פנחס ג
לבן חמש למקרא קשה, שבאם הקרבנות שבכל יום הוא ענין אחר, א"כ מודע כולל אותם הפסוק ביחד "ומנתחתם גו' כמשפט"? וע"ז מפרש רש"י שכל הקרבנות רומזים למספר ע', ומתמעטין והולכין מפני שאוה"ע מתמעטין והולכין מצד עצמם, אך בימי המקדש היו הקרבנות מגינין עליהם מן היסורין.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אויפן פסוק1 „ומנחתם ונסכיהם לפרים” — וואָס שטייט ביי די קרבנות פון דעם צווייטן טאָג סוכות — איז רש”י מפרש: פרי החג שבעים הם, כנגד שבעים אומות שמתמעטים והולכים, סימן כלי’ להם, ובימי המקדש היו מגינין עליהם מן היסורין.
ווי מען לערנט בפשטות, איז ביי רש”י’ן קשה: ווי קומט עס אַז די פרי החג זיינען „פוחתין והולכין”2? און ער פאַרענטפערט3, אַז די פרי החג זיינען „כנגד שבעים אומות שמתמעטים והולכים”.
לויט דעם איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש”י שטעלט אָט דעם פירוש ערשט ביי די פסוקים פון דעם צווייטן טאָג סוכות — און ניט גלייך ביים ערשטן טאָג — ווייל די שוועריקייט אין פסוק (וואָס איז מכריח דעם פירוש אַז די פרי החג זיינען כנגד שבעים אומות) ווערט ערשט ביים צווייטן טאָג4, וואו מען זעט אַז פרי החג פוחתין והולכין.
עס איז אָבער תמוה ביותר: דעם ענין
פון פוחתין והולכין זעט מען גלייך אין דעם ערשטן פסוק פון די קרבנות של יום השני — „וביום השני פרים וגו’ שנים עשר” (מיט איינעם ווייניקער ווי ביום הראשון); היינט פאַרוואָס וואַרט אָפּ רש”י מיט זיין פירוש ביזן פסוק שלאח”ז — „ומנחתם ונסכיהם לפרים”?!
די תמי’ אין דעם איז נאָך גרעסער: אין דעם פסוק ווערט גאָרניט דערמאָנט דער מספר הפרים!
ב. אויך אין דעם עצם פירוש פון רש”י איז תמוה — ער איז זיך לכאורה סותר מיני’ ובי’:
ער הויבט אָן זיין פירוש זאָגנדיק אַז דאָס וואָס די פרי החג זיינען כנגד די שבעים אומות, איז אין אַן אופן פון (מתמעטים והולכים —) „סימן כלי’ להם”, און איז גלייך ממשיך להיפך, אַז „בימי המקדש” האָבן די קרבנות ניט נאָר ניט געבראַכט זייער כלי’, נאָר אדרבה: „היו מגינין עליהם כו’”5?!
און אע”פ אַז מען קען זאָגן, אַז די צוויי פאַרקערטע פעולות זיינען פאַרבונדן מיט באַזונדערע ענינים — דער „סימן כלי’ להם” איז בלויז מצד דעם מספר הפרים,אָבער די הקרבת קרבנות האָט אויפגעטאָן אַ הגנה אויף זיי — איז אָבער נאָך אַלץ תמוה:
א) למאי נפק”מ דאָ אין פי’ הפסוק אַז „ובימי המקדש היו מגינין עליהם כו’”?
ב) ועיקר: סו”ס איז דאָס אַ תרתי דסתרי — ווי קען זיין אַז די זעלבע קרבנות זאָלן האָבן סתירה’דיקע פעולות: סימן כלי’ און מגינין?!
