תזריע א
טעם הנוהגים שאשה מעוברת לא תהי' שושבינה הוא כי צריך שיהיו שניים - איש ואשה. דשורש ענין השושבינים הוא החיבור דהקב"ה וכנסת ישראל, על ידי השושבינים - משה ואהרן.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. ס׳איז אַ מנהג ישראל, אַז ביים אַריינברענגען אַ קינד לבריתו של אאע"ה זיינען זיך משתתף אַ זוג „קוואַטערס" (איש ואשתו וכו׳). די „קוואַטערין" ברענגט דעם קינד צום טיר פון ביהכנ"ס (אָדער חדר) וואו מ׳איז מל דעם קינד, און דער „קוואַטער" נעמט פון איר דעם קינד און ברענגט אים צום „כסא של אליהו"1.
„מנהג ישראל תורה היא"2 — איז מובן, אַז אויך אָט דער מנהג ביי אידן איז „תורה היא"3.
ויש לומר, אַז אויף דעם ענין — דאָס וואָס אַן אשה (חאָטש אויף איר איז ניטאָ די מצוה למול וכו׳ — כדלקמן) איז איינגעפירט בדוקא4 אַז זי זאָל מסייע זיין צו מצות מילה5, איז דאָ אַ כעין סמך ורמז6 בפרשתנו:
דער פסוק „וביום השמיני ימול בשר ערלתו"7 — מצות מילה8 — שטייט אין דער פרשה פון „אשה כי תזריע9 (וילדה זכר)", וועלכע רעדט וועגן „תורת היולדת גו׳"10 און בהמשך צו דעם פסוק אשה גו׳ עצמו גלייך נאָך עם,
הגם אַז די מצוה פון „וביום השמיני ימול" איז דער חיוב וואָס ליגט על האב11 (למול את בנו), משא"כ אַן אשה איז אין דעם ניט מחוייב, ווי די גמרא לערנט אָפּ12 (ביז אַז ס׳איז דאָ אַ שקו"ט און מחלוקת צי אַן אשה איז כשרה למול13) — אעפ"כ שטייט די מצוה אין דער פרשה וועגן אַ יולדת14, און וואו דער איש (בעל) ווערט גאָר ניט דערמאָנט (און אויך אין דעם פסוק גופא „וביום השמיני ימול בשר ערלתו" שטייט ניט (בפירוש) אַז דאָס דאַרף טאָן דער אב15).
וואָס דאָס איז, כנ"ל, (עכ"פ) אַ רמז אַז אַן אשה16 האָט אַ שייכות צו מצות מילה, וואָס דריקט זיך אויס אין דעם וואָס זי איז אַ קוואַטערין ביי אַ ברית.
ב. בכמה מקומות איז ביי אידן דער מנהג17 ניט צו נעמען אַן אשה מעוברת אַלס „קוואַטערין" (ברענגען דעם קינד לביהכנ"ס). און וויבאַלד אַז אַזוי איז דער מנהג ישראל (בכו"כ מקומות18), איז מובן, אַז אויך דאָס האָט אַן אָרט און „תורה היא" (וכתשובת הרשב"א הידועה*18, אַז אפילו אַ מנהג, קבלה ביד זקנים וזקנות כו׳ קען מען עס ניט דוחה זיין מיט קושיות וכו'19).
אויף דעם מנהג (אַז אַ מעוברת זאָל ניט זיין קיין קוואַטערין) ווערן געבראַכט כמה טעמים20 — צוליב סכנה, מחמת חשש עין הרע ועוד — אָבער ע"פ הידוע אינעם גודל הדיוק במנהגי ישראל, איז מסתבר צו זאָגן, אַז דער מנהג איז ניט פאַרבונדן מיט אַ זייטיקער סיבה אָדער חשש (מצד סכנה להעובר וכיו"ב) נאָר ער האָט אַ שייכות און איז נוגע צום עצם ענין ומנהג פון קוואַטער.
