צו ב
לרבי יהודה גדר מנחת כהן גדול הוא כקרבן יחיד, שלכן מת כה"ג קרבה משל יורשים, ולרבי שמעון גדר הקרבן הוא כעין קרבן ציבור ולכן קרבה משל ציבור.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אין היינטיקער סדרה1 ווערט דערציילט וועגן דעם דין פון „חביתי כהן גדול" — אַז יעדן טאָג („תמיד") דאַרף דער כהן גדול ברענגען (מביתו — מממונו2) אַ קרבן מנחה, „מחציתה בבוקר ומחציתה בערב".
ווי איז דער דין אויב „מת כהן גדול" און „לא מינו אחר תחתיו"? איז פאַראַן אין דעם אַ פלוגתת התנאים „משל מי היתה קריבה" (די מנחת כה"ג)3: ר׳ שמעון זאָגט, אַז „משל ציבור" — מען בריינגט עס מממון ציבור, און ר׳ יהודה האַלט אַז „משל יורשים" — די יורשים פון כהן גדול ברענגען דעם קרבן מנחה, ביז מ׳איז ממנה אַן אַנדער כהן גדול4.
אין גמרא5 ווערט געבראַכט אַ ברייתא וואָס איז מבאר טעם המחלוקת: ר׳ יהודה דרש׳נט דעם פסוק6 „והכהן המשיח תחתיו מבניו יעשה אותה", „דהכי משמע, הכהן המשיח כשמת, תחתיו אחד מבניו יעשה אותה"7; און
ר"ש לערנט אַרויס פון פסוק6 „חוקת עולם" — „משל עולם" (משל ציבור מתרומת הלשכה8).
פון דעם לשון המשנה „משל מי היתה קריבה", ועד"ז פון דעם לשון פון ביידע תנאים אין זייערע רייד, איז משמע אַז דער חיוב ההקרבה (מדאורייתא9) ווען „לא מינו אחר תחתיו" איז ניט אַ באַזונדער־אַנדער חיוב (פון הקרבת החביתין ע"י הכה"ג עצמו), ד. ה. אַז די תורה האָט מחדש געווען נאָך אַ חיוב הקרבת חביתין (ווען מת כה"ג) — נאָר דאָס איז אַ המשך און אין דעם זעלבן סוג חיוב ההקרבה ווי דער כה"ג אַליין איז עס מקריב.
עפי"ז י"ל, אַז די פלוגתא אין דרשת הכתובים איז פאַרבונדן מיט אַ פלוגתא אין תוכן הקרבן פון „חביתי כהן גדול", (אויך) ווען דער כה"ג אַליין איז זיי מקריב.
ב. בנוגע דעם גדר פון „חביתי כה"ג" (אע"פ אַז זיי קומען מממונו, און דאָס הייסט זיינער אַ קרבן, חביתי כה"ג10), קען מען קלערן, צי זיי זיינען אינגאַנצן אין גדר פון אַ קרבן יחיד, אָדער זיי זיינען כעין קרבן ציבור11.
ויש לומר, אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט טעמי הקרבן:
דער חינוך12 איז מסביר, „משרשי המצוה, לפי שהכה"ג הוא השליח בין ישראל לאביהם שבשמים, כלומר, כי הוא הנושא תפלה אליו בעדם וע"י תפלותיו ומעשה קרבנותיו מתכפרים הם, ולכן ראוי לאיש כזה להיות לו קרבן מיוחד תמיד כמו תמידי הציבור . . ולמען זאת יועיל לו ולהם" — לויט דער הסברה קומט אויס, אַז מנחת החביתין (תמיד) פון כה"ג איז בשביל כפרת הצבור, ע"ד ווי תמידי הצבור. ובפרט אַז מ׳איז מקריב די חביתי כה"ג צוזאַמען מיטן קרבן תמיד13.
