אחרי א
"כתונת בד גו'" נאמר דוקא לאחרי ב"זאת יבוא אהרן אל הקודש", ללמד שדוקא העבודות הנעשות בקודש – בפנים – היו בבגדי לבן. להרמב"ם היו ג' מיני בגדי כהונה: כה"ג, כהן הדיוט, ובגדי לבן דיוה"כ. משא"כ לרש"י היו רק ב' מינים דבגדי כהונה, דבגדי לבן דיוה"כ הם בגדי כהן הדיוט.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. בתחלת פרשתנו, וואו עס ווערט דערציילט „ויאמר ה׳ אל משה דבר אל אהרן גו׳ ואל יבא בכל עת אל הקודש גו׳ בזאת יבוא אהרן אל הקודש", שטייט אין פסוק1: „כתונת בד קודש ילבש גו׳".
שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „כתונת בד גו׳" און איז מפרש: „מגיד שאינו משמש לפנים2 בשמונה בגדים שהוא משמש בהם בחוץ שיש בהם זהב3 לפי שאין קטיגור נעשה סניגור4, אלא בארבעה ככהן הדיוט וכולן של בוץ".
בפשטות איז דער פשט אין פירוש רש"י5: ער קומט דאָ פאַרענטפערן וואָס דאָ שטייט דער ציווי אויף אָנטאָן די בגדים („כתונת בד קודש ילבש גו׳ בגדי קודש הם גו׳ ולבשם") ווי אַ נייע זאַך, אַ חידוש דבר; בשעת דאָס איז שוין מפורש נאָך אין פ׳ תצוה6, סיי דעם עצם חיוב צו מאַכן די בגדים און סיי דער חיוב זיי צו טראָגן, „בבואם אל אהל מועד או בגשתם אל המזבח לשרת בקודש ולא ישאו עון ומתו גו׳"7.
וואָס גיט צו דער ציווי דאָ ביים דיבור לאהרן?
איז רש"י מבאר, אַז דער פסוק קומט דאָ זאָגן, „מגיד" — (ניט אויסצורעכענען די בגדי כהונה און דעם ציווי אַז מ׳דאַרף זיי אָנטאָן ווען מ׳גייט אַריין צו טאָן די עבודה בקודש, נאָר) אַז ער דאַרף אָנטאָן בלויז די בגדים, און ניט די „שמונה בגדים" (וועגן וועלכע מ׳האָט געלערנט פריער אין פ׳ תצוה אַז אין זיי איז אהרן משמש אַלע מאָל).
ב. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:
הוספת תיבת „מגיד" אין פירוש רש"י איז בדרך כלל איןאַ פאַל ווען דער ענין וואָס רש"י זאָגט שטייט ניט בפשט הפסוק מפורש, נאָר „מגיד" — דער פסוק קומט זאָגן אַ געוויסע זאַך, נוסף אויף דעם וואָס ער זאָגט בפירוש8. איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק: דער ענין אַז ער טוט אָן נאָר ארבעה בגדים, ניט שמונה בגדים, שטייט בפירוש אין דעם פסוק?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין דעם סיום פון לשון רש"י „אלא בארבעה ככהן הדיוט וכולן של בוץ":
א) מען זעט אין פסוק אַז דאָ זיינען אויסגערעכנט ארבעה בגדים, איז וואָס דאַרף עס רש"י זאָגן?
ב) וואָס איז ער מוסיף ומחדש „ככהן הדיוט"; מ׳ווייס דאָס שוין פון פריער (אין פ׳ תצוה9) אַז אַ כהן הדיוט טראָגט נאָר „ארבעה בגדים".
ג) בכל אופן: למאי נפק"מ אַז דאָס איז „ככהן הדיוט"?
ד) „וכולן של בוץ" — עס שטייט
בפירוש אין פסוק ביי יעדערן פון די בגדים אַז ער זאָל זיין פון „בד". וואָס איז רש"י מוסיף „וכולן של בוץ"?