וי"ל — בנוגע צו טעמי המנהגים בכלל: פי׳ ודיוק הלשון „מנהג (ישראל) תורה היא"21: א) דאָס איז אַ זאַך וואָס האָט אַ תוקף פון תורה ואין לשנות (ע"ד „מנהג אבותינו בידינו", „אל תשנו מנהג אבותיכם"22), ב) דער מנהג איז אויך אַ הוראה (תורה היא) אויפ׳ן תוכן הענין המיוחד23 (המצוה) אין וועלכן ער איז.
ג. ויש לומר הביאור בזה, ובהקדם: עד"ז (ווי ס׳איז דער מנהג הנ"ל פון „קוואַטער" באַ אַ ברית) געפינט מען אויך באַ נשואי חתן וכלה (וואָס תכליתם איז דער ענין פון פרו ורבו24, הולדת בנים ובנות) — אַז אַ זוג שושבינים25 (אונטערפירער) פירן די חתן26 וכלה צו דער חופה27.
און אויך באַ דעם איז מנהג ישראל אַז אַן אשה מעוברת זאָל ניט זיין די אונטערפירערין28.
שטייט אין ספרים28, אַז די ביידע מנהגים בשייכות צו אַן אשה מעוברת — אַז זי זאָל ניט זיין אַ „קוואַטערין" (ביי אַ ברית מילה) און ניט קיין „שושבינה" (באַ אַ חופה) — „חד מנהגא הוא". עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער טעם פון די ביידע מנהגים איז אויך חד הוא.
ד. ויש לומר דער ביאור בפשטות29:
מען געפינט אין שו"ע30 בקשר צום „מנהג כפרות בערב יום כפור"31, אַז (בנוסף צו דער תרנגולת לכפרה פאַר זיך) נעמט אַן אשה מעוברת אויך אַ תרנגול לכפרה פאַרן עובר. ס׳איז נאָר וואָס אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי דיעות, צי ס׳איז גענוג תרנגול אחד ותרנגולת אחת, ווייל אויב דער עובר איז אַ נקבה איז גענוג איין תרנגולת פאַר דער מוטער און דעם עובר צוזאַמען32 (וואָרום צוויי אנשים מתכפרים דורך איין תרנגול און צוויי נשים — דורך איין תרנגולת33); אָדער מ׳דאַרף האָבן דריי עופות — צוויי תרנגולות און איין תרנגול: איין תרנגולת פאַר דער מוטער, און אַ תרנגול ותרנגולת34 „בשביל ספק הולד"33.
און אַזוי איז דער מנהג, ווי דער מנהג האריז"ל35 אַז אַ מעוברת נעמט דריי עופות36.
עפ"ז איז מובן בעניננו — די צוויי מנהגים הנ"ל בקשר צו אַן אשה מעוברת:
מנהג ישראל איז, אַז סיי די שושבינין פון חתן וכלה סיי די קוואַטערס ביי אַ ברית מילה — זאָלן זיין דוקא צוויי — אַן איש ואשה (אָדער צוויי פון יעדערן)37. און דערפאַר איז דער מנהג ישראל ניט צו נעמען אַן אשה מעוברת, ווייל דאַמאָלס איז דאָ נאָך איינער — הולד (והראי׳, דער ולד דאַרף האָבן אַ כפרה פאַר זיך); ובמילא קומט אויס אַז דאָ זיינען דריי שושבינין אָדער קוואַטערס, און עס איז אויך ניט בשווה38 מספר האנשים והנשים, וואָס עס קען זיין אַז אויך דאָס איז נוגע.
ה. לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן: די אונטערפירערין אָדער קוואַטערין איז די מוטער (ניט דער עובר) — מיט וואָס איז דאָס אַנדערש ווי ווען עס שטייען אונטער דער חופה נאָך ווער, וואָס מען איז ניט מקפיד אויף דעם.
איז דער חילוק בפשטות: די אַנדערע זיינען דאָרט ניט אַלס שושבין אָדער קוואַטער. משא"כ דער עובר, וואָס איז א ַטייל פון דער מוטער, איז ער אויך במילא אַלס (אַ טייל פון) קוואַטער אָדער שושבינה.