ג. אויך זיינען פאַראַן כמה דיוקים אין לשון רש”י, ומהם:
א) וויבאַלד אַז רש”י קומט פאַרענטפערן פאַרוואָס די פרי החג זיינען פוחתין והולכין, האָט ער דערמיט געדאַרפט אָנהויבן פירושו: „לפרים — כנגד האומות שמתמעטים והולכים סימן כלי’ להם” (וכיו”ב), און דערנאָך מבסס זיין דעם פירוש מיט אַ ראי’: „ו(לכן) מספרם שבעים כנגד שבעים אומות” (וכיו”ב) — פאַרוואָס הויבט אָן רש”י מיטן ביאור אויף מספר הכללי פון די פרים, און ערשט דערנאָך זאָגט ער „שמתמעטים והולכים”?
נאָך מער: אין דעם המשך הענין, הפירוש אויף „ולכבשים”6, הויבט אָן טאַקע רש”י זיין פירוש „כנגד ישראל . . והם קבועים” (ניט ווי די פרי החג וואָס פוחתין והולכין) — און ערשט דערנאָך איז ער מבאר „ומנינן צ”ח כו’”.
ב) וואָס איז די אריכות הלשון אין רש”י „(שמתמעטים והולכים) סימן כלי’ להם” — לכאורה וואָלט געווען גענוג ווען רש”י זאָגט „(כנגד שבעים אומות) שמתמעטים והולכים”7? וע”ד ווי דער
לשון וואָס רש”י אַליין נוצט בפירושו פריער (ביים ברית בין הבתרים8) — „לפיכך כו’ רמז על האומות שיהיו כלין והולכין”.
ג) עיקר חסר מן הספר: מנין איז דאָך די הקרבת הפרים — האָט רש”י געדאַרפט זאָגן והקרבת הפרים מגינה עליהם.
ד) וואָס איז דער זאָגן „ובימי המקדש היו מגינין עליהם כו’” — צי דען וואָלט מען געמיינט אַז די הקרבה ובמילא די הגנה פון די קרבנות איז בזמן הגלות?!
ה) רש”י אין גמרא9 זאָגט, אַז די שבעים פרי החג — שכנגד שבעים אומות — זיינען „לכפר עליהם שירדו גשמים בכל העולם לפי שנידונין בחג על המים”. פאַרוואָס זאָגט רש”י בפירושו על התורה אַן אַנדער ענין וסוג10 בפעולת הקרבנות — „היו מגינין עליהם מן היסורין”?
ד. וי”ל דעם ביאור בכל זה:
די עצם זאַך פאַרוואָס פרי החג זיינען פוחתין והולכין, וואָלט (בלימוד ע”ד הפשט) קיין גרויסע קשיא ניט געווען. ווייל, ווי עס לייגט זיך אפילו ביי אַ בן חמש למקרא, איז פאַראַן אין יעדן מספר של קרבנות אַ געוויסער רמז. און ווי ער האָט שוין געלערנט פריער אין דעם סיפור פון ברית בין הבתרים (עגלה משולשת גו’11) ועד”ז אין פ’ נשא ביי די
קרבנות הנשיאים12 — אַז די רמזים באַשטימען די צאָל (א. ד. ג.) פון די קרבנות.
ועד”ז בעניננו: מען וואָלט געקאָנט זאָגן אַז יעדן טאָג פון סוכות איז דאָ אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם באַטרעפנדן מספר דוקא פון די פרים.
און רש”י דאַרף ניט זאָגן אין וואָס עס באַשטייען די רמזים — ווייל דאָס געהערט ניט צום לימוד ע”ד הפשט, נאָר צום לימוד ע”ד הרמז והדרוש.
דער „בן חמש למקרא” ווייס אַז אין תורה איז פאַראַן (ניט נאָר „פשט”, נאָר) אויך רמז ודרוש — וואָס דערפאַר וועט ביי אים ניט זיין קיין קשיא פון דעם שינוי אין מספר הפרים —
אָבער מיט אים לערנט מען בלויז דעם לימוד פון פשט. סיידן עס איז דאָ אַ שוועריקייט אין דעם פשט וואָס ווערט פאַרענטפערט בלויז ווען מען ווייס דעם רמז.
