שמיני ב
סיום המשנה מדבר על התענוג הבלי גבולי שבא עי"ז שהאדם מגלה על ידי עבודתו שהוא בחינת יורש (שלכן נאמר "להנחיל"), שהוא מציאות אחת עם המוריש, והתענוג שלו הוא תענוג הבורא, שזה יכול להיות רק כשהאדם בטל במציאות ועובד מאהבה.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. די לעצטע מס׳ פון די ששה סדרי משנה1 — מס׳ עוקצין2 — רעדט וועגן די פרטי דינים פון טומאת אוכלין וטומאת משקין (וואָס שטייען בפרשתנו3), און די לעצטע הלכה4 פון דער מס׳ איז: חלות דבש מאימתי מיטמאות משום משקה, בית שמאי אומרים משיהרהר5 [לויט אַ צווייטער גירסא6: משיחרחר] בית הלל אומרים משירסק.
בית שמאי האַלטן אַז גלייך ווי דער מענש איז מהרהר במחשבתו7 „לרדות הדבש" באַקומט עס אַ דין משקה און עס ווערט טמא בטומאת משקין; משא"כ לויט בית הלל איז עס מיטמא משום משקה ערשט „משירסק" וואָס דאַן ווערט עס אַ משקה בפועל8.
ווייטער, אין דער משנה שלאחרי זה (די לעצטע משנה פון ששה סדרי משנה)9 שטייט: אמר ר׳ יהושע בן לוי עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק שלש מאות ועשרה עולמות שנאמר10 להנחיל אוהבי יש ואוצרותיהם אמלא. אמר ר׳ שמעון בן חלפתא לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום שנאמר11 ה׳ עוז לעמו יתן ה׳ יברך את עמו בשלום.
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות פון דער לעצטער משנה — די מאמרים פון ר׳ יהושע בן לוי און ר׳ שמעון בן חלפתא — צו דער משנה שלפנ"ז (די פלוגתא צווישן ב"ש און ב"ה בנוגע חלות דבש)?
דער רמב"ם12 (און נאָך מפרשים13) זיינען מבאר: „לפי שהשלים כל דיני ההלכה . . חתם הדברים בגמול" — ד. ה. די משנה האָט טאַקע ניט קיין המשך בתוכן צו דער משנה שלפני׳, נאָר דאָס איז אַ סיום אויף גאַנץ ששה סדרי משנה14, בכדי „להודיע בחתימת המשנה מתן שכרן של צדיקים שלומדים ומקיימים כל מה שכתוב במשנה"15.
לויט אָבער ווי מען געפינט אין דער גמרא בכ"מ16 אַז מען איז מבאר דעם טעם הסמיכות פון משניות אפילו ווען זיי שטייען (זו אחר זו) אין באַזונדערע מסכתות, ועאכו"כ צוויי משניות פון דעם זעלבן פרק17 — לכאורה יש מקום צו זוכן און מבאר זיין אויך די שייכות פון די צוויי משניות — (אע"פ שטעם הרמב"ם בתקפו עומד — עכ"פ להמתיק וכו').
וי"ל אַז דער תוכן משנה הסמוכה צום סיום המשניות (בענין שכר המצות), די פלוגתא צווישן ב"ש און ב"ה בנוגע חלות דבש, האָט אַ שייכות צו דעם ענין שכר מצוה וואָס רעדט זיך בסיום המשניות18.
ב. ובהקדם ההסברה אין דברי המפרשים הנ"ל — אַז דער סיום פון ששה סדרי משנה במאמרים הנ"ל איז בכדי צו מודיע זיין ענין מתן שכרן של צדיקים — דלכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק:
דאָ רעדט זיך דאָך וועגן צדיקים און ווי זיי האַלטן שוין ביים „סיום" פון ששה סדרי משנה — שלימות בלימוד התורה — כללות התושבע"פ און ווי אַ צדיק לערנט עס — איז דאָך לכאורה פשוט ומובן, אַז זיי האַלטן שוין געוויס ביי דעם אופן העבודה לויט ציווי המשנה נאָך בסדר נזיקין — „משמשין את הרב שלא ע"מ לקבל פרס"19, ניט צוליב שכר, נאָר לשמה;
זאת ועוד: דער פסוק, וואָס ווערט געבראַכט אין דער משנה גופא, זאָגט: „להנחיל אוהבי יש" — די וואָס דינען דעם אויבערשטן מאהבה, וואָס דאָס מיינט (ווי דער רמב"ם איז מבאר בארוכה20) אַז זיי טוען זייער עבודה לשמה, ניט לשם שכר נאָר „עושה האמת מפני שהוא אמת"21,
(אמת טאַקע אַז דער וואָס איז „עושה האמת מפני שהוא אמת" איז מובטח (ווי דער רמב"ם זאָגט דאָרט21) אַז „סוף הטובה לבא בגללה", אָבער ניט דאָס איז די שלימות צו וועלכער ער שטרעבט צו דערגרייכן מיט זיין עבודה; ביי אַן עובד ה׳ מאהבה איז דער ענין פון „סוף הטובה לבא בגללה" נאָר אַ דבר טפל וצדדי, און דער עיקר ביי אים איז וואָס ער האָט זוכה געווען צו דינען דעם אויבערשטן לשמה) —
און וויבאַלד אַז דער עיקר ותכלית אין עבודת התומ"צ איז לשמה און ניט לקבל שכר — ווי איז מתאים, אַז ביים סיום פון אַלע ששה סדרי משנה, וואָס דאָס מיינט אין אַ מצב פון תכלית ושלימות נעלה בעבודת ה׳ כו', זאָל די חתימה זיין (ניט אַז „נפשו קשורה באהבת השם וכו׳"22 נאָר) וואָס ער וועט האָבן ש"י עולמות כו' — אַלס גמול ושכר פאַר עבודת התומ"צ23?!