[ולהעיר עד"ז אין הלכה39: דער דין „נמצא א׳ מהם קרוב או פסול עדותן בטילה" איז דוקא ווען זיי זענען פאַראייניקט אַלע אַלס עדות — „נתכוונו כולם להעיד", אָדער אַז זיי זיינען (אויך) געקומען אין ב"ד להעיד; אָבער ווען דער קרוב או פסול האָט בשעת הראי׳ ניט מכוין געווען להעיד וכיו"ב, איז עדותן (פון די אַנדערע כשר׳ע עדות) ניט בטלה, ווייל דער קרוב או פסול זיינען ניט אין דעם גדר פון אַן עד].
וא"ו. כד דייקת שפיר אין דעם ענין הנ"ל י"ל עוד: פון מנהג כפרות הנ"ל בנוגע אַן אשה מעוברת, איז מובן —
ניט אַז דער עובר ווערט פאַררעכנט אַלס אַ באַזונדערע מציאות — וואָרום אויב אַזוי איז ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס פאַר אַ „כפרה" (וכיו"ב)40 דאַרף האָבן אַן עובר במעי אמו? — נאָר
אַז דער עובר איז משנה מציאות אמו, מוסיף אין איר מציאות באופן אַז זי אַליין ווערט גערעכנט ווי צוויי (דריי), און דעריבער דאַרף איר כפרה (אַלס אַן אשה מעוברת) באַשטיין פון צוויי (און לויט דער צווייטער דיעה, מצד דעם ספק, פון דריי) עופות.
וי"ל הסברה בזה: ווען די מעוברת האָט געגעסן דבר האסור און עס איז געוואָרן דם ובשר מבשרה און צריכה כפרה — איז אכילתה געוואָרן דם כו׳ פון לב האשה און פון לב העובר וכו׳.
בסגנון אחר, כולל יותר: טאָן אַ זאַך וואָס צריך כפרה קומט ע"י האדם וועלכער באַשטייט פון אַלע זיינע אברים וכו׳ וכולם מתכפרים. און אויב דאָס איז אַן אשה מעוברת האָט זי אויך כל חלקי העובר בתור (נאָך אירער אַ) ירך שזקוקים לכפרה.
דאָס הייסט, אַז דאָס וואָס זי נעמט אַ תרנגול שמא תלד זכר, איז ניט דערפאַר ווייל דער תרנגול איז אַ כפרה פאַר דעם עובר (טאָמער איז ער אַ זכר), נאָר דורך דעם וואָס „תלד זכר" איז איגלאי מילתא אַז זייענדיק אַ מעוברת איז איר מציאות געווען אַזאַ, וואָס פאָדערט אויך אַ תרנגול לכפרתה41.
ועפ"ז איז מובן, אַז דאָס וואָס מ׳נעמט ניט קיין אשה מעוברת אַלס שושבינה אָדער קוואַטערין, איז ניט ווייל דער עובר (פאַר זיך) איז אַ דריטער (שושבין אָדער קוואַטער), נאָר ווייל די אשה מעוברת עצמה ווערט גערעכנט מער ווי אשה אחת, וכנ"ל.
ז. עס פאָדערט זיך אָבער נאָך ביאור, וואָס מ׳איז מדייק צו נעמען אַן איש ואשה דוקא:
בשלמא ביי שושבינין דחתן וכלה י"ל אַז דאָס איז כנגד החתן והכלה42; אָבער וואָס איז דער דיוק צו נעמען דוקא אַן איש ואשה ביי קוואַטער (דברית מילה)?
וכנ"ל (סוף סעיף ב) איז מסתבר, אַז דער דיוק האָט אַ שייכות („תורה") צום תוכן ענין פון מילה.