נאָר בשעת מען קומט צום פסוק „ומנחתם ונסכיהם לפרים גו’ במספרם כמשפט” — דאָ ווערט ניט פאַרשטאַנדיק:
אויב די קרבנות פון יעדן טאָג סוכות האָבן פערשידענע רמזים, הייסט עס דאָך, אַז זיי זיינען (ברמזי וכוונת הענינים) פערשידענע קרבנות13. ובמילא האָט דער פסוק געדאַרפט אויס־
רעכענען יעדן טאָג אַלע פרטים שבהקרבנות, אויך די וואָס האָבן דעם זעלבן צאָל ווי אין דעם פריערדיקן טאָג.
און ווי מ’האָט געלערנט פריער, ביי די קרבנות הנשיאים, אַז אע”פ אַז יעדער נשיא האָט געבראַכט די זעלבע צאָל קרבנות ווי די אַנדערע נשיאים, פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז „כאו”א הקריבו לפי דעתו”14 — יעדער נשיא האָט דערביי געהאַט אַנדערע כוונות ורמזים, ווי ס’איז צוגעפּאַסט פאַר זיין שבט — רעכנט אויס די תורה ביי יעדן נשיא באַזונדער (צוועלף מאָל) די אַלע פרטי הקרבנות (און באַנוגנט זיך ניט מיט זאָגן „וכן הקריב גו’” וכיו”ב).
אָבער בנדו”ד, חזר’ט ניט איבער די תורה ביי יעדן טאָג באַזונדער די מנחות וכו’, פרטי הקרבן, נאָר אדרבה — דער פסוק איז מדגיש „ומנחתם ונסכיהם גו’ במספרם כמשפט” (אַז דאָס איז אין דעם זעלבן „משפט” ווי די קרבנות פון ערשטן טאָג15). דאָס הייסט: ניט נאָר איז דאָ ניט מודגש ווי די קרבנות פון יעדן טאָג זיינען פאַרשידענע קרבנות, נאָר פאַרקערט: דער פסוק איז מדגיש אַז זיי זיינען דער זעלבער ענין וואָס חזר’ט זיך איבער בכל יום ויום „כמשפט” פון ערשטן טאָג.
ווערט דעריבער שווער ביי רש”י’ן: וויבאַלד די קרבנות החג זיינען איין ענין — ווי קומט עס אַז די פרי החג זיינען „פוחתין והולכין”? אויב משנה זיין דעם מספר הפרים, וואָלט געדאַרפט זיין אין אַן אופן פון ברכה, הוספה און „מעלין בקודש”, אָבער ניט כלי’, „פוחתין והולכין”!
נאָכמער — ס’איז אַ דבר והיפוכו: פון דעם וואָס יעדן טאָג איז אַ שינוי (מיעוט) אין מספר הקרבנות זעט מען, אַז זיי זיינען פערשידען, מיט אַנדערע רמזים; און גלייך דערנאָך איז דער פסוק מדגיש ווי די קרבנות החג זיינען איין ענין, איין „משפט”?
אויף דעם ענטפערט רש”י „פרי החג שבעים הם כנגד שבעים אומות שמתמעטים והולכים”: די קרבנות החג זיינען טאַקע איין ענין (ומשפט), נאָר בנוגע די פרי החג (רמז לאומות), דריקט זיך אויס דער ענין. אין דעם מספר הכולל פון אַלע ימי החג — „פרי החג שבעים הם כנגד שבעים אומות”: די פרים פון אַלע זיבן טעג שטעלן צוזאַמען איין ענין (ובמילא — איין משפט) — שבעים אומות; און דאָס גופא איז דער טעם פאַרוואָס זיי זיינען אין אַן אופן פון „פוחתין והולכין”, ווייל „(שבעים אומות ש)מתמעטים והולכים”.
ה. ביים בן חמש למקרא איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק:
מ’האָט שוין געלערנט בריבוי מקומות אין חומש וועגן קרבנות, אַלערליי קרבנות, און אומעטום טוען אויף קרבנות א ַדבר טוב — סליחה וכפרה, „ריח ניחוח לה’”, וכיו”ב.
