תזו"מ
ענין המצורע הוא בפרשת תזריע, כי עונשי התורה הם חסד, כדי שיהי' מציאות חדשה ע"י התשובה. וכשנטהר ה"ז - פרשת מצורע - המשך מהצרעת, שענינה להעלות את האדם.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. די פרשיות תזריע מצורע זיינען לויט דער קביעות פון רוב השנים (אלע שנים פשוטות) - מחוברות1. דער קישור ושייכות צווישן די צוויי סדרות איז פארשטאנדיק בפשטות - נוסף אויף דעם וואס אין ביידע סדרות רעדט זיך וועגן נגעים (אין פ׳ תזריע - נגעי אדם2 ונגעי בגדים3 און אין פ׳ מצורע - נגעי בתים4), נאר נאך מער: פ׳ מצורע איז דער סיום וחותם פון פ׳ תזריע; די דיני המצורע וועגן וועלכע עס רעדט זיך בפ׳ תזריע, איז סיומם - "תורת המצורע ביום טהרתו" - אין פ׳ מצורע5.
מען דארף אבער פארשטיין בנוגע די שמות הסדרות: ווי גערעדט שוין פיל מאל6, זיינען די נעמען פון די סדרות ניט א סימן בעלמא, א ווארט פון התחלת הסדרה ווערט גענוצט בלויז בכדי אויס־ צוטיילן איין סדרה פון דער אנדערער, נאר יעדער נאמען אנטהאלט און דריקט אויס (ווי אלע "שמות שנקראים בהם בלשון הקודש"7) די נקודת התוכן פון דער סדרה.
נאון ווי דאס איז אויך מודגש בפרשת תזריע, אז לויט מנהג ישראל הייסט זי ניט ״אשה״8 (כאטש דאס איז דער ערש־
טער ווארט נאך דער פתיחה כללית "וידבר ה׳ גו׳ לאמר", אבער מיט וועלכן עס הויבן זיך אן כמה פרשיות אין תורה, איז דאס ניט א נאמען ספעציעל פון דער פרשה), נאר איר נאמען איז "תזריע"9].
פאדערט זיך א ביאור בנדו״ד - וואס איז די שייכות פון דעם ווארט (נאמען) "תזריע" צו דער פרשה בכללותה10, וואס איר תוכן איז, רובה ככולה, דער ענין פון נגעים?
נאך מער: ניט בלויז האט דער ווארט "תזריע" קיין שייכות ניט צום ענין הנגעים, נאר, לכאורה, זיינען זיי הפכיים: ״תזריע״ ווייזט - ווי דאס איז מפורש בפרשתנו: "אשה כי תזריע וילדה גו׳״ - אויף אן ענין וואס ברענגט א הולדה חדשה און חיים חדשים; משא״כ נגעים, איז דאך ״מצורע חשוב כמת״11, און דער פשט דערפון איז12, אז דאס איז ניט (נאר) מצד טומאת המצורע13, נאר דער מצורע עצמו איז חשוב כמת14.
אויך איז ניט מובן בנוגע "מצורע" אלם שם הפרשה: אין פ׳ מצורע רעדט זיך ניט וועגן דעם מצורע אלם מצורע (פרטי הנגעים שבו און - זיין טומאה), נאר פארקערט - וועגן טהרתו, ער ווערט אויס מצורע, ער קען שוין אריינקומען בתוך המחנה און ברענגען זיינע קרבנות וכו׳15 - היינט פארוואם זאל די םדרה אנגערופן ווערן "מצורע"16?