וי"ל (בדא"פ) בהקדם ביאור הענין פון שושבינין ביי אַ חתן וכלה:
ענינם פון שושבינין בפשטות איז43: היות אַז חתן וכלה זיינען ביז איצט געווען פרעמד און ווייט איינער פון צווייטן, און דערפאַר איז פאַר זיי שווער (מצד הבושה וכו') צו איבערשטעלן זיך מיטאַמאָל אין אַ מצב פון קירוב וכו' ביי זייער חתונה — דעריבער דאַרפן זיי האָבן דעם סיוע פון שושבינין, וועלכע זיינען רעים44 צו דעם חתן און צו דער כלה, כדי זיי תומך זיין, מחזק און מעודד זיין אין דעם קירוב זל"ז.
און דאָס איז דער טעם אויפן מנהג ישראל אַז די שושבינין זאָלן זיין אַן איש ואשה — און אַ זוג נשוי — וואָרום ס׳איז מובן ופשוט, אַז אויף צו מעודד זיין דעם חתן איז מתאים אַן איש, און אַ נשוי, וועלכער איז שוין דורכגעגאַנגען ענין הנישואין; ועד"ז די שושבינה פאַר דער כלה — אַן אשה נשואה.
ח. אַלע ענינים דלמטה ווערן נשתלשל פון זייער שורש למעלה — עד"ז בעניננו:
דער ענין פון שושבינין דאיש ואשה באַ אַ חתן וכלה דאָ למטה, נעמט זיך דערפון וואָס אַזוי איז דאָס געווען באַ חתן וכלה בשרשם ועיקרם — די נישואין פון הקב"ה (כביכול) מיט אידן45, ביום חתונתו זה מתן תורה46, זיינען געווען47 דערביי צוויי שושבינין: שושבינא דמלכא — משה, שושבינא דמטרוניתא — אהרן48:
משה איז דער שושבין מצד החתן — ער איז מקרב און ממשיך אלקות מלמעלה למטה צו אידן (בדוגמא, כביכול, ווי דער שושבין של החתן וועלכער פירט דעם חתן צו דער כלה); און אהרן איז דער שושבין מצד הכלה — ער איז מעלה און מקרב אידן מלמטה למעלה, ביז אַז זיי זאָלן נתייחד ווערן מיטן אויבערשטן (בדוגמא צו דער שושבינה פון דער כלה, וועלכע פירט איר צום חתן)49.
און דער צורך פון די שושבינין ביי דעם יחוד פון הקב"ה מיט אידן איז מפני זה וואָס די נשמה פון אַ אידן, איז ירדה בריחוק גדול מאיגרא רמא לבירא עמיקתא אינעם העלם והסתר פון וועלט, און עס איז דאָ דער הרגש הבושה והיראה (בעת הקירוב) פון גדלות הא־ל, דער רוממות פון דעם אויבערשטן.
און דעריבער דאַרף מען האָבן אַ שושבין מצד ה„כלה", מצד אידן, וואָס מדריגתו וענינו ופעולתו איז בחי' אשה (עושה רצון בעלה) — צו מעלה זיין די אידן צום אויבערשטן; און אַ שושבין מצד החתן, וואָס מדריגתו וענינו ופעולתו איז בחי׳ איש (והוא ימשול בך) — צו ממשיך זיין אלקות מלמעלה למטה צו און אין אידן.
ט. און דאָס איז אויך דער טעם וואָס די שושבינין זיינען פאַרבונדן מיט דער שמחה בעת הנישואין50, וואָרום51 דער ענין השמחה נעמט זיך דערפון וואָס עס טוט זיך אויף אַ דבר חדש — און דאָס איז דער ענין פון אַ חתונה; ווען אַן איש און אשה, וועלכע זיינען געווען אָפּגעטיילט און ווייט איינער פון צווייטן פון זינט זיי זיינען געבאָרן געוואָרן (וואָרום בעצם איז דאָך יעדער איינער אַ פלג גופא52) — און די שושבינין ברענגען זיי צוזאַמען, צו אַ קירוב ויחוד — רופט עס אַרויס אַ שמחה נפלאה.