ווי קומט עס, אַז די פעולה פון פרי החג זאָל זיין אַן ענין פון כלי’?
אויף דעם איז רש”י מוסיף ביאור — „סימן כלי’ להם ובימי המקדש היו מגינין עליהם כו’”: דאָס וואָס די פרי החג זיינען „כנגד שבעים אומות שמתמעטים והולכים”, מיינט ניט אַז דאָס איז די פעולה פון דעם קרבן, נאָר עס איז „סימן כלי’ להם”: עס איז בלויז אַ סימן אַז (די קרבנות זיינען כנגד אַזעלכע
וואָס) זיי וועלן סו”ס נכלה ווערן16; אָבער „בימי המקדש היו מגינין עליהם כו’” — די פעולה פון די קרבנות, וואָס דאָס איז „בימי המקדש”, איז פאַרקערט, צו אויפטאָן אַ הגנה.
און די פעולה פון דער הקרבה איז דאָך געווען ניט (נאָר) בזמן ההקרבה נאָר ביז זמן הקרבה הבאה17 — בימי המקדש18.
און דער טעם ההדגשה „ובימי המקדש כו’”, ווייל דערמיט ווערט קלאָר אַז דוקא דער ענין („מגינין עליהם”) איז פאַרבונדן מיט (פעולת הקרבן) בימי המקדש, משא”כ דער „סימן כלי’ להם” (וואָס שטייט פאַר דעם אין רש”י), איז אַ סימן וועלכער איז פאַרבונדן מיט די אומות אין אַלגעמיין19 (ניט מיט ימי המקדש).
ו. ע”פ הנ”ל אָבער — אַז דער ענין פון „מתמעטים והולכים” איז (ניט פעולת הקרבן, נאָר) בלויז „סימן כלי’ להם” — קומט אויס, די צוויי ענינים בהפרים וועלכע זיינען כנגד די אומות: (א) דער מספר הכולל — שבעים, (ב) די הקרבה אין אַן אופן פון „מתמעטים והולכים” — האָבן צווישן זיך קיין שייכות ניט. האָט רש”י געדאַרפט זיי פאַנאַנדער טיילן: ע’ כנגד ע’ אומות, אַ
צווייטער ענין (ד”ה?) — פוחתין והולכין סימן כלי’ כו’.
אויך איז ניט גלאַטיק: נאָך וואָס האָט מען געדאַרפט דערויף (שייכות הפרים והאומות) האָבן צוויי סימנים20?
מוז מען זאָגן, אַז אע”פ אַז דער ענין פון „מתמעטים והולכים” איז בלויז „סימן כלי’ להם”, איז דאָס אָבער נוגע צו דער פעולת הקרבן.
און דעריבער איז רש”י מדייק „היו מגינין עליהם מן היסורין” (און ניט סתם „לכפר עליהם” כדי זיי זאָלן האָבן ברכות, גשמים): דאָס גופא איז געווען פעולת הקרבן, אַז ניט קוקנדיק דערויף וואָס דער אויבערשטער האָט מלכתחילה געמאַכט די אומות אין אַן אופן אַז זיי זאָלן זיין „מתמעטים והולכים”, איז אָבער „בימי המקדש” — ווען אידן האָבן מקריב געווען פרי החג ובדוקא ע’ כנגד ע’ האומות — איז (אַלע ע’ פרים) „היו מגינין עליהם מן היסורים”, די פרי החג האָבן מגין געווען אויף די אומות אַז ביי זיי זאָל (דעמאָלט) ניט זיין קיין ענין פון „מתמעטים והולכים”, אפילו ניט אַ „מתמעטים” פון יסורים.
ז. ע”פ כל הנ”ל וועט אויך ווערן מער פאַרשטאַנדיק דער המשך אין רש”י אויף „ולכבשים” — „וכנגד ישראל שנקראו21 שה פזורה והם קבועים ומנינם צ”ח לכלות מהם צ”ח קללות שבמשנה תורה” — דלכאורה איז ניט מובן:
בשלמא וואָס רש”י זאָגט „כנגד ישראל . . והם קבועים”, איז דאָס דער לעומת פון די פרי החג, וואָס זיי זיינען „כנגד שבעים אומות שמתמעטים והול־
כים”; אָבער וואָס איז נוגע (אין פשוטו של מקרא) צו זוכן רמזים אויף „מנינם צ”ח”?