נואע״פ אז נאכדעם אין דער םדרה רעדט זיך וועגן נגעי בתים - איז ניט גלאטיק: א) אין פשטות ווערן נגעי בתים ניט נכלל אינעם מובן הפשוט פון "מצורע"17. ב) נאך מער: ביי די נגעי בתים איז די הדגשה ניט אין די נגעים כשלעצמם (אלם ענין בלתי רצוי), נאר - ווי רש״י וואם ענינו איז פשוטו של מקרא, ברענגט גלייך אראפ18 אויף ״ונתתי נגע צרעת״ - "בשורה היא להם שהנגעים באים עליהם לפי שהטמינו אמוריים כו׳ וע״י הנגע נותץ הבית ומוצאן",
משא״כ ״מצורע״ איז - אדרבה, לפי המבואר בפרש״י דא ובארוכה אין מדרשי חז״ל אויף תחלת פרשתנו19 וועגן דעם חםרון און עונש פון א מצורע - אז דאם איז פארבונדן מיטן ענין פון לשון הרע וגםות הרוח].
אויך דארף מען פארשטיין וואם מען געפינט צוויי שמות פון דער םדרה: מנהג ישראל (און אזוי ווערט זי אנגע־ רופן אין טור ושו״ע20) איז צו רופן איר - ״מצורע״; אבער אין רם״ג21, פרש״י22 און רמב״ם23 ווערט זי אנגערופן - "זאת תהי׳". וואם איז דער טעם החילוק פון די צוויי שיטות?
ב. ויש לומר הביאור בזה:
בהקדים: איינע פון די יםודות האמונה איז - דער ענין פון שכר ועונש, ובלשון הרמב״ם24 (אין פירוש המשניות25): "היסוד הי״א כי הוא הש״י נותן שכר למי שעושה מצות התורה ויעניש למי שעובר על אזהרותי׳ וכי השכר הגדול העולם הבא והעונש החזק כרת כו׳", און ווי ער איז מאריך בזה בםפרו יד החזקה אין הל׳ תשובה26;
תורה איז דאך תורת חםד. איז מובן, אז אויך די עונשי התורה זיינען ניט לשם עונש ח״ו27, נאר - דער תיקון פארן נפש החוטא28, וכמאמר רז״ל29 "חייבי כריתות שלקו נפטרו ידי כריתתם". ועד״ז בא עונש מיתת ב״ד, ווי
רז״ל30 זאגן בײ עכן: ״יעכרך ה׳ ביום הזה ביום הזה אתה עכור ואי אתה עכור לעוה״ב"31,
אבער בא רוב עונשי התורה זעט מען ניט בגלוי אז דאס איז גאר לטובתו של האדם, בחיים חיותו בעלמא דין בעוה״ז.
משא״כ בא נגעי צרעת זעט מען דאס בגלוי (כדלקמן ברמב״ם) - (און פון דעם עונש הנגעים32 איז מובן אז עד״ז איז בא אלע עונשי התורה).
ג. דער רמב״ם זאגט בסוף הל׳ טומאת צרעת33: "וזה השינוי האמור בבגדים ובבתים שקראתו תורה צרעת בשותפות השם אינו ממנהגו של עולם אלא אות ופלא הי׳ בישראל כדי להזהירן מלשון הרע שהמספר בלשון הרע משתנות קירות ביתו, אם חזר בו יטהר הבית אם עמד ברשעו עד שהותץ הבית משתנין כלי העור שבביתו כו׳ ואם עמד ברשעו עד שישרפו משתנין הבגדים שעליו, אם חזר בו יטהרו ואם עמד ברשעו עד שישרפו משתנה עורו ויצטרע ויהי׳ מובדל ומפורסם לבדו עד שלא יתעסק בשיחת הרשעים34 שהוא הליצנות ולשון הרע"35.
דאס הייסט, דער אויבערשטער מאכט
א שינוי מיוחד36 אין דער בריאה "כדי להזהירן מלשון הרע". וואס דערפאר איז דער סדר, אז דער אויבערשטער ברענגט עס (דעם שינוי) פריער אין די בתים און דערנאך אויף די בגדים וכו׳, בכדי צו מזהיר זיין די אידן מן הקל אל הכבד צו זיין אפגעהיט פון לשון הרע37.
און אויך דער הסגר פון דעם מצורע עצמו, וואס ווערט געטאן אין אן אופן ש״יהי׳ מובדל ומפורסם לבדו", "בדד ישב מחוץ למחנה מושבו"38, איז מיט דער מטרה אז דאס זאל אויף אים פועלן "שלא יתעסק בשיחת הרשעים שהוא הליצנות ולשון הרע".
