חה"ש ב
דוקא בשבועות, שאז ניתנה התורה שהוא חסד רוחני, צריך לאכול סעודה גשמית, כי ענין מ"ת הוא הפעולה בגשמיות העולם.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. דער יו"ט פון שבועות איז אויסגעטיילט פון די אַנדערע רגלים דערמיט, וואָס „הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם. מאי טעמא, יום שניתנה בו תורה הוא”1.
ביי די אַנדערע ימים טובים איז פאַראַן אַ פלוגתא2 צי מען קען זיך פירן אין אַן אופן פון „כולו לה׳” אָדער עס מוז זיין „חציו לכם"; משא"כ ביי שבועות זיינען אַלע מודה „דבעינן נמי לכם — שישמח בו במאכל ומשתה להראות שנוח ומקובל יום זה לישראל שניתנה תורה בו”3.
און אפילו לפי ההלכה4, אַז ביי אַלע ימים טובים מוז זיין „חציו לכם” (און מ׳דאַרף פּראַווען שמחת יו"ט במאכל ובמשתה) — איז נאָך אַלץ פאַראַן אַ חילוק פון שבועות לגבי אַנדערע רגלים:
ביי „שאר ימים טובים ושבתות”5 איז דער דין, אַז מען מעג פאַסטן אַ תענית חלום. וואָרום אע"פ אַז עס איז דאָ דער חיוב פון עונג שבת ויו"ט — היות אָבער אַז „נפשו עגומה על חלומו . . א"כ התענית הוא עונג לו”6.
משא"כ בחג השבועות, איז וויבאַלד
אַז „צריך לאכול ולשמוח בו להראות שנוח ומקובל לישראל יום שניתנה בו התורה”7, טאָר מען ניט פאַסטן קיין תענית חלום8. דאָס הייסט, אַז בחגה"ש איז פאַראַן (ניט נאָר דער חיוב פון עונג בכלל, במילא קען דאָס זיין דורך דעם עונג פון „תענית חלום”, נאָר) אַ חיוב אכילה9 — „צריך לאכול כו׳ להראות שנוח ומקובל כו'".
אין פלוג איז עס אַ דבר תמוה:
די מועדים פסח און סוכות זיינען אַ זכר (בעיקר) צו חסדים גשמיים — די חירות פון (שעבוד) מצרים (בפסח) און „בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים”10 (די ענני הכבוד „שהקיפם בהם לצל לבל יכה בהם שרב ושמש"11) — און פונדעסטוועגן קען ביי זיי זיין אַ פאַל ווען זייער חיוב העונג ווערט אויסגעפירט ניט דורך אַ סעודה גשמית, נאָר פאַרקערט דורך אַ תענית;
און דוקא ביי חגה"ש, „יום שניתנה בו תורה” וואָס איז אינגאַנצן אַן ענין פון חסד רוחני, מוז עונג ושמחת יו"ט זיין אַלעמאָל פאַרבונדן דוקא מיט אכילה גשמית און מ׳טאָר דערפאַר ניט פאַסטן
אַ תענית חלום12! און מהאי טעמא גופא, ווייל ס׳איז „ניתנה בו תורה”!
ב. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען פריער מבאר זיין דעם כללות׳דיקן גדר פון חיוב עונג שבת ויו"ט:
דער עיקר חיוב עונג בשבת ויו"ט איז דוקא באכילה ושתי׳. וואָס דערפאַר איז דער דין13, אַז אע"פ אַז מען מעג פאַסטן אַ תענית חלום בשבת ויו"ט (כנ"ל), פונדעטטוועגן, דער וואָס האָט געפאַסט, דאַרף נאָכדעם פאַסטן „עוד תענית בחול שיתכפר לו”14, ווייל מיט זיין תענית חלום — „ביטל עיקר עונג שבת“15.
נאָך מער: דער היתר צו פאַסטן בשבת ויו"ט איז נאָר ביי אַ תענית חלום (אָדער ביי איינעם וואָס „אכילה בשבת צער הוא לו”16); אָבער אַ תענית וואָס אַ איד וויל פאַסטן צוליב אַן אַנדער סיבה, „אפילו מחמת תשובה וחסידות” און „יש לו תענוג בתענית זה" — איז אסור, ווייל „אין לו להחליף עונג חכמים
שתקנו בג׳ סעודות בעונג אחר שאינו מוכרח שיהי׳ בשבת”17.
דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דער דין עונג איז ניט אכילה כשלעצמה, נאָר בלויז צוליב דעם עונג שבה („מצות סעודות שבת אינה אלא בשביל עונג"18) — ביז אַז דער עונג שבת ויו"ט ווערט פאַררעכנט ווי אַ מצוה וואָס איז „תלוי׳ בדעת האדם”19 (וויבאַלד מען מעג פאַסטן אַ תענית חלום „משום דהתענית עונג לו") — פאַרוואָס האָט מען מלכתחילה אויסגעשטעלט דעם חיוב עונג דוקא דורך אכילה ושתי׳ (און מען טאָר ניט מחליף זיין „עונג חכמים . . בעונג אחר”); לכאורה האָט אין דעם ניט געדאַרפט זיין קיין תנאי וקבוע פאַר אַלעמען, נאָר יעדערער זאָל מקיים זיין מצות עונג מיט דעם וואָס ער איז זיך דערפון מתענג20?
[אמת טאַקע, דער תענוג פון רוב בני אדם איז פון אכילה ושתי׳ (ואכילת בשר ושתיית יין21); דאָס איז אָבער כלל ניט מכריח אַז ביים מיעוט איז אַן אַנדער אופן פון תענוג (ווי לדוגמא — די וועלכע האָבן תענוג פון אַ תענית של תשובה) זאָל ביי זיי ניט הייסן קיין עונג].
ג. איז דער ביאור אין דעם:
תורה ומצות זיינען געגעבן געוואָרן צו אידן ווי זיי זיינען נשמות בגופים
דוקא (וואָס „אב ואם יש לכם”22); און דער טעם דערויף איז, ווייל דער „תיקון וואָס מצות טוען אויף אין דעם מענטשן (כמאמר רז"ל23: לא ניתנו המצות אלא לצרף בהם את הבריות) איז ניט צוליב דער נשמה לעצמה (וואָרום „הנשמה עצמה אינה צריכה תיקון”24), נאָר צוליב דעם גוף; אַז (אויך) דער גוף פון אַ אידן זאָל ווערן צרוף און דורכגענומען מיט קדושת המצות.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס תורה זאָגט אָן, אַז שבת (אָדער יו"ט) דאַרף זיין אַ זמן פון עונג ביי אידן („לכם“25), מיינט עס ניט, אַז (נאָר) די נשמה זאָל האָבן תענוג (רוחני) פון יום השבת26 (ויו"ט), נאָר אַז (אויך) דער גוף זאָל פילן אַן עונג דערפון וואָס דאָס איז יום השבת (יו"ט)27. ואדרבה: דער עיקר המכוון פון דער מצוה איז דוקא דער (לצרף דעם) גוף.
און וויבאַלד אַז דער תענוג טבעי פון אַ גוף איז פון אכילה ושתי׳, דעריבער, זאָגט תורה אַז חיוב העונג איז דורך אכילה דוקא; ווייל דוקא באופן זה ווערט אויפגעטאָן אַז דער עונג שבת איז מצרף, נעמט דורך דעם גוף ממש.
משא"כ אַ תענית של תשובה (וכיו"ב) איז דאָך דאָס ניט קיין (הנאה) עונג
פאַרן גוף (נאָר אַ תענוג (רוחני) פאַר דער נשמה); און אפילו ווען אַ איד האָט גע׳פּועל׳ט אויף זיך אַז זיין גוף זאָל ניט פילן קיין צער פון דעם תענית, אָדער נאָך מער: אויך דער גוף פילט אַ געוויסן עונג דערפון וואָס די נשמה האָט תענוג ע"ד ווי אַ שמועה טובה תדשן עצם כפשוטו28 — איז דאָך דאָס אָבער ניט קיין עונג הגוף מצד עצמו (ער זאָל זיך מתענג זיין פון אַ שמועה, אָדער פון אַ תענית), נאָר מצד דער שליטה (בטבע אָדער דורך עבודה) פון דער נשמה אויפן גוף היפך טבע הגוף, אפילו פון אַ גוף צרוף וקדוש.
און דעריבער טאָר מען שבת ויו"ט ניט פאַסטן אַזאַ תענית (של תשובה וכיו"ב) אפילו ווען „יש לו תענוג בתענית זה”, נאָר מען מוז מענג זיין דעם שבת דוקא מיט אכילה ושתי׳ וואָס זיינען אַן עונג פאַר דעם גוף. און מהאי טעמא איז דער דין אפילו ביי תענית חלום בשבת (ויו"ט) — כאָטש מ׳האָט דאָס יע מתיר געווען — אַז מ׳דאַרף אויף דעם אַ כפרה, היות מ׳האָט דורך דעם מבטל געווען „עיקר עונג שבת”.