מילא דער מספר פון פרי החג איז אַ ראי’ אַז זיי זיינען כנגד די (שבעים) אומות;אָבער וואָס גיט צו דער רמז אין „מנינם צ”ח” אין דעם אַז די כבשים זיינען „כנגד ישראל”?
נאָר דער ביאור אין דעם: וויבאַלד אַז די שבעים פרים דז’ ימי החג זיינען איין כלל (כנ”ל), איז מסתבר צו זאָגן, אַז אויך די קרבנות החג וועלכע זיינען „כנגד ישראל”, שטעלן צוזאַמען איין ענין; און וויבאַלד מ’איז זיי מקריב בהמשך אחד מיט די פרי החג, לייגט זיך צו זאָגן,אַז ביידע סוגי קרבנות האָבן אַן ענלעכע פעולה.
זאָגט רש”י — „ומנינם צ”ח לכלות מהם צ”ח קללות שבמשנה תורה”: אמת טאַקע אַז „כבשים, כנגד ישראל . . והם קבועים” — אידן זיינען (ניט „מתמעטים והולכים” ח”ו, נאָר) „קבועים”, „קיימין לעולם”22;אָבער דאָס איז נאָך ניט שולל אַז עס זאָל ביי זיי זיין יסורים ר”ל.
אויף דעם קומען די „כבשים” און טוען אויף „לכלות בדוגמת סימן כלי’ פון די פרים, נאָר לטובה) מהם צ”ח קללות כו’”, אַז ניט נאָר וואָס די עצם מציאות פון אידן בלייבט גאַנץ, נאָר דאָס איז אין אַן אופן פון מנוחה ושלוה, אָן יסורים.
ח. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: אין פסוק שטייט דאָך „לפרים לאילים ולכבשים” — פאַרוואָס לערנט רש”י אַז „ולכבשים” איז „כנגד ישראל”, און ניט „לאילים” וואָס שטייט פריער אין פסוק?
און מען קען ניט פאַרענטפערן, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס אידן ווערן אָנגערופן „שה” אָבער ניט „אילים”, ואדרבה — רש”י האָט שוין מפרש געווען אין פ’ לך23, אַז אומות נמשלו לאילים — ווייל:
א) אויף „פר אחד איל אחד”24 (וואָס שטייט ביי שמיני עצרת) איז רש”י מפרש „אלו כנגד ישראל”. זעט מען אַז אויך פר ואיל קענען זיין „כנגד ישראל”25 (מצד זייער מספר וכיו”ב). האָט דאָך רש”י געקענט געפינען אַ רמז הכולל אויף די אילים דחגה”ס - י”ד -וואָס האָט אַ שייכות צו אידן26?
ב) אפילו מ’זאָל זיך דוחק זיין און זאָגן אַז ס’איז ניטאָ קיין רמז המתאים בדרך הפשט אויף די י”ד אילים (און דערפאַר מוז מען זאָגן אַז די כבשים זיינען כנגד ישראל) — בלייבט ניט גלאַטיק27 אין פסוק: הלמאי איז די תורה מפסיק צווישן די פרים (כנגד האומות) און כבשים (כנגד ישראל) — מיט אילים?
וועט מעז דאָס פאַרשטיין בהקדים וואָס רש”י איז מפרש אַז די פרים זיינען כנגד די אומות (בלויז) מצד דעם מספר (הכולל ד)שבעים — ולכאורה: רש”י איז דאָך מפרש אין פ’ לך23 אַז אומות נמשלו
לפרים שנאמר סבבוני פרים רבים; פאַרוואָס ברענגט ניט רש”י דעם ענין דאָ ביי פרי החג?
די תמי’ איז נאָך גרעסער: בנוגע צו „כבשים” זאָגט רש”י אַ טעם אַז דער מין כבשים גופא איז אַ רמז אויף אידן, האָט דאָך רש”י אַוודאי28 געדאַרפט זאָגן אַ טעם בהשייכות פון דעם מין פרים צו אומות העולם?
ט. וי”ל דעם ביאור בזה — עכ”פ ע”ד הרמז:
ביי די קרבנות פון חג הפסח29 איז רש”י מפרש: „פרים — כנגד אברהם”; „אילים — כנגד אילו של יצחק”; „כבשים — כנגד יעקב”.
פאַרוואָס זאָגט רש”י „אילים” — לשון רבים — בשעת אין פסוק שטייט „ואיל” (ל’ יחיד)? קען מען זאָגן, אַז דערמיט מאַכט רש”י קלאָר, אַז אָט דער פירוש באַציט זיך (ניט נאָר צו דעם פסוק, נאָר) צו אַלע קרבנות מוספי יו”ט30 פון פרים אילים וכבשים, אַז זיי זיינען כנגד די ג’ אבות.
און דערפאַר קען רש”י ניט זאָגן אַז די פרי החג זיינען כנגד די אומות ווייל אומות נמשלו לפרים — ווייל אדרבה, דער מין פרים דאָ איז אַ רמז אויף אברהם; ס’איז נאָר וואָס דער מספר הפרים זיינען כנגד די שבעים אומות.
און ס’איז קיין סתירה ניט, אַז די פרים זיינען סיי כנגד אברהם און סיי כנגד די שבעים אומרת — ווייל אויף אברהם’ן שטייט31 „אב המון גוים נתתיך”, איז מען בחגה”ס מקריב די פרים כנגד די אומות וואָס אברהם איז „נתתיך” צו זיי ל„אב”32.
ועד”ז בנוגע צו „כבשים”, אַז דאָס וואָס זיי זיינען כנגד ישראל איז עולה בקנה אחד מיט דעם וואָס זיי זיינען כנגד יעקב — ווייל דוקא יעקב איז „מטתו שלימה”33, פון אים זיינען אַרויס בלויז „ישראל” (משא”כ יצחק וואָס יצא ממנו עשו).
ועפ”ז וועט ווערן מבואר (ניט נאָר פאַרוואָס דער פסוק איז מפסיק מיט „אילים” — וויבאַלד זיי זיינען כנגד יצחק — נאָר) אויך דעם טעם השינוי, וואָס דוקא ביי קרבנות החג האָט מען געבראַכט „אילים שנים” (ניט ווי בשאר היו”ט וואָס מען ברענגט „איל אחד”):
וויבאַלד אַז די פרים וכבשים זיינען ניט כנגד אברהם ויעקב כשלעצמם, נאָר בשייכות צו די פון וועמען זיי זיינען „אבות” — שבעים אומות ובני ישראל — איז פאַרשטאַנדיק, אַז עד”ז איז בנוגע צו די „אילים, כנגד . . יצחק”. און דערפאַר ברענגט מען „אילים שנים” — כנגד די צוויי זין פון יצחק, יעקב ועשו34.
און דאָס איז דער סדר הקרבנות: פריער קומען די פרים כנגד שבעים אומות; לבסוף קומען די כבשים כנגד
ישראל; און אַלס אַ „ממוצע” — די „אילים שנים”, כנגד עשו (אומות) און יעקב (ישראל).
[ומהאי טעמא זוכט ניט רש”י קיין רמז אויף דעם מספר (הכולל) של האילים — ווייל די אילים זיינען ניט אַן ענין לעצמם, נאָר זיי „געהערן”, זיינען בלויז אַ ממוצע צווישן פרים וכבשים, כנ”ל].
יו”ד. ויש להוסיף: רש”י איז דאָך מדייק בלשונו „אילים — כנגד אילו של יצחק”: וואָס איז די שייכות פון „אילים שנים” — יעקב ועשו — צו „אילו35 של יצחק”?