ד. ועפ״ז י״ל אז מהאי טעמא ווערט די פרשה אנגערופן "תזריע": תזריע איז די התחלת הלידה פון חיים חדשים, כנ״ל ס״א (ע״ד ווי זריעה בא תבואה ופירות - אז דערפון זאל נאכדעם קומען א נייע צמיחה) -
אזוי איז דער תוכן ענין הנגעים פון פ׳ תזריע: סיי דער נגע עצמו און סיי דער הסגר והחלט פון דעם מצורע וואס ער איז "מובדל ומפורסם לבדו" זיינען ניט (נאר?) בתור עונש והעדר הטוב פאר דעם מצורע כנ״ל, נאר פרטים און מיט־ לען אין דעם תיקון (אין דער היילונג) פון דעם מצורע, אז ער זאל אריין אין א סדר פון חיים חדשים און ניט האבן קיין שייכות מיט "שיחת הרשעים שהוא הליצנות ולשון הרע".
און וויבאלד אז ענינה של תורה איז - הוראה, איז מובן, אז פון פרשת נגעים איז דא א הוראה39 אויף אלע עונשי התורה, אז ענינם איז א פעולה מיוחדת פון דעם אויבערשטן צו מתקן זיין דעם אידן, ער זאל גיין בדרך הישר.
פארוואס ווערט דאס אנגעוויזן און געזאגט דוקא בא מצורע?
היות אז ער איז חשוב כמת (און בגילוי
איז טומאת מצורע פון די טומאות הכי חמורות40, זיין עונש - בדד ישב מחוץ למחנה מושבו - איז פון די עונשים הכי חמורים41).
און פון דעם לערנט מען אפ אויך בנוגע די אנדערע עונשים, אז זיי זיינען א התחלה ופרט פון דעם תיקון האדם,
אזוי ווי דער ענין הנגעים, מיט די ימי הסגר והחלט, זיינען אן ענין פון "תזריע" (אז דער כמת זאל ווערן א ברי׳ חדשה).
ה. ויש לומר, אז פון דעם קומט ארויס אויך א נפק״מ להלכה:
דעם42 דין בא מצורע, אז "כל ימי אשר הנגע בו יטמא כו׳ בדד ישב מחוץ למחנה מושבו"38, קען מען מגדיר זיין אין צוויי אופנים - אז דאס איז א דין ע״ד ווי בא אנדערע טמאים (זבים וזבות וטמאי מתים) וועלכע טארן ניט זיין בתוך מחנה שכינה אדער מחנה לוי׳, עד״ז דארף א מצורע, מצד חומר יותר בטומאתו, זיך געפינען מחוץ לג׳ מחנות, אויך מחוץ למחנה ישראל (ובמילא איז "בדד ישב גו׳")43; אדער אז די אזהרה "בדד ישב מחוץ למחנה" איז א דין מיוחד בא מצורע דוקא, ניט (נאר) פארבונדן מיט זיין טומאה, נאר (אויך) מיט ענינו המיוחד ומשונה פון שאר הטמאים.
לכאורה איז בײ מצורע דא צװײ בא־ זונדערע סוגי דין: א) דער דין כללי פון טמאים וועלכע שטייט אין פ׳ נשא44: "וישלחו מן המחנה כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש". און דער טעם איז "ולא יטמאו את מחניהם"45 (צוליב די מחנות), וואס דאס איז פארבונדן מיט דער טומאה פון מצורע; און ב) דער ציווי "בדד ישב מחוץ למחנה מושבו" א דין מיוחד בא מצורע, וואס איז נוגע עם, לטהרתו (ניט (נאר) אלס הרחקה מהמחנות מצד טומאתו).