אָבער משמע ומובן אַז כו"כ לערנען, אַז דער קרבן איז פאַרבונדן (בלויז) מיטן כה"ג עצמו (אַלס יחיד). ווי ס׳איז פאַר־
שטאַנדיק פון כו"כ פון די טעמים וואָס די מפרשי טעמי המצות זיינען מסביר
[לדוגמא — דער אברבנאל14 ברענגט כמה וכמה, ומהם15: „כדי להכניס לפני השם בענוה ובסימני דלות כעני ואביון הנצב לפני אדון כל הארץ"16; „שרצה השם שבכל יום יהיו קרבים לפניו קרבן יחיד וקרבן צבור כו׳ דרך כלל ודרך פרט כו׳"17].
ועפ"ז יש לומר, אַז די פלוגתא הנ"ל (וועגן כה"ג שמת און „לא מינו אחר תחתיו, משל מי היתה קריבה") איז תלוי אין די צוויי סוגי טעמים הנ"ל:
אויב מ׳נעמט אָן, אַז דער קרבן פון כה"ג איז ע"ד ווי אַ קרבן צבור, דאַרף אויסקומען, אַז ווען ס׳איז ניטאָ קיין כה"ג צו ברענגען דעם קרבן, דאַרף ער געבראַכט ווערן פון דעם צבור עצמו, מממון הצבור18;
אָבער אויב מ׳וועט אָננעמען אַז דער קרבן כה"ג האָט ניט קיין שייכות צום צבור, נאָר ער איז פאַרבונדן מיטן כה"ג אַלס יחיד — דאַרף דעמולט (אין פאַל
ווען מת כה"ג) דער קרבן געבראַכט ווערן פון די יורשים19.
ג. ע"פ הנ"ל — אַז לויט שיטת ר"י דאַרף דער קרבן געבראַכט ווערן „משל יורשים" דערפאַר וואָס דער קרבן איז פאַרבונדן מיטן כה"ג עצמו — וועט ווערן פאַרשטאַנדיק דער לשון הרמב"ם אין דער הלכה הנ"ל:
דער רמב"ם20 פסק׳נט: „מת כה"ג בשחרית אחר שהקריב חצי העשרון ולא מינו כהן אחר, מביאים היורשים עשרון שלם עבור כפרתו".
איז לכאורה ניט מובן: וואָס איז דער תוכן פון דער הוספה, אַז די יורשים ברענגען דעם קרבן „עבור כפרתו"? און פון וואַנען נעמט עס דער רמב"ם?
נאָר דער ביאור אין דעם: דערמיט וויל דער רמב"ם אָנדייטן אויפן טעם, פאַרוואָס איז דער דין אַז „מביאין היורשין" — וענין נוסף בזה, דלכאורה: פון דעם וואָס ר׳ יהודה איז משנה פון לשון הפסוק „מבניו יעשה אותה", און זאָגט „יורשין", איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס מיינט ניט דוקא בנים זכרים
(וועלכע זיינען בגדר צו ברענגען אַ מנחת חביתין: לא מיבעי אויב איינער פון זיינע בנים איז ראוי למלאות מקומו (ובמילא איז ער שוין איצט בכח און) ווערט שפּעטער דער כהן גדול, נאָר אפילו בניו סתם, וועלכע זיינען כהנים (און וועלן בלייבן) סתם, ברענגען דאָך מנחת חביתין ביום שנתחנכו)
נאָר אפילו אויב דער כה"ג האָט ניט קיין בנים זכרים, און זיינע יורשים זיינען בנות21 — דאַרפן זיי ברענגען דעם מנחת חביתין22.
איז צ"ע: פון וואַנען נעמט ר׳ יהודה דעם חידוש, אַז אויך די יורשים (סתם — אויך בנות) דאַרפן ברענגען דעם קרבן, און ניט נאָר (כמפורש בפסוק) „בניו"?
פאַרענטפערט דאָס דער רמב"ם, אַז דער קרבן איז (ניט פון און אַלס די יורשים מצ"ע, נאָר) „עבור כפרתו", דאָס וואָס די יורשים ברענגען דעם קרבן איז צוליב דער כפרה פון דעם מוריש23 (ווייל חביתי כה"ג איז אַן ענין פון כפרה פאַרן כה"ג)*23, איז עס ניט אַ גדר פון זייער קרבן, נאָר אַ קרבן פון דעם
מוריש, זיי ברענגען (אַלס יורשים) דעם „קרבן של אביהם"24.
ד. לויטן ביאור הנ"ל אין חביתי כה"ג — אַז זיי זיינען אין גדר פון (כעין) קרבן צבור און מ׳קען אויך זאָגן אַז דאָס איז אַ קרבן יחיד (של הכה"ג) — וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק דער פירוש רש"י אויפן פסוק25 „והכהן המשיח תחתיו מבניו יעשה אותה . . כליל תקטר".
רש"י איז מעתיק די ווערטער „המשיח תחתיו מבניו" און איז מפרש „המשיח מבניו תחתיו", און דערנאָך איז ער מעתיק די ווערטער „כליל תקטר" און איז מפרש: „אין נקמצת להיות שירי׳ נאכלין אלא כולה כליל".
איז אין ערשטן דיבור ניט פאַרשטאַנדיק (ווי מפרשים זיינען מדייק)26: וואָס וויל רש"י בפירושו וועלכער באַ־
שטייט אין . . היפך סדר התיבות אין פסוק? — וואָס ווערט דערמיט נשתנה אָדער נתוסף אין הבנת הפסוק27?
אויך אין צווייטן דיבור איז שווער: וואָס איז דאָ רש"י מחדש? פשטות פון „כליל תקטר" האָט נאָר איין אָפּטייטש אַז מ׳איז דאָס אינגאַנצן מקטיר (ע"ג המזבח), עס בלייבט גאָרניט לאכילה?!
נאָך מער: רש"י אַליין האָט שוין פריער28 געזאָגט דעם לשון „אין לי . . אלא מנחת ישראל שהיא נקמצת, מנחת כהן שהיא כליל כו׳" — און איז דערביי ניט מוסיף ביאור. הייסט עס, אַז מען פאַרשטייט בפשטות וואָס „כליל" מיינט (אַז מ׳פאַרברענט דעם גאַנצן קרבן29) — היינט וואָס דאַרף רש"י דאָ מבאר זיין און מיט דער גאַנצער אריכות — „אין נקמצת להיות שירי׳ נאכלין אלא כולה כליל"?
ווייטער, אויפן פסוק שלאח"ז30 — „וכל מנחת כהן כליל תהי' לא תאכל" — איז רש"י מפרש דעם וואָרט „כליל" — „כולה שוה לגבוה". איז תמוה ביותר: פריער נוצט רש"י דעם וואָרט „כליל" אָן קיין שום פירוש בזה; דערנאָך איז ער מבאר אַז דאָס מיינט „אין נקמצת כו׳" און לאחרי כ"ז טייטשט ער ערשט אָפּ דעם וואָרט כליל?!
ה. וי"ל דעם ביאור בכל זה:
די שאלה אין פסוק, וואָס רש"י באַוואָרנט, איז — דער שינוי הלשון אין די
צוויי פסוקים: אין דעם ערשטן פסוק (וואו עס רעדט זיך וועגן מנחת הכהן המשיח) שטייט „כליל תקטר"; אין צווייטן פסוק (וואו עס רעדט זיך וועגן „וכל מנחת כהן"), שטייט „כליל תהי׳"31.
פון דעם שינוי אין די פסוקים איז רש"י מדייק אַז דאָס זיינען צוויי באַזונדערע ענינים און אופנים אין „כליל" — און דאָס איז מודגש ומבואר אין דער אריכות לשון רש"י:
„כליל תקטר" איז רש"י מפרש „אין נקמצת להיות שירי׳ נאכלין אלא כולה כליל", מיט דער אריכות הלשון מאַכט רש"י קלאָר כוונתו, אַז „כליל תקטר" מיינט ניט צו שולל זיין דעם ענין פון קמיצה; קמיצה דאַרף זיין, ס׳איז אָבער אַזאַ קמיצה וואָס „אין שירי׳ נאכלין", נאָר מ׳איז אויך זיי מקטיר אויפן מזבח32 — „קומץ קרב לעצמו ושירים קרבין לעצמן"33. און דאָס איז דער פירוש פון „כליל תקטר"34 — אַז אַלץ (סיי דער קומץ סיי די שיריים) ווערט נקטר אויפן מזבח35;
דער צווייטער „כליל (תהי׳)" — וואָס שטייט ביי „כל מנחת כהן" — איז פירושו „כולה שוה לגבוה" — אין דער מנחה איז ניטאָ קיין פאַנאַנדערטיילן (אויף אַ קומץ און אויף שיריים) נאָר זי ווערט אינגאַנצן נקטר בשוה לגבוה, ס׳איז איבערהויפּט ניטאָ קיין קמיצה. „כליל תהי׳" — אַז זי בלייבט כליל בהווייתה36.
ו. מאי טעמא פון דעם חילוק צווישן מנחת כהן גדול און מנחת כהן סתם?
איז ע"פ הנ"ל (סעיף ב) פאַרשטאַנדיק בפשטות: רש"י נעמט אָן (בפשוטו של מקרא) אַז די חביתי כה"ג וואָס קומען תמיד בכל יום זיינען ניט אין אַ גדר פון אַ קרבן (וואָס דער כה"ג ברענגט אַלס) יחיד (אין זעלבן סוג ווי אַ מנחת כהן סתם, נאָר מיט אַ הוספה אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט כהונה גדולה), נאָר דאָס איז (אַ קרבן וואָס ער ברענגט אַלס שליח פון כלל ישראל) — ע"ד ווי דער קרבן תמיד, כעין קרבן צבור.
עפ"ז איז מובן פאַרוואָס רש"י לערנט אַז חביתי כה"ג דאַרפן האָבן קמיצה — ווייל דאָס איז ניט אַ גדר פון אַ מנחת כהן, נאָר ע"ד ווי מנחת צבור, ובמילא דאַרף עס האָבן קמיצה37, אַזוי ווי אַלע אַנדערע מנחות וואָס ווערן געבראַכט אויפן מזבח38. נאָר וויבאַלד אַז לפועל
ווערט די מנחה געבראַכט דורכן כה"ג, האָט עס דערפאַר אויך אַ התדמות והשתוות צו מנחת כהן39, אַז אין שירי׳ נאכלין40.
און מהאי טעמא איז רש"י אויך מקדים בפירושו בתחלת הכתוב „והכהן המשיח תחתיו מבניו", און איז (משנה) מפרש: „המשיח מבניו תחתיו":
דערמיט וויל רש"י שולל זיין (אין פשוטו ש"מ) דעם פירוש פון ר׳ יהודה: לפי פירוש ר"י קומט אויס, אַז דער וואָרט „מבניו" (ובמילא אויך דער וואָרט „תחתיו") איז ניט קשור צום וואָרט „משיח", נאָר צו „יעשה גו'" - און דער פירוש אין פסוק איז (כנ"ל): „והכהן המשיח" (אויב ער איז מת, איז) „תחתיו מבניו יעשה אותה", דאַרפן בניו ברענגען דעם קרבן מנחה תחתיו.
[און אע"פ אַז דער פירוש איז לכאורה ווייט פון פשטות הכתוב — וואָלט אָבער געווען אַן אָרט צו זאָגן, אַז דערמיט וואָס דער פסוק זאָגט דעם סדר (אַנשטאָט „מבניו תחתיו" — „תחתיו מבניו") איז דער פסוק מרמז נאָך אַ דין (נוסף אויפן פירוש הפשוט פון פסוק, אַז דער נאָכקומענדיקער כהן המשיח דאַרף ברענגען חביתי כה"ג) — אַז כה"ג שמת ברענגען בניו זיין קרבן, ווי דעת ר׳ יהודה41].
איז רש"י שולל דעם פירוש אין פשש"מ, און לערנט, אַז ס׳איז כאילו עס וואָלט מלכתחילה געשטאַנען אין פסוק „המשיח מבניו תחתיו" (מען איז ניט מפסיק צווישן „משיח" און „מבניו" — דער כהן המשיח וואָס איז „מבניו תחתיו")42. אָבער ניט בניו סתם, וואָרום רש"י נעמט אָן, כנ"ל, אַז חביתי כה"ג קומען אַלס כפרה אויף כלל ישראל, און דער כה"ג ברענגט זיי אַלס שליח פון כלל ישראל, ובמילא האָט ניט קיין אָרט אַז (כה"ג שמת איז) בניו (וועלכע זיינען ניט קיין כה"ג, ניט קיין שלוחים פון כלל ישראל) זאָלן ברענגען דעם קרבן.
ז. ע"פ הנ"ל, אַז דער חילוק צווישן ר"י און ר"ש איז אַ פלוגתא אין דעם גדר פון מנחת חביתין — אויך ווען דער כה"ג אַליין ברענגט די מנחה — יש לבאר נאָך אַ חילוק אין דער הקרבת החביתין:
די גמרא41 פרעגט: „ור׳ יהודה האי חק עולם מאי עביד לי׳? חוקה לעולם תהא".
איז תוס׳43 מסביר: „דה"א אהרן מקריב חביתין בכל יום ובניו בשעה שנעשו כהנים גדולים אע"פ שכבר נתחנכו בכהונת הדיוט" (דעריבער דאַרף מען האָבן אַ לימוד „חוקה לעולם תהא שבכל יום יקריבנה"44), און תוס׳
פירט אויס „ור׳ שמעון לית לי׳ האי סברא".
ולכאורה: במאי סברא קא מיפליגי — צי מ׳פאַרשטייט אַליין אַז מען דאַרף מקריב זיין בכל יום (אויך לדורות), אָדער מ׳דאַרף דערויף האָבן אַ לימוד מיוחד?
איז דאָס מובן ע"פ הנ"ל: די עבודות התמידיות אין מקדש זיינען פאַרבונדן מיטן ציבור. וואָס צבור איז אַ מציאות תמידית ונצחיית45, ווי דער דין אַז צבור לא מת46. און דעריבער, לדעת ר׳ שמעון אַז חביתי כה"ג זיינען ע"ד ווי אַ קרבן ציבור47 דאַרף מען ניט האָבן קיין לימוד מיוחד אַז דער ציווי „מנחה תמיד" איז (אויך) לדורות. דאָס איז בדומה צום קרבן תמיד וואָס ווערט נקרב בכל יום.
לדעת ר׳ יהודה אָבער, וויבאַלד אַז דאָס איז אַ קרבן יחיד, דער קרבן פון כה"ג עצמו, וואָס באַ אַ קרבן יחיד געפינט מען ניט אַז ער זאָל קומען „תמיד" בכל יום, דעריבער דאַרף מען האָבן אַ לימוד אַז די מצות ההקרבה פון דעם קרבן יחיד איז „חוקה לעולם תהא, שבכל יום יקריבנה".
ח. עפ"ז יש לומר, אַז דער חילוק איז ניט נאָר אין דעם, צי מ׳דאַרף אויף דעם האָבן אַ לימוד מיוחד, נאָר ס׳איז אויך אַ
חילוק אין דעם אופן וגדר התמידיות פון דעם קרבן:
י"ל אַז די חיובים תמידיים אויף אַ ציבור איז ניט אין אַן אופן אַז יעדער טאָג איז דאָ נאָך אַ (— נייער) חיוב, נאָר אַז עס איז דאָ איין חיוב תמידי (שהוא נמשך), אַזוי ווי דער ציבור עצמו איז איין מציאות (נמשכת ותמידית), כנ"ל.
ועד"ז בנוגע צו חביתי כהן גדול: אויב מ׳וועט לערנען אַז זיי זיינען ע"ד ווי אַ קרבן ציבור, איז דער חיוב הקרבתו (אין אַן אופן פון „מנחה תמיד") — איין חיוב תמידי, וואָס איז חל אויף אים ביום שנמשח ונתחנך לעבודה (אויף מקריב זיין בכל יום ויום), ע"ד ווי דער חיוב פון קרבן תמיד48 על הציבור.
אויב מ׳לערנט אָבער אַז דאָס איז אַ קרבן יחיד, וויבאַלד באַ אַ יחיד איז ניטאָ דער ענין התמידיות (ע"ד ווי באַ צבור — וואָס איז „לא מת"), דאַרף מען זאָגן, אַז דער חיוב הקרבה פון „מנחה תמיד" מיינט*48 — אַז בכל יום ויום איז דאָ אויפן כה"ג אַ (באַזונדער) נייער חיוב להקריב חביתים49.
עפ"ז וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק די דרשת התו"כ אויפן פסוק „זה קרבן אהרן ביום המשח אותו גו׳ מנחה תמיד",
וז"ל: מיום שנמשח מביא עשירת האיפה עד עולם, או אינו אומר ביום המשח אותו [אלא] ביום שנמשח מביא עשירית האיפה ומפסיק, ת"ל מנחה תמיד. הא מה אני מקיים ביום המשח אותו ביום המשח מביא עשירת האיפה עד עולם.
איז לכאורה אינו מובן: וואָס ענטפערט דער תו"כ אַז די ווערטער „ביום המשח אותו" לערנען אַז „ביום המשח מביא כו׳ עד עולם"; אַז עס וואָלט געשטאַנען בלויז „מנחה תמיד" וואָלט מען אויך געוואוסט אַז מען דאַרף שטענדיק ברענגען דעם קרבן מיום ווען ער איז געוואָרן אַ כהן גדול („יום המשח אותו")50?
ע"פ הנ"ל קען מען זאָגן, אַז דער תו"כ טוט אויף, אַז יעדער טאָג „עד עולם" הייסט אַ „יום המשח אותו" — דער „יום המשח אותו" עצמו איז נמשך; וואָס דאָס גיט אַ הסברה אין דעם גדר פון „מנחה תמיד" — אַז די תמידיות באַשטייט אין דעם, וואָס יעדער טאָג איז דער חיוב צו ברענגען דעם קרבן מנחה, ווי דאָס וואָלט געווען דער „יום המשח אותו".
ויש לומר אַז דאָס איז אויך אַ נפק"מ להלכה: לויט דער הסברה אין דעם גדר פון „מנחה תמיד" קומט אויס, אַז די חביתי כה"ג וואָס מ׳איז מקריב בכל יום איז אַ גדר פון מנחת חינוך („ביום המשח אותו")51, ובמילא מקום לומר, אַז פּונקט ווי אַ כה"ג טאָר לכתחילה ניט טאָן קיין
עבודה ביז ער ברענגט זיין מנחת חינוך52 — אַזוי איז עס בכל יום ויום, אַז ער טאָר ניט טאָן (עכ"פ — לכתחילה)53 קיין עבודה איידער ער ברענגט די חביתין54.
ט. דער ביאור הנ"ל אין דעם גדר פון „מנחה תמיד" (לויט דער הסברה אַז דאָס איז אַ קרבן יחיד) — אַז דער „יום המשח אותו" איז אַן ענין נמשך, אַזוי אַז בכל יום ויום ווערט אַ נייער חיוב פון הבאת קרבן חינוך —
איז אויך מתאים מיטן ביאור אין לקוטי תורה55 — די „חסידי׳שע פרשה"
— פון היינטיקער וואָך: ער פרעגט דאָרט אויפן לשון הכתוב „ביום המשח אותו" — „דלכאורה הל"ל מיום המשח אותו מאחר שנאמר אח"כ מנחה תמיד", און פאַרענטפערט אַז דאָס איז „כדי שעי"ז יהי' בכל יום ויום עד עולם גילוי בחינת ומדרגת יום המשח אותו". און פירט אויס אַז דאָס איז וואָס עס שטייט „בקרבן אהרן מנחה תמיד דהיינו עד
עולם, ואעפ"כ הוא בחי' ביום המשח אותו".
וואָס דאָס איז מתאים עם המבואר לעיל ע"ד הנגלה — אַז בכל יום ויום איז דאָ דער „יום המשח אותו".
(משיחות ש"פ צו תשכ"ו, מוצאי ש"פ צו תשל"ח)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.