שינויי הלשונות [(א) פריער שטייט „ארי’ תקיפא”, ובפעם השני’ - „ארי’ רברבא”; (ב) פריער שטייט „רביע על טרפי’”, און דערנאָך - „רביע על קרבנא”], און ער איז מבאר, אַז אין ארי’ שבמרכבה העליונה זיינען דאָ צוויי ענינים - חסד וגבורה, וואָרום ארי’ איז בגימטריא גבורה, אָבער, לאידך גיסא, שטייט דאָך „פני ארי’ אל הימין“4.
און דאָס איז דער ביאור חילוקי הלשונות:
פריער רעדט דער זהר וועגן דעם ענין הגבורה שבארי’, און דערפאַר זאָגט ער „ארי’ תקיפא רביע על טרפי’” -„תקיפא” (תוקף וחוזק) ווייזט אויף גבורה, און אַזוי אויך „טרפי’” - טורף קומט דאָך מצד הגבורה.
דערנאָך רעדט זיך וועגן דעם ענין החסד שבארי’, און דערפאַר זאָגט ער „כארי’ רברבא רביע על קרבנא” -
„רברבא” („גדול”) ווייזט אויף חסד [כמ”ש5 לך הוי’ הגדולה והגבורה גו’], און אויך „קרבנא” מלשון קירוב קומט מצד החסד, ימין, כמרז”ל6 ימין מקרבת.
ב. ווי גערעדט כמה פעמים, זיינען די הערות פון טאַטן געשריבן געוואָרן בקיצור, און די ענינים וואָס דער לומד ומעיין קען זיך אַליין כאַפּן אויף זיי, איז ער ניט מבאר.
לערנענדיק די הערה הנ”ל, ווערט אַ שאלה בלשון הזהר: וויבאַלד אַז אַן ארי’, דער זעלבער ארי’ האָט אין זיך ביידע ענינים, סיי חסד און סיי גבורה - פאַרוואָס צוטיילט עס דער זהר אין צוויי פאַלן („ארי’ תקיפא רביע על טרפי’” און „ארי’ רברבא רביע על קרבנא”), און זאָגט ניט ביידע זאַכן צוזאַמען „ארי’ תקיפא ורברבא רביע על טרפי’ על קרבנא” (וכיו”ב),
וואָרום אע”פ אַז חסד און גבורה זיינען צוויי באַזונדערע (און הפכית’דיקע) ענינים - זאָגט דאָך אָבער דער טאַטע אין דער הערה, אַז דאָס וואָס אַן ארי’ האָט סיי חסד און סיי גבורה זיינען עס ניט קיין צוויי באַזונדערע פאַלן, נאָר ס’איז „כמו אור הגבורה בכלי החסד”7. וואָס דערפאַר זיינען ביידע פאַרבונדן מיט כללות ענין הארי’: די גימטריא פון ארי’ איז גבורה (און אויך בפשטות איז דאָך גבורה פון די תכונות הארי,
כמאמר8 „וגבור כארי”); און צוזאַמען דערמיט איז „פני ארי’ אל הימין”.
[און עד”ז איז אויך בנוגע צו די קרבנות, וואָס ווערן אָנגערופן דאָ אין זהר מיט ביידע לשונות - „טרפי’” (גבורה) און „קרבנא” (חסד) - מוז דאָך יעדער קרבן האָבן אין זיך ביידע תכונות: גבורה וחסד
- די הקרבה על גבי המזבח איז אַ העלאה9 מלמטה למעלה, גבורה; און דאָס פּועל'ט (דערנאָך) „נחת רוח לפני”10, המשכת תענוג מלמעלה למטה, חסד -
וי”ל יתרה מזה: זיי ביידע זיינען דאָ אין דעם זעלבן ענין שבהקרבן: די הקרבה לה’ (העלאה) איז אין אַן אופן אַז אַ טייל בלייבט איבער (למטה) פאַר די (אכילת) בעלים אָדער כהנים
(און אויך אַ קרבן עולה וואָס איז כליל לה’, איז דאָך עורו לכהן11; און אפילו אַ מנחת כהן וואָס „כליל תקטר”12 - איז דער ענין פון דעם קרבן, אַז דורך אים ווערט דער כהן נתחנך לכהונתו, אָדער „לכפר עליו”13 - באַ מנחת כהן עני14, וועלכע קומט במקום עולת בקר פון אַ כהן עשיר).
ועד”ז איז דער „נחת רוח לפני” וואָס קומט דורך קרבנות, דער קירוב (חסד) פון דעם אויבערשטן צום מקריב הקרבן - איז פאַרבונדן מיט אמרתי ונעשה רצוני, פאָלגן און ביטול, און דאָס דריקט זיך אויס אין קיום התומ”צ, וואָס דאָס אַלץ איז פאַרבונדן מיט גבורה: הנהגה אין אַן אופן מוגבל דוקא, לויט דיני ומשפט התורה].
און ע”פ כ”ז, האָט דער זהר געדאַרפט זאָגן ביידע ענינים דוקא צוזאַמען, צו ווייזן אויף דער התכללות פון חסד וגבורה שבארי’?
ג. וי”ל נקודת הביאור בזה:
הגם אין ארי’ זיינען דאָ ביידע קוים (חסד און גבורה) צוזאַמען, איז אָבער פאַראַן אַ חילוק אין זייער גילוי: אַמאָל איז גבורה בגלוי און דער חסד בהעלם, און אַמאָל להיפך.
דערפאַר טיילט עס דער זהר אין צוויי באַזונדערע פאַלן: „ארי’ תקיפא רביע על טרפי’”, ווייל ער רעדט אין דער דרגא פון ארי’ ווען דער קו הגבורה איז בגילוי (וקו החסד בהעלם); און דערנאָך זאָגט ער „ארי’ רברבא רביע על קרבנא”, ווייל ער רעדט וועגן דער דרגא פון ארי’ ווען דער קו החסד איז בגילוי (וקו הגבורה בהעלם).
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: אין וואָס באַשטייט דער טעם החילוק צווישן די צוויי פאַלן (צי דער קו הגבורה איז בגילוי אָדער דער קו החסד)?
ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין דערפון, וואָס איידער דער זהר זאָגט דעם צווייטן ענין („כארי’ רברבא רביע על קרבנא”) איז ער מקדים:
א) אַז דאָס איז כמשל המלך וואָס מען האָט אים געשיקט אַ דורון און ס’איז אים געפעלן געוואָרן, האָט ער געזאָגט
לעבדו - „זיל וטול דורון דא דאייתיאו לי”; אַזוי אויך - „אמר קב”ה לאוריא”ל זיל וקבל דורונא דבני קרבין קמאי”.
ב) אַז אויף דעם ענין שטייט15 „ותצא אש מלפני ה’ ותאכל על המזבח את העולה וגו’” - „דא אוריא”ל דנחית בחיזו דאשא כו’ לקבלא דורונא”; און אויף דעם זאָגט דער זהר „ואתחזי כארי’ רברבא רביע על קרבנא”.
על פי זה יש לומר, אַז אין דעם ענין פון (אוריא”ל -) ארי’ דאכיל קורבנין, זיינען פאַראַן צוויי אופנים16:
א) ווי דאָס איז מצד עצמו, וואָס דעמולט איז דער עיקר בו - ענין הגבורה („ארי’ תקיפא רביע על טרפי’”);
ב) ווען „אמר הקב”ה לאוריא”ל זיל וקביל דורונא” - ווען ער באַקומט אַ ציווי (ונתינת כח) מלמעלה צו מקבל זיין די קרבנות - וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס אין דער הקרבה של האדם איז מודגש אַז ער ברענגט עס אַלס אַ דורון (כדלקמן) - דעמולט ווערן די גבורות נתהפך לחסדים, און דערפאַר איז דער ענין החסד ביי אים בגילוי.
און דערפאַר פאַרבינדט דער זהר דעם פאַל דוקא מיטן „ותצא אש מלפני ה’ גו’” - ווייל דער „ותצא אש גו’” איז געווען בשמיני למילואים; און דער שינוי אין דעם אש שבדמות „ארי’ רברבא כו’” לגבי „ארי’ תקיפא כו’” (וואָס ווערט דורך „אמר קב”ה לאוריא”ל”, כנ”ל), איז בדוגמת דעם שינוי וחידוש פון שמיני למילואים לגבי שבעת ימי המילואים.
ה. מ’האָט שוין גערעדט אַמאָל בארוכה17 במאמר חז”ל18 „שכל שבעת ימי המילואים שהעמידו משה למשכן . . לא שרתה בו שכינה”
- דלכאורה: וויבאַלד אַז (אויך) אין די שבעת ימי המילואים האָט מען מקריב געווען קרבנות, אויף וועלכע עס שטייט „ריח ניחוח לה’”19, ווי קומט עס אַז די קרבנות האָבן ניט אויפגעטאָן השראת השכינה אין משכן? -
אַז אין השראת השכינה זיינען פאַראַן כמה דרגות20. ובכללות טיילן זיי זיך אין צוויי דרגות:
א) אַ גילוי שכינה וואָס קומט מצד עבודת הנברא (וכמדת עבודתו), ובמילא איז עס מוגבל בסדר ההשתלשלות, וואָס דאָרט דערגרייכט עבודת הנבראים (ובלשון החסידות21: אתערותא דלעילא וואָס ווערט נמשך ע”י אתערותא דלתתא ונמדד על ידה).
ב) השראת השכינה וואָס קומט מלמעלה, פון למעלה מהשתלשלות, וואָס איז העכער פון עבודת הנבראים (אתערותא דלעילא מצד עצמה)22.
און דאָס איז דער חילוק צווישן שבעת ימי המילואים און שמיני למילואים:
די הקמת המשכן בשבעת ימי המילואים איז געווען די הכנה ועבודה מצד ה„מטה” צום גילוי שכינה במשכן23,
וואָס די עבודה האָט ממשיך געווען אַ גילוי שכינה פון בחי’ השתלשלות (און דערפאַר זיינען געווען שבעת ימי המילואים, כנגד שבעת ימי הבנין -ההשתלשלות);
משא”כ בשמיני למילואים איז געוואָרן דער גילוי השכינה מצד למעלה - „וירא כבוד ה’ גו’ ותצא אש מלפני ה’ גו’” - פון בחי’ „שמיני”24 וואָס איז העכער פון השתלשלות.
ו. אע”פ אַז בחי’ „שמיני” איז העכער פון השתלשלות ו(במילא - פון) עבודת האדם, אעפ”כ, כדי אַז די גילויים שלמעלה זאָלן ניט זיין אין אַן אופן פון „נהמא דכיסופא”25, איז איינגעשטעלט געוואָרן, אַז אַלע המשכות קומען דורך, אָדער הקדמת עבודה26.
און ווי מען זעט אין דעם ענין גופא, אַז איידער ס’איז געוואָרן די השראת השכינה במשכן בשמיני למילואים האָט געמוזט זיין (אין דעם יום השמיני גופא27) קרבנות אהרן ועבודתו וואָס דורך דעם אַלעם דוקא „תשרה שכינה בכם”28.
נאָר וויבאַלד עס רעדט זיך וועגן אַ השראת השכינה וואָס איז העכער פון גדר הנבראים, איז מובן, אַז עס איז דאָ אַ חילוק אין תוכן העבודה וואָס איז
גורם די השראת השכינה לגבי דער עבודה וואָס איז ממשיך דעם אור פון סדר ההשתלשלות.
ז. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים וואָס מיר געפינען, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס אויך בשבעת ימי המילואים האָט אהרן געבראַכט אַ „פר אחד -לכפר על מעשה העגל שהוא פר”29, אעפ”כ האָט ער ביום השמיני ווידער געדאַרפט ברענגען אַן „עגל בן בקר לחטאת” - „להודיע שמכפר לו הקב”ה ע”י עגל זה על מעשה העגל שעשה”30.
פאַרוואָס האָט מען געדאַרפט האָבן נאָך אַ קרבן „(להודיע) שמכפר לו הקב”ה ע”י עגל זה“?
קען מען זאָגן, אַז דער תוכן פון דער כפרה איז ניט „כפרת נפשו” נאָר (בלשון פון אַלטן רבי’ן31) „לכפר לפני ה’ להיות נחת רוח לקונו”.
אין די קרבנות פון שבעת ימי המילואים וואָס האָבן אויפגעטאָן אַ המשכה פון השתלשלות, וואָס איז בערך הנבראים, איז דאָס פאַרבונדן מיט „כפרת נפשו” (של האדם), אַז ער זאָל זיין בשלימות;
משא”כ די קרבנות וואָס דאַרפן בריינגען דעם גילוי מלמעלה (- פון דעם אור שלמעלה מהשתלשלות ונבראים), איז תוכנם - אַ „דורון”, צו פאַרשאַפן „נחת רוח לקונו” (ע”ד מחז”ל32 אי לאו דעביד לי’ נייחא לנפשי’ לא הוה יהיב לי’ מתנתא)
[און דאָס איז דער דיוק הלשון „להודיע33 שמכפר לו הקב”ה כו’” -ניט ווי ביי שבעת ימי המילואים „לכפר כו’” - ווייל די קרבנות פון שמיני למילואים זיינען פאַרבונדן מיט חביבות (אַז מ’איז „מרוצה וחביב לפניו ית’”31), וואָס דערפאַר איז מען מודיע34 ומגלה „שמכפר לו הקב”ה”].
ח. ע”פ כהנ”ל וועט מען פאַרשטיין דעם טעם וואָס דער זהר טיילט פאַנאַנדער די צוויי ענינים שבארי’ אין צוויי באַזונדערע מאמרים:
דער אש שלמעלה בדמות ארי’ וואָס קומט מצד עבודת הקרבנות בכלל, איז פון בחי’ השתלשלות וואָס איז אַן אור מוגבל, און דערפאַר איז דער עיקר בו - ענין הגבורה והצמצום (ארי’ תקיפא רביע על טרפי’)35;
אָבער מצד דעם ענין אין קרבנות וואָס זיי זיינען אַ דורון36 פאַרן אויבערשטן (צו פאַרשאַפן אַ „נחת רוח לקונו”), ווערט אויפגעטאָן אַ המשכה פון למעלה מהשתלשלות - „אמר קב”ה לאוריא”ל כו’” (ע”ד דעם „ותצא אש מלפני ה’ גו’” פון שמיני למילואים37),
וואָס דעמולט ווערן די גבורות נתהפך לחסדים, און דערפאַר „אתחזי כארי’ רברבא רביע על קרבנא” - גילוי החסדים (דוקא).
(משיחות ש”פ צו תשל”ג, תש”מ)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
🎧 Audio Shiurim
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
The Sicha
Listen
The Sicha
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Shiur
Rabbi Levi Avtzon
Listen
Shiur
Rabbi Levi Avtzon
Women Shiur
Mrs Tzipa Wertheimer
Listen
Women Shiur
Mrs Tzipa Wertheimer