ויש לומר, אז צווישן די צוויי דינים זיינען דא כמה נפק״מ, ומהם:
א) ביי דעם דין הכללי "וישלחו מן המחנה" איז נוגע די שלילה, ער זאל ניט זיין אין דער מחנה ("ולא יטמאו את מחניהם״ (ובמילא - כשבטלו מחנות איז ער אויך דעמאלט ניט במחנה)); משא״כ אין דעם דין "בדד ישב מחוץ למחנה מושבו״ איז נוגע דער חיוב - אז ער זאל זיין בדד מחוץ למחנה - ובמילא אויב עס האט זיך (מאיזו סיבה שתהי׳) ניט אויס־ געפירט ביי אים דער ענין פון "בדד ישב מחוץ למחנה מושבו״(- ווען ס׳איז ניטא קיין מציאות פון מחנות כנ״ל וכיו״ב), דארף אויסקומען, אז ער קען דעמולט ניט קומען לטהרתו. וכמבואר במ״א46.
ב) מצד דעם דין, אז ער דארף זיין מחוץ לג׳ מחנות, דארף אויסקומען, אז די אזהרה "בדד ישב לבדו ישב שלא יהו טמאין אחרים יושבין עמו״47 איז בלויז שולל אן אנדער סוג טמאים (טמאי
מת, זבים וזבות) אבער ניט מצורעים48; דאקעגן מצד דעם חיוב פון "בדד ישב", דארף זיין "בדד" אויך פון אנדערע מצורעים49: דוקא דעמאלט ווערן ביי אים נתקיים "ויהי׳ מובדל ומפורסם לבדו"50, און נאר אזוי ווערט באווארנט ״שלא יתעסק בשיחת הרשעים״ (משא״כ כשנמצא עם מצורעים ובפרט - רק עמהם - ה״ז פועל להיפך!).
ו. כשם ווי דאס איז אין פשוטם של הענינים וע״ד ההלכה - אז נגעים איז אן אות און א ווארנונג אפצוהיטן א אידן פון לשון הרע, און אז אויב ער איז נאך ווייטער אריינגעצויגן געווארן אין דעם ביז אז "משתנה עורו ויצטרע", ווערן געטאן פעולות "בדד ישב גו׳" אים צו היילן און אפשיידן פון שיחת הרשעים כו׳ -
עד״ז (און נאך מער) איז עס מודגש בפנימיות הענינים:
ס׳איז מבואר אין לקו״ת51, אז דאס וואס ביי נגעים שטייט52 "אדם כי יהי׳ בעור בשרו גו׳״ - דער תואר אדם וואס
איז דער שם המעלה פון אידן - איז ווייל דער ענין הנגעים איז שייך דוקא ביי איינעם וואס איז במדריגה אדם, וועלכע איז א מדריגה גדולה, "שלימו דכולא".
און דער טעם דערפון איז, ווייל דער ענין הנגעים "בעור בשרו" ווייזט אז דער רע וואס איז גורם דעם נגע איז ניט בתוך אין (דער פנימיות פון) דעם מענטשן, נאר ס׳איז "פסולת" ורע וועלכע איז פאר־ בליבן בלויז אין זיין חיצוניות - "בסוף לבושיו", און דערפאר ווערט דערפון אזוי אויך אין דעם מסובב (בדומה צו זיין סיבה) א נגע וואס איז (נאר) "בעור בשרו", בחיצוניות הגוף.
דערמיט איז דער אלטער רבי אויך מבאר פארוואס "מצות נגעים אינו נהוג בזמננו זה אחר החורבן מפני שאינן מצויין כלל53 כו׳ אך מעשה נסים הם״54 -
היות אז "אינו בנמצא בזמננו" אזא מענש וואס האט אינגאנצן ניט קיין רע בפנימיות, "שאף הצדיק והטוב עדיין הרע קצת בפנימיות", דערפאר איז דער רע בזמננו ניט גורם קיין נגעים.
לפ״ז איז נאך מער מוסבר דער טעם הנ״ל, אז דער ענין הנגעים המבואר בפ׳ תזריע איז תוכנו אן ענין פון ״תזריע״ -צוליב א הולדה חדשה ונעלה:
דעם מעשה נסים מאכט דער אויבער־ שטער בכדי אז אויך די חיצוניות ופסולת הרע זאל נתברר ווערן בא אידן.