ועד"ז ברוחניות הענינים: מצד ירידתה למטה, איז די נשמה געוואָרן (כאילו ווי) נפרד ורחוק פון דעם מצב און דרגא פון איר יחוד ודביקות מיטן אויבערשטן, ווי די נשמות בהיותן למעלה; און ווען אידן ווי זיי געפינען זיך למטה ווערן דבוק ומיוחד מיטן אויבערשטן דורך תורה ומצוות (און זיי זיינען מברר ומעלה די ענינים הגשמיים, די ניצוצות הקדושה וואָס ירדו ממדריגתם ונתרחקו און געפינען זיך למטה אין זיי) — ווערט דורכדעם אויפגעטאָן אַ שמחה נפלאה.
וי"ל אַז דאָס איז דער טעם וואָס מתן תורה ווערט אָנגערופן „יום חתונתו וביום שמחת לבו"53: פאַר54 מ"ת איז געווען די גזירה אַז „עליונים לא ירדו לתחתונים ותחתונים לא יעלו לעליונים"*54; און במ"ת, ווען עס איז געווען די חופה וקדושין55 פון דעם אויבערשטן מיט אידן, איז בטל געוואָרן די גזירה, עס איז געוואָרן דער חיבור ויחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן ווי אידן געפינען זיך אין וועלט דאָ למטה, (ועל ידם מיט כל עניני העולם), און דערפאַר איז דאָס — „שמחת לבו".
יו"ד. ע"פ כל הנ"ל איז אויך מובן דער תוכן ענין פון קוואַטער באַ אַ ברית מילה, און שייכותו צו דעם ענין השושבינין באַ אַ חתונה:
די שלימות ופנימיות ענין היחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן ווערט אויפגעטאָן דורך ברית מילה; דעמאָלט טוט זיך אויף דער ענין פון „בריתי בבשרכם לברית עולם"56, אַז דער ברית פון אַ אידן מיטן אויבערשטן איז חתום אין בשר הגשמי פון אַ אידן.
ד.ה. אָט דער חידוש פון מ"ת, טוט זיך אויף באופן גלוי באַ ברית מילה, אַז „עליונים" (רוחניות) זיינען יורד „למטה", און „תחתונים" (גשמיות) זיינען עולה למעלה, ביז אַז דער גוף הגשמי פון אַ אידן ווערט, כביכול, בברית מיט דעם אויבערשטן.
[וואָרום דער קישור וחיבור פון אידן מיטן אויבערשטן דורך אַנדערע מצות — וואָס יעדער מצוה איז (מלשון) צוותא וחיבור57 — איז ניט ניכר אויף אַזוי פיל אין דעם גוף האדם וואָס איז מקיים אַ מצוה ווי דאָס איז ביי דער מצוה פון מילה58].
וואָס דאָס גיט אויך אַ תוספת ביאור אין דעם וואָס דער אַלטער רבי זאָגט אין שולחן ערוך59, אַז „תחלת כניסת נפש זו הקדושה" איז „במצות מילה"60.
און דעריבער כשם ווי די שושבינין באַ חתן וכלה זיינען אַן איש ואשה, ווייל ענינם איז צו מסייע זיין אין דעם קירוב ויחוד — דער שושבין מצד החתן און די שושבינה מצד הכלה — עד"ז איז אין שרש הענין פון חיבור פון איש ואשה, אין דעם יחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן, וואָס קומט בגלוי באַ אַ ברית מילה, דריקט זיך דאָס אויס (לויט דעם מנהג ישראל) אין די קוואַטערס (כעין שושבינין) וואָס באַשטייען פון אַן איש ואשה, וואָס בתוכנם וענינם ברוחניות איז איש מרמז אויף דעם שושבין מצד המלך, מצד דעם אויבערשטן, און אשה — אויף שושבינא דמטרוניתא, מצד די אידן.
און דעריבער דאַרפן אויך ביי ברית מילה זיין (אַזוי ווי שושבינין ביי אַ חתונה) דוקא אַן איש און אַ אשה.