איז דער ביאור בזה (ע”ד הרמז): וועגן אילו של יצחק שטייט אין פרקי דר”א36, אַז „שתי קרניו של איל, של שמאל נשמע קולו על הר סיני . . וקרן של ימין . . (ו)עתיד לתקוע בו לעת”ל”.
דער חילוק צווישן די צוויי ענינים — מ”ת (ה”ס) און לעת”ל — איז: מ”ת האָט אַ שייכות צו אידן דוקא — תורה איז „מורשה קהלת יעקב”37, און עכו”ם שעוסק בתורה חייב מיתה38: משא”כ די גילויים דלעת”ל וועלן אויפטאָן אויך אויף (אין) די אומות אַז ורב יעבוד צעיר39, ועמדו זרים ורעו צאנכם גו’40, און נאָכמער כמש”נ41 אז אהפוך אל
עמים שפה ברורה גו’ לעבדו שכם אחד.
קומט אויס, אַז די צוויי קרניים פון אילו של יצחק האָבן אַ שייכות איינער צו יעקב (ישראל) און אַ צווייטער צו יעקב ועשו (אומות).
יא. פון יינה של תורה שבפירוש רש”י:
בנוגע דער פעולה פון הקרבת שבעים פרים כנגד שבעים אומות זאָגט רש”י „ובימי המקדש היו מגינין עליהן כו’”; דאַקעגן ביי די כבשים זאָגט ער „ומנינם צ”ח לכלות מהם צ”ח קללות שבמשנה תורה” — וואָס כו”כ פון די „קללות שבמשנה תורה” זיינען שייך דוקא צו זמן הגלות, ניט בימי המקדש?
דער ביאור אין דעם: ס’איז דאָך תפלות כנגד קרבנות תקנום42. און דאָס וואָס מען פלעגט אויפטאָן בזמן שביהמ”ק הי’ קיים דורך קרבנות, טוט מען איצטער אויף דורך תפלה.
דער חילוק איז אָבער43: דורך קרבנות בגשמיות אין ביהמ”ק הגשמי, קומט אַראָפּ די פעולת הקרבנות ביז אין גשמיות העולם, „בעולם בחיצוניות בפועל ממש”44; משא”כ דורך תפלה איז די פעולה נאָר אין נפש (אין דעם אדם גופא).
וי”ל אַז דאָס איז דער חילוק צווישן פעולת הפרים והכבשים:
די פרי החג וואָס דאַרפן אויפטאָן אין די אומות, קענען נאָר זיין „בימי
המקדש”, ווען מ’האָט געהאַט קרבנות בגשמיות וואָס האָבן געהאַט אַ פעולה אין חיצוניות העולם; אָבער משחרב ביהמ”ק איז דאָס בטל געוואָרן, וכמחז”ל45 „אוי להם לעכו”ם שאבדו ואין יודעין מה שאבדו”.
משא”כ בנוגע אידן, איז „כבשים כנגד ישראל . . והם קבועים”, וואָס דער פירוש הפנימי בזה איז, אַז די קרבנות זיינען „קבועים” — זייער פעולה איז „קיימת לעולם”;
וואָרום דורך תפלה שכנגד קרבנות טוט מען אויף „לכלות מהם צ”ח קללות שבמשנה תורה”, אַז אפילו משחרב ביהמ”ק וגלינו מארצנו און מען געפינט זיך תחת יד האומות, האָט מען ניט קיינע יסורים ח”ו, נאָר מען האָט מנוחה ושלום ושלוה,
„ולכל בני ישראל הי’ אור במושבותם”46, זייענדיק נאָך אין מצרים, אין מיצר הגלות,
און דאָס ווערט די הכנה קרובה צו דער מנוחה ושלום אמיתיים ביז תכלית השלימות בזה, נאָכמער ווי בימי (פדה בשלום פון) דוד, אפילו מער ווי בימי שלמה, נאָר ווי בימי המשיח47 — בגאולה האמיתית והשלימה ע”י משיח צדקנו.
(משיחת ש”פ פינחס תשמ”א)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.