ז. עפ״ז איז אויך מבואר דער שם פון
דער צווייטער סדרה, "מצורע", כאטש דארט רעדט זיך ניט ווי דער מצורע איז במצב של טומאה, נאר ווי ער איז "ביום טהרתו":
דערמיט ווערט ארויסגעבראכט, אז טהרת (ורפואת) המצורע (המבוארת בפ׳ מצורע) איז ניט קיין באזונדער אויפטו, וואס ווערט נתחדש (בלויז) מצד די פעולות וקרבנות וועלכע זיינען מבואר אין דער פרשה, נאר דאס אלץ קומט בהמשך און אלס מסובב פון די ענינים המבוארים בפ׳ תזריע.
בסגנון אחר: די פעולות שבפ׳ מצורע וואס טוען אויף די טהרה (בפועל), זיינען (בלויז) ממשיך ומגלה דאס וואס האט זיך שוין אויפגעטאן אין דעם אדם דורך דער צרעת גופא, וכנ״ל אז די רפואת האדם ברוחניות (וואס דאס איז די סיבת הצרעת) איז דורך דער צרעת והסגר ("בדד ישב גו׳").
און דעריבער ווערט די פרשה ניט אנגערופן "ביום טהרתו" (וכיו״ב55) וואס וואלט אנגעדייטעט אז דוקא דא טוט זיך אויף טהרתו, נאר דוקא "מצורע" וואס ברענגט ארויס אז דאס איז די תוצאה פון דעם ענין ה״מצורע" גופא.
ח. כשם ווי דאס איז בנוגע א מצורע פרטי, עד״ז איז מובן בנוגע כללות עם ישראל, וואס געפינענדיק זיך אין גלות זיינען אידן אין א מעמד ומצב פון "בדד ישב מחוץ למחנה מושבו"56:
די*56 עבודה פון אידן בזמן הגלות איז אן ענין פון ״תזריע״ - א זריעה57 והכרח
לצמיחה והתחלת הצמיחה בזמן פון דער גאולה. ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא58, אז די גילויים דלעתיד זיינען "תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות, כי הגורם שכר המצוה היא המצוה עצמה". ד.ה. אז דאם וואם עם טוט זיך אויף לימות המשיח ותחיית המתים איז ניט קיין באזונדער זאך פון ענין הגלות, נאר דאם איז די ״צמיחה״, וואם ״וואקםט אוים" פון עבודת ה״זריעה" בזמן הגלות.
און דאם איז די הוראה פון די שמות הםדרות ״תזריע־מצורע״ בעבודת כל אחד:
א איד דארף לערנען תורה ומקיים זיין מצות מיט קבלת עול, ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געהייםן.
קען ער טראכטן אז ם׳איז קיין נפק״מ ניט כלל וואם די עבודה טוט אויך59,
- איז אויף דעם די הוראה, אז (ביחד עם הנ״ל) איז אין "מעשינו ועבודתינו" פון זמן הגלות דארף דערהערט ווערן אז דאם איז אן ענין פון "תזריע" וואם ברענגט די "צמיחה", דעם גילוי פון משיח צדקנו; ובמילא, אז די גילויים דלעתיד זיינען ניט קיין באזונדער ענין, נאר א המשך ותוצאה פון דער עבודה פון גלות (ע״ד ״תזריע־מצורע״, כנ״ל) -די צמיחה וואם קומט פון דער עבודה אין גלות.
ט. אין דעם פארבונד פון דער עבודה בזמן הגלות (תזריע) מיט ביאת המשיח (מצורע) זיינען אבער דא כמה אופנים: אע״פ אז יעדער איד איז מאמין אין ביאת המשיח און איז "מחכה לביאתו", וואם
דאם איז א יםוד פון די יםודות האמונה אין וועלכן אלע אידן זיינען גלייך -קען אבער זיין א חילוק אויף וויפל דאם איז פארבונדן מיטן לימוד התורה וקיום המצות, מיט מעשינו ועבודתינו פון א אידן:
ער קען לערנען תורה און מקיים זיין מצות וויםנדיק אז דאם איז "תזריע", אז דאם ברענגט משיח׳ן, אבער צו "אים" (צו זיין עבודה) האט דאם ניט, ווייל -א) ניט צוליב דעם לערנט ער תורה און איז מקיים מצות. ב) אים ארט ניט אז די גאולה וועט זיין אין א שפעטערדיקן זמן, אין א זמן שפעטער (קריאת מצורע בשבוע בפ״ע) - ביז אן אנדער דור ח״ו. "ער" באנוגנט זיך און איז צופרידן מיט דעם וואם ער לערנט תורה, איז מקיים מצות און מאכט די זריעה אויף דער גאולה.
אויף דעם איז די הוראה, אז ברוב השנים זיינען די ביידע םדרות מחוברות, און א כלל גדול התורה איז - שעל הרוב תדבר60 און א דין עיקרי בהלכה למעשה בפועל איז - אזלינן בתר רובא61 -
ד. ה. עם דארף זיין דער חיבור פון תזריע און מצורע, און אזוי בשלימות, אז - כמנהג ישראל אומעטום - אז מ׳פרעגט ביום ראשון פון דער וואך (אדער בשאר הימים) פון וועלכער וואך, איז דער ענ־ טפער בפשטות: פון פרשת תזריע מצורע,
זיין עבודה אין גלות דארף זיין דורכ־ גענומען מיט דער שטענדיקער צפי׳62 און שטרעבונג צו דער גאולה, אחכה לו
בכל יום שיבוא63. און וויבאלד אז אני נבראתי לשמש את קוני64, דאם איז די עבודה פון דעם אידן כל היום, דערהערט ער אין זיין קיום התומ״צ, אז דאם ברענגט און איז ממהר די גאולה*64.
יוד. אבער דאם גופא קען זיין אויף צוויי אופנים:
א) ער דערהערט ווי זיין עבודה, ״תזריע״, איז א זריעה וואם וועט ברענ־ גען די צמיחה, די גאולה, אבער דאם איז אין אן אופן פון "זאת תהי׳" בהויתו תהא65 - אלם נאך א זאך, וואם וועט זיין בנפרד; ער האלט טאקע בא "אחכה לו בכל יום שיבוא" און די עבודה איז צוליב דעם ״שיבוא״ - בא אים הערט זיך דאם אבער ווי ואך אן ענין, אז דורך מעשינו ועבודתינו ברענגט מען אראפ און מ׳איז ממהר (א באזונדער ענין) ביאת משיח צדקנו, ובפרט ״זכו - אחישנה"66.
ב) א העכערער אופן איז, אז בא אים איז ״תזריע ומצורע״ מחוברות -דער אחכה און קווינו כל היום צו דער גאולה וואם ווערט נרגש בכל יום אין זיין עבודת "תזריע", איז ניט נאר אז יעדע זיין עבודה וועט גלייך גורם זיין "שיבוא", נאר אז די גאולה העתידה איז איין זאך מיט תוכן עבודתו ("תזריע־ מצורע״ ווערן איין פרשה) - ווייל ביאת המשיח איז די צמיחה ובמילא די שלימות פון זיין זריעה:
ויש לקשר זה דערמיט וואם דער ענין פון משיח׳ן איז וואם דעמולט וועט זיין די שלימות אין תורה און די שלימות אין
מצות, תשבי יתרץ קושיות ואבעיות67 משיח יגלה טעמי תורה68 כו׳ ילמד תורה69, וכו׳
כולל - בלשון הרמב״ם70: המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל וחוזרין כל המשפטים בימיו כשהיו מקודם, מקריבין קרבנות ועושין שמטין ויובלות ככל מצותה האמורה בתורה".
ווי מבואר במ״א71 אז דערמיט גיט דער רמב״ם ארוים א הלכה, אז דער גדר פון משיח׳ן איז, וואם ער ברענגט צוריק די שלימות הלכות ומצות התורה. און דאם זאגט דער רמב״ם: די אלע ענינים וואם האבן געפעלט אין דער שלימות פון קיום התומ״צ (מצד דעם וואם עם האט געפעלט אין שלימות כל ישראל וביהמ״ק - וואם דאם איז כללות ענין הגלות) - ווערט נשלם דורך משיח׳ן. און אויך אין דעם באשטייט וואם משיח איז מחזיר "מלכות בית דוד ליושנה כו׳ וחוזרין כל המשפ־
טים״ - ער ברענגט צוריק די שלימות הלכות ומצות התורה.
און וויבאלד אז די חפצא (תורה ומצות) איז דאן בשלימות, וועט דעמאלט אויך דער קיום מצד הגברא זיין בשלימות ווארום "ינוחו ממלכיות שאינן מניחות להם לעסוק בתורה ומצות כהוגן"72 און "יהיו פנויין בתורה וחכמתה"73. נאכמער: "ובאותו הזמן לא יהי׳ שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות כו׳ ולא יהי׳ עסק כל העולם אלא לדעת את ה׳ בלבד כו׳"74.
און אין דעם באשטייט די אמונה אין ביאת המשיח און דער "מחכה לביאתו" וואס דער רמב״ם זאגט בהמשך להנ״ל75: דער לימוד התורה און דער קיום המצות איז דורכגענומען מיט דער אמונה אז דאס ברענגט אים און די גאנצע וועלט צו דער שלימות לימוד וידיעת התורה, פון מצות וקיומן און צו דער שלימות פון ידיעת הבורא - אין דעם באשטייט דער "מחכה לביאתו" כנ״ל.
יא. עפ״ז יש לומר אז דאס איז איינער פון די טעמים וואס בדורות הראשונים האט די סדרה געהייסן "זאת תהי׳" און דוקא בדורות האחרונים ווערט זי גע־ רופן "מצורע" (כנ״ל סוף ס״א)76:
בדורות הראשונים, וועלכע זיינען גע־ ווען ווייטער פון זמן הגאולה, האט זיך
די גאולה אנגעהערט אין אן אופן פון ״זאת תהי׳״ - אן ענין וואס וועט זיין בעתיד, בנפרד; ובמילא, איז די עבודה ניט געווען דורכגעדרונגען עד כ״כ מיט דעם הרגש, אז דער קיום התומ״צ גופא קומט גלייך לשלימותו אויך בעולם,
אבער אין די דורות האחרונים, וועל־ כע ווערן אנגערופן "עקבתא דמשיחא", הערט זיך ביי אידן א סך מער דער ענין פון משיח׳ן, און דערפאר ווערט די סדרה אנגערופן בדורות אלו מיטן נאמען ״מצורע״ - אידן הערן און פילן, ופשיטא אז מזלייהו חזי - אין זייער עבודה אז אט־אט קומט משיח, ובמילא - המעשה הוא העיקר - מוז מען נאך מער מוסיף זיין אין תומ״צ, די וועלט זאל קומען לשלימותה וואס שנעלער און מקיים זיין מצות "כמצות רצונך"77 בביאת משיח צדקנו אין דעם ביהמ״ק השלישי.
יב. ע״פ הנ״ל (סעיף ו), יש להמתיק עוד יותר, וואס דוקא בדורות האחרונים ווערט די סדרה אנגערופן "מצורע":
כשם ווי דאס איז ביי אן אדם פרטי, אז דוקא דער ענין פון נגעים ("מצורע") ווייזט אויף אן אדם השלם "שמוכשרין מעשיו ותיקן כל הדברים והבחי׳ שלמעלה"78, ס׳איז נאר אז די בחי׳ "התחתונה שבו לא נתברר הרע והפסולת ממנו"78, און דערפאר ווערן נולד סימנים גשמיים נאר בעורו, לרמז, אז נאר "בסוף לבושיו" איז געבליבן פסולת וואס איז נאך ניט נתברר געווארן -
עד״ז איז בנוגע לכללות עם ישראל: וויבאלד אז בדורות האחרונים פון
עקבתא דמשיחא האלט מען גאר נאענט צו ביאת המשיח, דערפאר פילט מען איצט דעם תוכן נעלה פון בחי׳ "מצורע", כנ״ל, אז די פנימיות פון כלל ישראל איז שוין נתברר געווארן (דורך דער עבודה פון אידן במשך כל הדורות), און עם איז געבליבן אויף צו מברר זיין נאר די פםולת און חיצוניות פון "סוף לבושיו".