יא. עפ"ז איז אויך מובן פאַרוואָס שמחה איז אַן ענין עיקרי ביי ברית מילה (פּונקט ווי דאָס איז ביי אַ חתונה), וואָס מ׳געפינט דאָס ניט אויף אַזוי פיל ביי אַנדערע מצות וכדרז"ל61 אַז שש אנכי על אמרתך מיינט עס מצות מילה (כאָטש עס דאַרף זיין באַ יעדער מצוה „עבדו את ה׳ בשמחה"62) ביז אַז די גמרא63 זאָגט, אַז דאָס איז דער טעם וואָס מ׳איז מל לשמונה „מפני מה אמרה תורה מילה לשמונה שלא יהו כולם שמחים ואביו ואמו עצבים" (און ווי פאַרשטאַנדיק פון מפרשים64, לערנט מען דאָס אָפּ פון דעם וואָס די תורה שטעלט אַריין „וביום השמיני ימול בשר ערלתו" בפרשתנו גלייך נאָך דעם וואָס דער פסוק פירט אויס וועגן טומאת לידה שמסתיימת בשבעת ימים),
וואָרום דער ענין השמחה וואָס ווערט מצד אַן ענין פון התחדשות, ווי ביי חתונה וואָס עס ווערט אויפגעטאָן אַ דבר חדש, אַז יעזוב65 איש את אביו גו׳ ודבק באשתו והיו לבשר אחד, כנ"ל, איז דאָס בשלימות ביי מצות מילה, וואָס עס טוט זיך אויף דער פנימיות׳דיקער חיבור ויחוד פון (איש ואשה) דעם אויבערשטן מיט אידן, בריתי בבשרכם לברית עולם.
[וי"ל אַז באַ אַן אשה איז אדרבא — וויבאַלד אַז „כמאן דמהילא דמיא"66 ווערט דאָס אויפגעטאָן גלייך באַ דער לידה]67
און דורך דעם קיום פון די ביידע מצות הנ"ל — פו"ר (וואָס איז דער תכלית פון חתונה — נשואי איש ואשה) און מצות מילה — איז מען זוכה בקרוב ממש צו דער גאולה האמיתית והשלימה ווען עס וועט זיין די שלימות אין מילה — „ומל68 ה"א את לבבך ואת לבב זרעך" און די שלימות ב„נישואין (פון אידן מיט׳ן אויבערשטן) שנאמר69 כי בועליך עושיך"70, און דעמאָלט וועלן זיין די שושבינים — „משה ואהרן יהא עמנו"71.
(משיחות חמשה עשר בשבט וש"פ יתרו ה׳תשמ"א)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
📹 Video Shiurim
🎧 Audio Shiurim
Rabbi Gurary
Listen
Rabbi Gurary
Rabbi Lipskar
Listen
Rabbi Lipskar
Rabbi Shishler
Listen
Rabbi Shishler
Rabbi Spalter
Listen
Rabbi Spalter
Rabbi Wolosow
Listen
Rabbi Wolosow
Rabbi Brashevitzky
Listen
Rabbi Brashevitzky
Rabbi Lipskar 10 Min Summary
Listen
Rabbi Lipskar 10 Min Summary
Rabbi Spalter 10 Min Summary
Listen
Rabbi Spalter 10 Min Summary
The Sicha
Listen
The Sicha
The Sicha
Listen
The Sicha
Shiur
Listen
Shiur
The Sicha
Listen
The Sicha
In Depth
Rabbi Binyomin Bitton In Depth English
Listen
In Depth
Rabbi Binyomin Bitton In Depth English
10 Minute Sicha
Listen
10 Minute Sicha
Shiur
Listen
Shiur
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Listen
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
10 Minute Sicha
Rabbi Nechemia Deitsch
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Nechemia Deitsch
Full Sicha
Rabbi Avraham Brashevitzky
Listen
Full Sicha
Rabbi Avraham Brashevitzky
In Depth
Rabbi Dov Herman
Listen
In Depth
Rabbi Dov Herman
Full Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Listen
Full Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
The Sicha
Rabbi Moshe Gourarie
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Gourarie
Shiur
Rabbi Avraham Lipszyc
Listen
Shiur
Rabbi Avraham Lipszyc
10 Minute Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter