אמור ג
הערבה - שאין בה מעלה - מרמזת על אלו מבנ"י שאין להם מעלה גלויה, ומתאחדים איתם רק מצד מעלתם העצמית. ולכן הענין ד"ערבי נחל" (מעלה גלויה) אינו לעיכובא.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אין דער היינטיקער סדרה ווערן אויסגערעכנט די ד׳ מינים1 וואָס מען דאַרף נעמען ביום הראשון פון חג הסוכות — „פרי עץ הדר כפות תמרים וענף עץ עבות וערבי נחל"2. געפינט מען אין דעם אַ דבר פלא:
ביי די ערשטע דריי מינים זעט מען אַז דער סימן וואָס תורה גיט אויף זיי, איז אַ תנאי לעיכובא אין דעם מין וואָס מ׳נעמט בפועל:
„פרי עץ הדר" — דער אתרוג וואָס מ׳נעמט מוז זיין אַ „פרי עץ"*2 און עס מוז זיין אַ „הדר"3 (ואתרוג היבש פסול4(:
„כפות תמרים" — דער לולב מוז זיין „כפות"5: „עלים הראויין לאגדן ולכפותן עם השדרה"6 (און אויב ניט איז עס פסול),
[און אויך בנוגע דעם פרט פון „תמרים" — איז מסביר דער ראָגאַטשאָווער7, אַז ס׳איז ניט גענוג אַ לולב פון
אַ בוים וואָס האָט דעם שם (פון דעם מין) תמרים, נאָר עס מוז קומען פון אַ „דקל שעושה תמרים".
דערמיט איז ער מבאר וואָס חז"ל8 זאָגן אַז „ד׳ מינין שבלולב ב׳ מהן עושין פירות" — דלכאורה: אויך אַן עץ הדס גיט אַרויס פירות (ענבים9(?
נאָר ווייל ביי לולב איז דער דין, אַז דער לולב מוז זיין פון אַ „דקל שעושה תמרים", און אויב „נטע דקל לעצים פסול ללולב", משא"כ ביי הדס וואָס מוז ניט קומען פון אַן עץ וואָס איז עושה פירות10[;
„ענף עץ עבות" — דער הדס מוז זיין „עבות": „תלתא בחד קינא"11 (און אויב ניט איז עס פסול).
משא"כ ביים פערטן מין, כאָטש אַז אויך ביי אים איז דער פסוק מציין „ערבי נחל", איז אָבער דער דין12, אַז „של בעל כשרה": אויב נאָר עס איז פון דעם מין ערבה וואָס וואַקסט געוויינטלעך ביי אַ נחל, איז כשר מלכתחילה13, אפילו אויב
די ערבה וואָס ער נעמט בפועל איז ניט געוואָקסן ביי אַ נחל.
דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס זיינען ערבי נחל אַנדערש פון די אַנדערע דריי מינים, וואָס דער סימן וואָס תורה גיט אויף די ערבות איז נאָר אויף כללות המין און ניט אויף דער ערבה מיט וועלכע מ׳איז מקיים די מצוה בפועל14?
ב. אין גמרא15 איז פאַראַן אַ מ"ד אַז דער דין (אַז אויך אַן ערבה וואָס איז געוואָקסן במדבר או בהרים איז כשר) לערנט מען אָפּ פון דעם וואָס עס שטייט „ערבי נחל" — ערבי לשון רבים16 — וואָס איז מרבה אויך אַן ערבה וואָס וואַקסט ניט ביי אַ נחל.
אָבער נוסף אויף דעם וואָס הא גופא איז דורש ביאור: מאי טעמא וואָס ביי די דריי מינים איז תורה מקפיד אַז דער פרט הנלקח בפועל זאָל האָבן די סימנים, און ביי ערבי נחל איז גענוג אויב עס איז פון דעם מין בכלל — איז ניט מובן:
פון לשון הרמב"ם17 (לויטן פירוש פון רוב מפרשים18) והשו"ע19 איז משמע, אַז מען דאַרף ניט האָבן אַ ריבוי מיוחד צו מרבה זיין אַן ערבה וואָס איז געוואָקסן במדבר או בהרים, נאָר מען ווייס עס פון
משמעות הכתוב: די תורה רופט זיי מיטן נאָמען „ערבי נחל" ווייל „רוב מין זה גדל על הנחלים", און אויך אַן ערבה וואָס מ׳נעמט פון דעם מיעוט וואָס וואַקסן במדבר או בהרים איז כשר.
[און מפרשים20 זיינען מוסיף, אַז מען קען גאָרניט זאָגן אַז לויטן רמב"ם ווערט דער דין אָפּגעלערנט פון דעם ריבוי „ערבי" — ווייל דעם ריבוי דאַרף מען אויף צו אָפּלערנען אַז מען דאַרף נעמען צוויי ערבות21[,
קומט אויס לשיטת הרמב"ם, אַז ביים זאָגן דעם לשון „ערבי נחל" רעדט די תורה (מלכתחילה) נאָר וועגן דעם שם המין בכלל, און ניט וועגן די ערבות מיט וועלכע מ׳איז מקיים די מצוה בפועל.
איז ניט פאַרשטאַנדיק: מנלן (ומאי טעמא) לחלק בסימני התורה אויף די ד׳ מינים, צווישן די ערשטע דריי און די ערבות?
ג. מ׳האָט שוין גערעדט כמה פעמים22, אַז עס זיינען פאַראַן כמה ענינים אין תורה, וואָס אין דרך הפשט וע"ד הנגלה זיינען זיי „ניט גלאַטיק", און זיי ווערן פאַרשטענדליך לגמרי — נאָר ודוקא לויט דרך הדרש הרמז והסוד, ובפרט ע"פ הביאור אין פנימיות התורה.
ובל׳ רש"י23 ובהדגשה „אין המקרא הזה אומר אלא דרשני".
ועד"ז בעניננו: דער חילוק הנ"ל צווישן די ד׳ מינים, איז פאַרשטאַנדיק בפשטות לויטן ביאור אין די ד׳ מינים ע"ד הדרש:
עס שטייט אין מדרש24, אַז די ד׳ מינים זיינען אַ רמז אויף די פיר סוגים פון אידן: אַן אתרוג וואָס „יש בו טעם ויש בו ריח" איז מרמז אויף אידן וואָס „יש בהם תורה ויש בהם מעשים טובים"; כפות תמרים (לולב) וואָס (א תמר) „יש בו טעם ואין בו ריח", זיינען אַ רמז אויף די אידן וואָס „יש בהם תורה ואין בהם מעשים טובים"; „הדס יש בו ריח ואין בו טעם" איז מרמז אויף אידן וואָס „יש בהם מעשים טובים ואין בהם תורה"; און ערבה וואָס „אין בה טעם ואין בה ריח" איז אַ רמז אויף „בני אדם שאין בהם לא תורה ולא מעשים טובים".
און די מצוה פון נטילת ד׳ מינים איז ענינה — „יוקשרו כולם אגודה אחת": אַלע פיר סוגים פון אידן ווערן פאַרבונדן באגודה אחת.
קומט אויס, אַז עס איז דאָ אַ חילוק עיקרי צווישן די ערשטע דריי מינים מיט דער ערבה: די ערשטע דריי מינים — סוגים אין אידן — זיינען גלייך זה לזה (ובמילא איז אויך זייער התאחדות) מצד דעם וואָס זיי אַלע פאַרמאָגן מעלות גלויות, מען זעט זיי בפועל; כפתגם הידוע25: „אַ גנב איז ניט דער וואָס קען גנב׳נען נאָר דער וואָס גנב׳עט, און אַ למדן איז ניט דער וואָס קען לערנען, נאָר דער וואָס לערנט (בפועל)"; ועאכו"כ אַז די מעלה פון מעשים טובים איז (כתוכנן הפשוט) שייך דוקא ווען מ׳טוט (און מ׳האָט) מעשים טובים בפועל.
משא"כ די ערבה — אידן וואָס „אין בהם לא תורה ולא מעשים טובים" — איז די התאחדות מיט זיי דערפאַר וואָס זיי זיינען אידן, וואָס דאָס איז אַ מעלה פנימית ועצמית וואָס איז פאַראַן ביי יעדן איינעם וואָס איז מזרע אברהם יצחק ויעקב — אויך ווען בפועל איז „אין בהם לא תורה ולא מעשים טובים", און אפילו אַ תינוק שנשבה לבין העכו"ם און ווייס גאָרניט אַז ער איז אַ איד.
און דערפון ווערט נשתלשל בהלכה בפועל, אַז די סימני התורה פון די ערשטע דריי מינים דאַרפן זיין בגלוי ביי די מיט וועלכע מ׳איז מקיים די מצוה בפועל; משא"כ ביי ערבה, איז אפילו אויב די פרטיות׳דיקע ערבה איז ניט געוואָקסן ביים נחל (ער איז אַ תינוק שנשבה לבין העכו"ם), אויב נאָר ער איז פון דעם מין „ערבי נחל" — ער שטאַמט פון אברהם יצחק ויעקב — איז עס אַן ערבה כשרה לקיים המצוה, און דורך דעם „יוקשרו" מיט איר פון די אַנדערע ג׳ מינים — ווערן זיי אַ טייל פון (און מען איז מקיים) מצות ד׳ מינים.
ולהעיר אַז דוקא זייער נאָמען, וועלכער „ונקראים בהם בלשון הקודש"26 „ערבה" — איז די זעלבע אותיות פון „וערבה לה׳ מנחת יודא גו׳"27.
ד. דערפון האָט מען אויך די הוראה ברורה:
צום אַלעם ערשטן דאַרף מען וויסן, אַז מען מוז זיך פאַרבינדן מיט יעדן אידן, אפילו מיט אנשים פשוטים, ווייל כדי צו מקיים זיין מצות נטילת ד׳ מינים מוז מען האָבן אַלע פיר מינים. כשם ווי
מען קען ניט יוצא זיין די מצוה אָן אַן אתרוג, אָדער אַ לולב אָדער אַ הדס, אַזוי קען מען ניט מקיים זיין די מצוה אָן ערבות, אנשים פשוטים.
ואדרבה: וויבאַלד אַז די פשיטות פון אנשים פשוטים (דוקא) איז פאַרבונדן מיט פשיטות העצמות28, קומט אויס, אַז דוקא דורך דעם וואָס מען פאַרבינדט זיך מיט אנשים פשוטים, פאַרבינדט מען זיך מיט פשיטות העצמות.
דערצו קומט די הוראה, אַז עס איז אַ חילוק עיקרי אין דעם אופן ווי מען פאַרבינדט זיך מיט די ערשטע דריי סוגים פון אידן, אָדער — מיט אַן איש פשוט:
די וואָס זיינען שייך צו מעלות גלויות — תורה ומעשים טובים — דאַרפן זיי האָבן תורה ומעשים טובים בפועל ממש; ס׳איז ניט גענוג וואָס מען שטאַמט פון א ַמשפחה פון לומדים, אָדער וואָס מ'האָט זיך פאַרשריבן אין אַ ישיבה, אָדער אפילו וואָס ער האָט מיט אַ וויילע פריער געלערנט תורה; ער מוז האָבן איצט דעם „טעם", דעם לימוד התורה בפועל (ועד"ז במעשים טובים).
אָבער באַ מקרב זיין אַן איש פשוט, דאַרף מען ניט שטעלן „תנאים" — פריער לערן תורה זיי מקיים מעשים טובים, אפילו ניט דעם תנאי אַז פריער זאָל ער „פילן" זיר ווי אַ איד29;
וויבאַלד ער איז מזרע ישראל דאַרף
מען צום אַלעם ערשטן זיך פאַרבינדן מיט אים — מצד אהבת ישראל, דערפאַר וואָס ער איז אַ איד, ואדרבא אויב ער פילט דאָס ניט איז דער רחמנות אויף עם גאָר גאָר אַ גרויסער, און רחמים רבים בריינגט אהבה רבה30,
און דאָס „אוהב את הבריות" וועט ברענגען, „ומקרבן לתורה"31: סוף סוף וועט ער מקרב זיין און אויפהויבן די בריות צו תורה, ביז זיי וועלן זיין אין דער דרגא פון יש בו טעם ויש בו ריח.
ה. דער ביאור איז לויט דער דיעה (הנ"ל סעיף א) אַז „כפות תמרים" איז אַ תנאי לעיכובא אין לולב, אַז עס מוז קומען פון אַ „דקל שעושה תמרים".
עס זיינען אָבער פאַראַן דיעות32, אַז אויך „כפות תמרים" איז בלויז דער שם המין בכלל (פּונקט ווי „ערבי נחל") און אויך אַ דקל שאינו עושה תמרים איז כשר ללולב —
וי"ל ביאור החילוק (צווישן די סימני התורה אויף אתרוג והדס און לולב וערבות) לויט די דיעות:
נטילת ד׳ מינים איז דאָך פון די מצות מעשיות, און אין זיי גופא אַ כי נעלית ביותר, וואָרום זי דאַרף אויפטאָן אחדות בשלימות פון אַלע סוגי אידן, ווי די אחדות פון די פיר אותיות פון שם המיוחד, שם הוי׳33
און דאָ זאָגט מען אַז ס׳איז מעכב, ווי אַזוי קען ווערן די מציאות פון דער מצוה מעשית
ווען עס טוען אין דעם אַזוינע וואָס „אין בהם מעשים טובים"34,
ניט נאָר אַז אין זיי ווערט אויפגעטאָן (אחדות ואיחוד וכו׳) דורך דעם קיום המצוה, ובל׳ המדרש דאָ גופא בנדו"ד: מכפרין אלו על אלו.
ויתרה מזה: זייער צירוף אין אויפטאָן מציאות המצוה מעשית, דאַרף גאָר שטערן, ע"ד ווי מ׳זאָגט35 באַ פרה אדומה אַז עס דאַרף זיין ניט ע"י אהרן, ווייל „אין קטגור נעשה סניגור" —
מוז מען זאָגן אַז ביידע (לולב וערבה)36 טוען אויף מציאות המצוה דורך זייער עצם37, וואָס זיי זיינען בני אברהם כו׳, וועלכער איז שטאַרקער (ווען ער ווערט נתגלה38 — דורך דעם צירוף ולקיחה צוזאַמען מיט אתרוג והדסים) ווי מעשים.
וי"ל דוגמתו, עכ"פ מעין זה, בנוגע ללולב וואָס אעפ"כ דאַרף ער האָבן תורה: תרומה ווערט געגעבן נאָר לכהן,
ווייל ער איז בנו של אהרן, ואעפ"כ זאָגט מען אַז ער דאַרף האָבן מעלת התורה והנותן39 תרומה לכהן ע"ה כאילו נותנה כו׳.
ו. לויט דעם ביאור קומט אַרויס נאָך אַן ענין — אַז עס איז דאָ אַ גרעסערער חידוש אין דעם צירוף הלולב לגבי דעם צירוף פון די ערבות:
„מי שיש בו תורה", וועלכער האָט ניט קיין מעשים טובים איז דאָס (דער ניט האָבן מע"ט) פיל ערגער ווי באַ אַן עם הארץ. אַן עם הארץ ווייס ניט בעסער, משא"כ דער תלמיד חכם האָט דעם „תלמוד" און אעפ"כ איז עס ניט „מביא לידי מעשה".
וע"ד מאמר חז"ל40, אַז תלמידי חכמים — „שגגות נעשות להם כזדונות".
וואָס פון דעם האָט מען נאָך אַ הוראה, אַז דער חיוב פון פאַרבינדן זיך מיט יעדן איד — „יוקשרו כולם אגודה אחת" — איז ניט נאָר מיט די וואָס בנוגע זיי איז עס פקוח נפש (ברוחניות) ממש, עמי הארץ ותינוק שנשבה בין העכו"ם וכו׳ אַזעלכע וואָס האָבן קיינמאָל ניט „פאַרזוכט" דעם „טעם" פון אידישקייט,
נאָר אפילו איינער וואָס ווייס יאָ און פונדעסטוועגן איז ער ניט מקיים — דאַרף מען זיך אָפּגעבן און זיך פאַרבינדן מיט אים („יוקשרו כולם אגודה אחת"). און נאָך מער: מען מוז אים האָבן לעשות מציאות המצוה ולקיימה.
און דורך דעם וואָס אַלע סוגים פון אידן ווערן נתאחד צוזאַמען, ווערט אויפגעטאָן — ווי דער מדרש פירט אויס — „הן מכפרין אלו על אלו", כולל
דעם טייטש אין „כפרה" — „לכפר לפני ה׳ להיות נחת רוח לקונו"41;
ביז אַז דאָס פּועל'ט אויף אַן עילוי אויך למעלה כביכול — „אמר הקב"ה . . אני מתעלה"42,
און דאָס ברענגט אַראָפּ די גאולה האמיתית והשלימה — דאין ישראל נגאלין עד שיהיו כולן אגודה אחת43.
(משיחת שמחת בית השואבה, תשי"ב)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
📹 Video Shiurim
🎧 Audio Shiurim
The Sicha
Listen
The Sicha
Shiur
Listen
Shiur
The Sicha
Listen
The Sicha
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
The Sicha
Rabbi Leib Schapiro
Listen
The Sicha
Rabbi Leib Schapiro
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Shiur
Rabbi Yosef Gurevitch
Listen
Shiur
Rabbi Yosef Gurevitch
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
The Sicha
Listen
The Sicha
In Depth
Rabbi Binyomin Bitton In Depth English
Listen
In Depth
Rabbi Binyomin Bitton In Depth English
Dvar Torah
Listen
Dvar Torah
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
Listen
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
Shiur
Mrs Chanie Gourarie
Listen
Shiur
Mrs Chanie Gourarie
Shiur
Rabbi Baruch Kaplan
Listen
Shiur
Rabbi Baruch Kaplan
Full Sicha
Rabbi Avraham Brashevitzky
Listen
Full Sicha
Rabbi Avraham Brashevitzky
The Sicha
Rabbi Moshe Klein
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Klein
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Listen
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
In Depth
Rabbi Mendy Wolf
Listen
In Depth
Rabbi Mendy Wolf
Women Shiur
Mrs Sara Lieberman
Listen
Women Shiur
Mrs Sara Lieberman
The Sicha
Rabbi Shloimy Greenwald
Listen
The Sicha
Rabbi Shloimy Greenwald