ג. לכאורה וואָלט מען געקענט לערנען אַז רש"י קומט שולל זיין גאָר אַן אַנדער פירוש:
לערנענדיק דעם פסוק „כתונת בד קודש גו׳", וואָלט מען געקענט זאָגן: היות אַז מ׳ווייס שוין פון פרשת תצוה10 אַז אהרן כהן גדול האָט שמונה בגדים וואָס זיי אַלע זיינען „לכבוד ולתפארת"11, ווי קומט עס אַז ביים אַריינגיין אחת בשנה לקודש הקדשים זאָל ער אָנטאָן נאָר פיר פון די בגדים, און ניט די אַנדערע פיר — ממעט זיין אין דעם „לכבוד ולתפאַרת"12?
מצד דעם וואָלט מען געלערנט, אַז דער פסוק קומט ניט זאָגן אַז ער דאַרף אָנטאָן נאָר די פיר בגדים, וואָרום ס׳איז פשוט אַז ער דאַרף אָנטאָן (במכש"כ פון אַ גאַנץ יאָר) אַלע שמונה בגדים (און ווי ס׳איז משמע פון אַנדערע מפרשי התורה13). דער פסוק קומט זאָגן דעם שינוי14 שביום הכיפורים — אַז די ד׳ בגדים דאַרפן זיין דאַמאָלס (ביום הכפורים) אַנדערש: אַ גאַנץ יאָר זיינען
די ד' בגדים (ווי געזאָגט אין פ׳ תצוה15) „הכתונת שש מצנפת שש ואבנט גו'", געווען „שש משזר"16, משא"כ דאָ ביוהכ"פ איז „כתונת בד ומכנסי בד גו׳ ובאבנט בד גו' ובמצנפת בד גו'" — ניט „שש משזר", נאָר איין חוט17. און דעריבער רעדט דער פסוק נאָר וועגן (דער לבישה פון) די ד׳ בגדים.
און דאָס איז רש"י שולל מיט זיין פירוש „מגיד כו׳" — ניט ווי מ׳האָט געקענט לערנען אַז דער פסוק איז נאָר מפרט דעם שינוי, וועלכער איז נאָר אין די ד׳ בגדים (אָבער ער איז ניט שולל די לבישה פון די אַנדערע ד׳ בגדים), נאָר „אינו משמש לפנים בשמונה בגדים", דער פסוק קומט שולל זיין די בגדים „שהוא משמש בהם בחוץ", „אלא בארבעה ככהן הדיוט".
ד. אָבער אויך דער פירוש איז שווער, ווייל18
[נוסף לזה וואָס אויך לפירוש זה איז ניט גלאַטיק די הוספה „מגיד", וואָרום סוף סוף איז רש"י ניט מוסיף אויף המפורש בפסוק, ער איז בלויז שולל אַ פירוש מוטעה ניט ווי די משמעות הפסוק — איז נוסף אויף דעם]
דער סיום פון פירוש רש"י „(ככהן הדיוט) וכולן של בוץ" איז ניט נאָר איבעריק, נאָר דאָס איז אַ הדגשה אויף להיפך; עס גיט אַ מקום לטעות אַז דער חידוש פון פסוק איז אין די ד׳ בגדים (וואָס דער פסוק רעכנט יע אויס), אַז „כולן של בוץ" — היפך הנ"ל אין פירוש רש"י, אַז דער חידוש פון פסוק איז (בלויז) אין דעם וואָס ער טראָגט ניט די אַנדערע פיר בגדי זהב.
ה. איז דער ביאור בזה:
רש"י קומט פאַרענטפערן אַ שאלה וואָס שטעלט זיך אין פסוק: פאַרוואָס שטייט אָט דער פסוק (וועגן לבישת הבגדים) במקום זה? לכאורה האָט עס געדאַרפט שטיין — אָדער פאַר אַלע עבודות וקרבנות פון דעם כהן גדול ביום הכפורים (אין דעם פריערדיקן פסוק), אָדער נאָכדעם ווי דער פסוק רעכנט אויס די אַלע עבודות וואָס ער האָט געדאַרפט טאָן זייענדיק אָנגעטאָן אין די בגדים19.
פון דעם וואָס די תורה זאָגט דעם ציווי דאָ גלייך נאָך דעם פסוק „בזאת גו׳ בפר בן בקר לחטאת ואיל לעולה" וואָלט מען בפשטות געלערנט, אַז די ארבעה בגדים טוט ער אָן נאָר באַ דעם פר בן בקר לחטאת ואיל לעולה, זייענדיק די קרבנות המיוחדים לו ביום הכפורים.
אָבער פון די פסוקים ווייטער איז קלאָר, אַז: א) עולתו — דער איל לעולה — ווערט געטאָן אין אַנדערע בגדים, „ולבש את בגדיו", וואָס דאָס מיינט די „שמונה בגדים שהוא עובד בהן כל ימות השנה"20. ב) אַז די אַלע עבודות ביז עולתו — די שני שעירי עזים לחטאת פון עדת בני ישראל און די עבודת הקטורת כו׳ וואָס ווערן אויסגערעכנט
נאָך אונזער פסוק — דאַרפן אויך געטאָן ווערן אין די ארבעה בגדים.
דעריבער איז רש"י מפרש: „מגיד שאינו משמש לפנים בשמונה בגדים שהוא משמש בהם בחוץ כו׳". אע"פ אַז פשטות הכתוב איז לכאורה משמע אַז ס׳איז נוגע צו די ביידע קרבנות וואָס ווערן געזאָגט אין פריערדיקן פסוק, סיי דער חטאת און סיי די עולה — איז דער פירוש ניט אַזוי, נאָר דער פסוק קומט זאָגן אַז „אינו משמש לפנים בשמונה בגדים שהוא משמש בהם בחוץ", און דער איל לעולה איז דאָך הקרבתו בחוץ20. ולאידך, די אַלע ווייטערדיקע עבודות — די הזיית הדם פון די שני שעירי עזים און די קטורת כו׳ — איז דאָך אַלץ בפנים (אָדער צורך פנים21),
ובמילא ווערן זיי געטאָן אין די ארבעה בגדים.
און דאָס גופא איז דער טעם וואָס דער ענין הבגדים שטייט דוקא דאָ נאָכן פסוק „בזאת יבוא אהרן אל הקודש גו׳", ניט פריער פאַר אַלע קרבנות און ניט שפּעטער נאָך דעם סיום פון די קרבנות המיוחדים פון יוהכ"פ:
מיט דעם זאָגט דער פסוק, אַז די לבישה פון די פיר בגדים איז ניט מצד (עבודת) היום פון יוהכ"פ, נאָר מצד „בזאת יבוא אהרן אל הקודש" — דער חידוש פון (יום הכפורים, דער) שימוש בפנים; דער שימוש בפנים קען ניט זיין מיט שמונה בגדים „שהוא משמש בהם בחוץ" (וואָס דאָ מיינט ער (בעיקר) ניט דעם שימוש בכל ימות השנה22, נאָר „שהוא משמש בהם בחוץ" ביוהכ"פ עצמו).
ו. עפ"ז ווערט אויך פאַרענטפערט א ַתמי׳ פאַרוואָס רש"י באַוואָרענט ניט אַ קושיא בפשוטו של מקרא:
וויבאַלד אַז „אין קטיגור נעשה סניגור", און דערפאַר טאָר דער כה"ג ניט משמש זיין בבגדי זהב — ווי קומט עס אַז בחוץ זאָל ער יע משמש זיין בבגדי זהב?
בנוגע צו עבודת כה"ג בכל ימות השנה — אפילו ווען ער טוט אַן עבודה וואָס ענינה איז כפרה — וואָלט מען געקענט ענטפערן, אַז „אין קטיגור נעשה סניגור" זאָגט מען נאָר אין יום הכפורים, וואָס כל ענינו פון אָט דעם טאָג איז (כשמו) — כפורים, און דערפאַר דאַרף די עבודה פון דעם טאָג זיין מיט אַ זהירות מיוחדת, ניט געבן קיין אָרט פאַר אַן ענין פון „קטיגור".