יג. ע״פ הנ״ל איז אויך מובן וואם מ׳געפינט אין םנהדרין79, אז אליהו האט געזאגט צו רבי יהושע בן לוי אז משיח ״יתיב ביני עניי םובלי חלאים", און רש״י איז מפרש: "מנוגעים והוא נמי מנוגע"; אויך - די שקו״ט אין גמרא80 וועגן שמו של משיח און לדעת רבנן "חיוורא דבי רבי שמו (מצורע של בית רבי - רש״י) שנאמר81 אכן.. חשבנוהו מנוגע גו׳".
איז לכאורה תמוה: ווי קומט עם, אז משיח זאל אנגערופן ווערן "מנוגע" און "מצורע"?
בשלמא דאם וואם משיח ליידט יםורים בכלל (״ביני .. םובלי חלאים") קען מען פארשטיין, ווי רש״י הנ״ל אין גמרא ברענגט דעם פםוק82 "והוא מחולל מפשעינו וכתיב81 חליינו הוא נשא", ועד״ז ברענגען די רבנן אין גמרא די ראי׳ אויפן נאמען פון דעם פםוק הנ״ל -וואם איז אבער דער דיוק און דער תוכן פון דעם ענין הנגעים של משיח?
וע״פ הנ״ל י״ל הביאור אין דעם*82: נגעים ברענגען ארוים דעם מצב פון אידן אין זמן פון עקבתא דמשיחא, אז ם׳איז דא די "התבררות הרע" אין פני
מיות הגוף והנפש (פון כלל ישראל) און ם׳איז געבליבן רע נאר בחיצוניות, אזוי אז מ׳האלט שוין בא דעם מצב פון "זכו".
- ועפ״ז איז מובן אויך דער ענטפער פון משיח צו ריב״ל66 (אויף זיין שאלה "לאימת אתי מר") "א״ל היום", און די הםברה פון אליהו ״הכי אמר לך היום83 אם בקולו תשמעו":
כלל בתורה - אין מקרא יוצא מידי פשוטו84, מען מיינט ניט שולל זיין דעם פירוש הפשוט פון "היום" וואם משיח האט געזאגט, אז היום איז א מצב פון "זכו" און מ׳איז ראוי ער זאל קומען "היום", נאר מען איז מםביר, אז דאם וואם "לא אתא" איז ווייל עם האט גע-פעלט די שלימות פון "בקולו תשמעו", דער גמר הבירור פון חיצוניות הרע -
ובפרט בדורותינו אלו, אז אידן הערן און פילן אז משיח איז ״הנה85 זה עומד אחר כתלינו"86; און נאכמער: דער כותל האט שוין "חלונות" און "חרכים", און נאכמער: משיח איז "משגיח85 מן החלונות מציץ מן החרכים״ - ער איז "משגיח" און קוקט אוים, ווען מיר וועלן שוין פארענדיקן די "פכים קטנים", "צו-פוצן די קנעפלעך״87 און פארענדיקן דעם בירור ״שבםוף לבושיו״ -
וואם דעמאלט קומט משיח תיכף ומיד, "ארו88 עם ענני שמיא כבר אינש
אתה", ער קומט באופן פון אחישנה, ווארום ס׳איז א מצב פון "כולו זכאי דכתיב89 ועמך כולם צדיקים לעולם יירשו ארץ"66,
פון דעם ״וזרעתי לי בארץ״90 -
״הבאים91 ישרש יעקב״ - ווערט דער ״יציץ91 ופרח ישראל ומלאו פני תבל תנובה", בקרוב ממש.
(משיחות ש״פ תזריע, תשמ״א, ש״פ תזו״מ תשמ״ב)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.