ד. ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער טעם (ע"ד הרמז) אויף דעם, וואָס הגם אַז אין שו"ע29 ווערן געבראַכט (אין צוגאָב צו תענית חלום) נאָך פאַלן ווען עס איז דאָ אַ היתר ניט צו עסן אָדער צו פאַסטן בשבת (ווייל דאָס איז פאַר אים אַן עונג)
— ווי ביי אַן „אדם שהאכילה מזקת לו שאז עונג הוא לו שלא לאכול”, אָדער איינער וואָס איז איינגעוואוינט צו פאַסטן „בכל יום, ואכילה בשבת צער הוא לו מפני שינוי וסת"30 —
פונדעסטוועגן, ווערט אין ש"ס31 דערמאָנט (בפירוש32) בלויז דער היתר פון תענית חלום33; וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער יסוד ההיתר פון די אַנדערע פאַלן34 איז דער דין פון
תענית חלום: פון דעם לערנט מען אָפּ, אַז מצות עונג שבת (ויו"ט) איז ניט קיין חיוב אכילה פאַר זיך, נאָר צוליב דעם עונג שבה, און דעריבער, ווען דער אדם איז זיך מתענג פון ניט עסן, מעג מען פאַסטן35.
קען מען זאָגן, אַז דער טעם וואָס חז"ל האָבן בוחר געווען צו זאָגן דעם היתר דוקא ביי תענית חלום, כדי דערמיט צו מרמז זיין, אַז די מציאות ההיתר פון תענית בשבת (מאיזה טעם שיהי׳) — אַ מצב וואָס איז מונע אַ אידן מלהתענג באכילה ושתי׳ — נעמט זיך דערפון וואָס מ׳איז אין אַ מצב פון „חלום” (רוחני), שינה והעלם וגלות פון דער נשמה בגוף36, און נאָכמער — פון שינה והסתר הגלות כפשוטו
[כמבואר בתו"א37 אויפן פסוק38 „היינו כחולמים”, אַז פּונקט ווי אַ חלום איז מחבר שני הפכים בנושא אחד (ווייל בעת השינה ווערט נסתלק דער שכל און
עס בלייבט איבער בלויז דער „כח המדמה”), אַזוי איז אויך ביי אידן אין זמן הגלות, אַז צוליב דעם העלם והסתר פון גלות איז רעכט אַז ביי זיי זאָלן זיין „ב׳ דברים הפכיים”: בשעת׳ן דאַוונען שטייט מען אין אַ תנועה פון התעוררות אמיתית בהחלטה טובה כו’, און נאָכן דאַוונען זאָל דאָס פאַרגעסן ווערן עד כדי כך, אַז ער קען זיך פירן היפך פון דעם וואָס ער האָט מחליט געווען בשעת התפלה].
וואָרום, ווי איז שייך ביי אַ אידן אַזאַ זאַך, אַז אין טאָג פון שבת אָדער יו"ט וואָס ס׳איז אַ מצוה לענגו באכילה ושתי׳, זאָל זיין גוף אים מונע זיין פון דעם תענוג?
— און דאָ רעדט זיך ניט וועגן איינעם וואָס טוט היפך התורה ח"ו, נאָר וועגן אַזאַ וואָס איז זיך משתדל צו פירן זיך ע"פ תורה39 און פונדעסטוועגן איז זיין גוף ניט מתאים צו מקבל זיין אָט דעם עונג —
איז דאָס נאָר דערפאַר וואָס ער איז אין אַ מעמד ומצב פון „חלום" (הסתר הגלות): ער איז טאַקע אַ איד וואָס פירט זיך ע"פ תורה אָבער צוזאַמען דערמיט איז דאָ אַ הסתר וואָס דערלאָזט ניט אַז דער עונג השבת זאָל אים דורכנעמען, ביז אַז אויך זיין גוף זאָל „דערהערן" (כדבעי) אַז ס׳איז שבת.
ווען ביי אים וואָלט אָט דער הסתר ניט געווען, וואָלט דער ויקדשהו40 פונעם זמן, וואָס דאָס איז דער יום השבת (אָדער יו"ט) גע׳פּועל׳ט אויף זיין גוף, אַז היינט זאָל ער יע האָבן תענוג
פון אכילה41 (כאָטש אַז בשאר ימות השנה איז דאָס באופן הפוך). ווייל שבת איז אַ טאָג וואָס ברענגט תענוג אין אַלע ענינים.
נאָר וויבאַלד אַז תורה איז ענינה צו באַוואָרענען און געפינען עצות אפילו פאַר אַזאַ וואָס געפינט זיך אין אַ צושטאַנד פון „חלום”, ווי עס שטייט אויף תורה אַז איר פעולה איז „להבדיל בין הטמא ובין הטהור”42
[דלכאורה, טמא און טהור זיינען צוויי הפכים, איז פאַרוואָס דאַרף מען אָנקומען צו תורה אויף צו מבדיל זיין צווישן זיי? נאָר ווייל די הוראה און סיוע פון תורה איז אויך פאַר אַזאַ וואָס איז אין אַ מצב פון שינה וחלום און קען דערפאַר צונויפמישן צוויי הפכים ווי טמא וטהור — לאָזט זיך אַראָפּ תורה43 אויך צו אים און איז מבדיל בין הטהור ובין הטמא]
דעריבער גיט תורה אויך אַן עצה צו דעם וואָס צוליבן הסתר איז זיין גוף אים מונע מאכילת שבת ויו"ט — זי איז אים מתיר צו פאַסטן, וויבאַלד אַז אין זיין איצטיקן מצב איז דאָס זיין תענוג.
ה. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם חילוק צווישן שבועות און „שאר יו"ט ושבתות”:
דער חידוש אין דער התגלות אלקית בשעת מתן תורה לגבי די אַנדערע גילויים אין די מועדים וזמנים איז, וואָס ביי מ"ת האָט עס דורכגענומען די גאַנצע בריאה. ווי עס שטייט44 אַז דער קול פון מ"ת האָט זיך געהערט פון אַלע ד׳ רוחות ומלמעלה ומלמטה, ביז אַז „צפור45 לא צווח כו׳ שור לא געה כו׳ העולם שותק ומחריש”. און נאָך מער: דער קול פון די עשה"ד איז נקלט געוואָרן אפילו אין דעם דומם פון וועלט (ווי גערעדט אַמאָל בארוכה46, אַז דערפאַר איז ניט געווען קיין בת־קול פונעם קול פון עשרת הדברות47).
און דאָס דערפאַר וואָס ביי מ"ת איז געווען די התגלות פון עצמות ומהות אַליין48, וואָס האָט זיך כביכול „אַריינגעגעבן” אין תורה49. כמחז"ל50 אַז דער וואָרט „אנכי" (התחלת עשה"ד — מתן תורה) איז ר"ת „אנא נפשי כתבית יהבית" — אנכי מי שאנכי51, עצמות אַליין, זאָגט, אַז ער גיט אַריין (כתבית יהבית) זיין עצמות (נפשי) אין תורה.
און וויבאַלד אַז ער איז דער בלי גבול אמיתי, איז ניטאָ קיין אָרט וואו זיין התגלות דערלאַנגט ניט, וואָס דערפאַר
האָט מ"ת דורכגענומען די גאַנצע בריאה.
און דערמיט וועט אויך זיין מובן דער טעם פאַרוואָס מען טאָר ניט פאַסטן קיין תענית חלום בחגה"ש דערפאַר וואָס דאָס איז „יום שניתנה52 בו תורה“53:
וויבאַלד אַז חגה"ש איז דער „יום שניתנה בו תורה”, וואָס דאָס האָט דורכגענומען די גאַנצע בריאה אָן קיין הגבלה, דאַרף אויך די שמחה פון חגה"ש זיין אַ בלתי מוגבלת ביז אַז עס זאָל ניט זיין קיין אָרט ביים מענטשן, וואו עס דערגרייכט ניט די שמחה פון מתן תורה.
ביי אַנדערע יו"ט, וויבאַלד זיי זיינען פאַרבונדן מיט אורות וגילויים48, קען דעריבער זיין אַן אָרט פאַר הסתר ה„חלום”, וואָס איז מונע און פאַרשטעלט אויף דער שמחה פון יו"ט.
אָבער אויף דער שמחה פון תורה איז ניט שייך קיין הסתר54; עס נעמט דורך אַלע מדריגות. אומעטום, אפילו אין די מדריגות הכי תחתונות הערט זיך ווי ס׳איז „נוח ומקובל” דער ענין פון מתן תורה.
ובמילא קומט עס אַראָפּ, אפילו אין „עולם החלומות”, אין אכילה, אַז אפילו ווען איינער האָט אַ חלום וואָס געוויינטלעך וואָלט דאָס ניט דערלאָזט אַז זיין גוף זאָל קענען האָבן תענוג מאכילה — טוט אויף די שמחה פון שבועות, אַז אויך ביי אים ווערט אַ שמחה, ווייל ביי אים איז נוח ומקובל יום שניתנה בו תורה.
(משיחת יום ב׳ דחגה"ש תשכ"ד)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.