אָבער בנוגע דער עבודה פון יום הכפורים עצמו — איז ניט פאַרשטאַנדיק: די גאַנצע עבודת יוהכ"פ, סיי עבודה בפנים און עבודה בחוץ, האָט ניט געדאַרפט זיין בבגדי זהב23!
איז דער ביאור בזה אָנגעדייטעט אין דעם וואָס דער פסוק „כתונת בד גו׳" קומט בהמשך צום פסוק „בזאת יבוא אהרן גו"׳:
דורך מקדים זיין גלייך בהתחלת עבודת יום הכפורים די ווערטער „בזאת יבוא גו׳ בפר גו׳" לערנט אונז דער פסוק,אַז די נקודה פון יום הכפורים איז (ניט די עבודת היום, נאָר) „יבוא אהרן אל הקודש", די כניסה לקודש
הקדשים24, און דאָס ברענגט די כפרה של יום הכפורים; נאָר בכדי25 די כניסה לקודש זאָל זיין ווי עס דאַרף צו זיין — דאַרף זי זיין „בזאת", עס פאָדערן זיך פאַרשידענע קרבנות ועבודות (סיי בפנים און סיי בחוץ — ווי דער איל לעולה).
ובמילא איז פאַרשטאַנדיק, אַז די באַוואָרעניש פון „אין קטיגור נעשה סניגור" איז בעיקר (אין דעם אָרט פון כפרה דיום הכפורים — ) אין דער עבודה בפנים26.
ז. וויבאַלד אַז לויט פירוש רש"י איז דער חידוש פון פסוק „כתונת בד גו׳" אין דער שלילה,אַז בפנים טאָר מען ניט משמש זיין מיט די בגדי זהב ווייל אין קטיגור נעשה סניגור — איז ניט גלאַטיק:
ווען מ׳לערנט די פסוקים אין פ׳ תצוה, זעט מען דעם גודל הזהירות וואָס דאַרף זיין ביי לבישת הבגדים כדי די עבודה זאָל געטאָן ווערן אין אַן אופן פון „לכבוד ולתפאַרת", ביז אַז „המשמש מחוסר בגדים במיתה"27 — היינט ווי קומט עס, אַז צוליב „אין קטיגור נעשה סניגור" זאָל דער כה"ג ניט זיין (בשלימות) „לכבוד ולתפאַרת", אפילו ניט טראָגן דעם פולען מספר בגדים כרגיל?
[ויש להוסיף: וואָלט מען געלערנט אַז ביום הכפורים איז אַ דין מיוחד בנוגע בגדי כהונה28, אַז דער כה"ג דאַרף טראָגן אַן אַנדער סוג בגדים, וועלכער איז מיוחד ליום הכפורים — איז ניט אַזוי קשה. דכשם ווי בכל ימות השנה האָט תורה אָנגעזאָגט אַ דין פון שמונה בגדים צו אַ כה"ג, האָט אַזוי אויך תורה אָנגעזאָגט אַ דין פון ד׳ בגדים מיוחדים ליום הכפורים;
וויבאַלד אָבער אַז לויט רש"י איז ניטאָ קיין דין וחידוש מיוחד אין די ד׳ בגדים וואָס דער כה"ג טראָגט, ס׳איז נאָר פאַראַן אַן איסור צו טראָגן בגדי זהב ביוהכ"פ — ווערט די קשיא: סוף־סוף
קומט אויס אַז דער כה"ג איז דוקא ביוהכ"פ כאילו אַ מחוסר בגדים?]
דערפאַר מוז רש"י באַוואָרענען, אַז דער כה"ג טראָגט ארבעה „ככהן הדיוט": דאָס וואָס דער כה"ג טראָגט בפנים נאָר ארבעה בגדים, איז ניט דער פשט אַז ער טראָגט פיר פון זיינע אַכט בגדים29, נאָר ער איז דעמאָלט משמש ווי אַ כהן הדיוט30, וואָס מספר בגדיו איז (מלכתחילה) ארבעה.
ח. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם סיום לשון רש"י „וכולן של בוץ":
כוונת רש"י איז ניט נאָר צו מדגיש זיין אַז די ד׳ בגדים זיינען ניט קיין ענין של „קטיגור" — וויבאַלד אַז „כולן של בוץ"; נאָר דאָס איז אויך אַ תוספת ראי׳ אַז דער שימוש בפנים ביום הכפורים איז „ככהן הדיוט"31:
וועגן דעם אבנט של אהרן שטייט אין פ׳ פקודי32 אַז ער איז געמאַכט געוואָרן פון „שש משזר ותכלת וארגמן ותולעת שני מעשה רוקם"
(אין פ׳ תצוה33 וואו עס שטייט דער ציווי אויף עשיית הבגדים, שטייט נאָר אַז דער אבנט דאַרף זיין „מעשה רוקם", ער זאָגט אָבער ניט דערביי פון וועלכן מין (אָדער מינים) ער ווערט געמאַכט; משא"כ ביי עשיית הבגדים אין פקודי
שטייט אַז אבנטו של אהרן כה"ג איז געווען פון די מינים הנ"ל).
קומט אויס, אַז אבנטו של אהרן איז ניט נאָר פון „בד" — היינט ווי זאָגט דער פסוק „ובאבנט בד יחגור"? איז דערפון געדרונגען, אַז די בגדים זיינען ניט די בגדי כהן גדול, נאָר דאָס זיינען די „ארבעה ככהן הדיוט"34,
און רש"י נעמט אָן (בפשוטו של מקרא), אַז דאָס וואָס דער פסוק טיילט אויס אבנטו של אהרן (אין פ׳ פקודי) — און דערמאָנט ניט די אבנטים פון בניו (כאָטש דאָרטן גופא35 דערמאָנט דער פסוק די אַנדערע ג׳ בגדים פון בני אהרן) — איז ווייל דער פסוק רעדט דאָרט דוקא וועגן אבנטו של אהרן, משא"כ די אבנטים פון בני אהרן זיינען געמאַכט געוואָרן אַנדערש (בלויז פון בד)36.
ט. וי"ל אַז דאָס איז — פון די ענינים מופלאים ע"ד ההלכה שבפירוש רש"י: רש"י איז מחולק מיטן רמב"ם אין דעם גדר פון די בגדי כה"ג ביוהכ"פ:
דער רמב"ם37 זאָגט „בגדי כהונה שלשה מינים, בגדי כהן הדיוט ובגדי זהב ובגדי לבן — לשיטת הרמב"ם זיינען די בגדי לבן של יוהכ"פ אַן אַנדער מין בגדים; ניט אַז ס׳איז אַן איסור צו טראָגן בגדי זהב בפנים ובמילא בלייבן ביי אים איבער (נאָר) פיר פון זיינע אַכט בגדים, נאָר עס איז אַ דריטער מין בגדים38.
— רש"י איז מדייק אַז בפנים דאַרף ער משמש זיין אין „ארבעה ככהן הדיוט" (כנ"ל בארוכה).
עד"ז זעט מען דעם חילוק פון רש"י מיטן רמב"ם אין דעם חיוב פון בגדי לבן אין נאָך אַן ענין:
דער רמב"ם39 זאָגט אַז „עבודות המיוחדות ליום זה בבגדי לבן". בגדי לבן איז אַ דין אין עבודות היום. וואָס דערין איז פאַראַן אַ שוועריקייט — דער איל לעולה און איל העם זיינען עבודות המיוחדות ליום הכפורים40, און אעפ"כ זיינען זיי ניט בבגדי לבן.
רש"י פאַרבינדט אָבער דעם חיוב פון בגדי לבן מיט „פנים", ס׳איז ניט תלוי אין עבודות היום נאָר אין דעם אָרט פון דער עבודה — אַלץ וואָס ווערט געטאָן אין פנים (אָדער עכ"פ צוליב עבודת פנים41) דאַרף געטאָן ווערן בבגדי לבן. וואָרום, ווי גערעדט פריער, איז לויט רש"י (בפשוטו של מקרא), דער עיקר כפרה פון יום הכפורים איז מצד דער כניסה לפני ולפנים, און די עבודות היום זיינען בלויז אַ תנאי ומכשיר צו זיין כניסה.
יו"ד. ואולי יש לומר, אַז די צוויי ענינים הנ"ל — (א) צי בגדי לבן איז אַן
ענין שלילי אָדער אַן ענין חיובי, (ב) צי בגדי לבן איז פאַרבונדן מיט עבודות היום אָדער מיט כניסה לפנים — זיינען תלוי זה בזה:
אויב מ׳זאָל לערנען אַז ס׳איז אַ דין מיוחד וחיובי פון בגדי לבן, איז מסתבר צו זאָגן אַז דאָס איז אַ דין אין עבודת היום. וואָרום כשם ווי בגדי כהונה בכלל זיינען פאַרבונדן מיט עבודת הכהנים42, אַזוי איז דער דין מיוחד פון בגדי לבן אַ פרט אין דער עבודה המיוחדת פון דעם טאָג.
אויב אָבער דער ענין פון בגדי לבן איז אַן ענין שלילי — עס טאָרן ניט זיין בגדי זהב — איז מסתבר צו זאָגן, אַז דער איסור איז פאַרבונדן (ניט מיט דער עבודה גופא, נאָר) מיט דעם מקום פון דער עבודה וואָס „דערלאָזט" ניט אַן ענין של זהב.
יא. פון דעם פרש"י האָט מען אַרויס אַ הוראה אין עבודת ה׳:
בשעת אַ איד וויל פועל זיין „לפני ה׳ תטהרו"43 בנוגע זיך און בנוגע אַ צווייטן
אידן און ברענגען אַלעמען „לפני ה׳", נעענטער צום אויבערשטן לתורתו ולמצוותיו, דאַרף ער צום אַלעם ערשטן וויסן, אַז דערצו פאָדערט זיך אַז ער זאָל אַריינגיין „לפנים". ער דאַרף זיך דערגרונטעווען, „אַריינגיין" אין זיין פנימיות הנפש און בכח זה דוקא קען ער אויפטאָן אַ כפרה וטהרה אויף זיך און אויף א ַצווייטן.
און דער וועג צו אַריינגיין לפנים איז — דורך אויסטאָן זיין „לכבוד ולתפאַרת" די בגדי זהב. כל זמן ער פילט זיין „לכבוד ולתפאַרת", קען ער ניט אַריינגיין אין „פנים", פנימיות הכוונה.
דוקא בשעת ער פילט זיך ווי אַ כהן הדיוט — ניט בבגדי זהב נאָר בבגדי לבן, „כולן של בוץ" — ביי אים איז מאיר דער ענין הפשיטות44
דאָס דוקא מאַכט אים ראוי צו אַריינגיין לפנים, און דורך דעם פועלן אַ כפרה וטהרה און ניט נאָר אויף זיך, נאָר אויך אויף אַ צווייטן, ביז אַז
וכפר בעדו ובעד ביתו ובעד כל קהל ישראל45.
(משיחת ש"פ אחרי תשל"ו)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
📹 Video Shiurim
🎧 Audio Shiurim
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Shiur
Listen
Shiur
The Sicha
Listen
The Sicha
Full Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Listen
Full Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Shiur
Rabbi Yaakov Moshe Wolberg
Listen
Shiur
Rabbi Yaakov Moshe Wolberg
10 Minute Sicha
Listen
10 Minute Sicha
The Sicha
Listen
The Sicha
Dvar Torah
Rabbi Eli Nosson Silberberg
Listen
Dvar Torah
Rabbi Eli Nosson Silberberg
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
Listen
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Listen
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
The Sicha
Rabbi Moshe Gourarie
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Gourarie
10 Minute Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Mendel Lipskier