מוז מען זאָגן, אַז די זאַך פון „להנחיל כו׳ ש"י עולמות" וואָס רעדט זיך אין דער משנה דאָ, איז ניט אַן ענין פון שכר מצות במובנו הרגיל24 — אַ תשלום פון עולמות פאַר עבודה להשם, נאָר דאָס איז אַ העכערע שלימות בעבודה, אַן עלי׳ צו וועלכער דער עובד מאהבה דערגרייכט ע"י עבודתו25.
ג. און דאָס איז נקודת השייכות צווישן דער משנה מיט דער משנה שלפני׳ — פלוגתת ב"ש וב"ה בחלות דבש:
מהטעמים (ע"ד הרמז) וואָס די לעצטע הלכות (אין משנה) — חיתום המשנה, שהכל הולך אחר החיתום26 — זיינען בנוגע „דבורים" און „דבש", איז ווייל „דבורים" זיינען כביאור חז"ל27 מרמז אויף שלימות העבודה, עבודה לשמה (כדלקמן סעיף ז), וואָס די עבודה איז אַ הכנה והקדמה צו „עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק כו׳" — די שלימות צו וועלכער מען דערגרייכט ע"י עבודה ווי עבודת דבורים;
און די סברות אין פלוגתת ב"ש וב"ה אין אָט דער פלוגתא (בחלות דבש)
— וואָס איז (ווי גערעדט כמה פעמים28) פאַרבונדן מיטן חילוק כללי צווישן זייערע שיטות, צי „אזלינן בתר בכח" אָדער „אזלינן בתר בפועל": ב"ש האַלט אַז „אזלינן בתר בכח" און דעריבער באַקומט עס אַ דין משקה גלייך („משיחרחר", אָדער אפילו) „משיהרהר" (ווייל בכח איז עס שוין משקה, אע"פ אַז ס׳איז נאָך ווייט פון משקה בפועל); און ב"ה האַלט „אזלינן בתר בפועל" און דעריבער האָט עס ניט קיין דין משקה ביז עס ווערט משקה בפועל „משירסק" —
ברענגען אַרויס אַ נפק"מ אין דעם כללות הענין פון מטרת בריאת האדם עלי ארץ וואָס „נבראתי לשמש את קוני"29 (כדלקמן סעיף ח ואילך), ובמילא (אויך) — אַ נפק"מ בנוגע דער שלימות האדם ע"י עבודתו. ובמילא דוקא נאָך פלוגתת ב"ש וב"ה הנ"ל ווערט בעסער פאַרשטאַנדיק דער סיום המשניות „עתיד הקב"ה להנחיל כו׳".
ד. לשון המשנה וועלכער איז לשון קצרה30 ובתכלית הדיוק: „עתיד הקב"ה להנחיל כו׳ ש"י עולמות" — איז לכאורה, ווי פּאַסט דאָ „להנחיל", אַן ענין של ירושה31? — ירושה איז ניט פאַרבונדן מיט דער עבודה פון דעם יורש (אויב נאָר ער איז געבאָרן געוואָרן32 בקורבה פון אַ יורש, איז ער בדרך ממילא יורש) — איז ווען עס רעדט זיך וועגן מתן שכרן של צדיקים, האָט געדאַרפט שטיין „עתיד הקב"ה ליתן" (אָדער כיו"ב)?
די תמי׳ איז נאָך גרעסער: דער זעלבער מאמר ווערט געבראַכט אין מס׳ סנהדרין33, און דאָרט שטייט טאַקע „עתיד הקב"ה ליתן לכל צדיק וצדיק ש"י עולמות"!
וי"ל הביאור אַז — היא הנותנת34: דער מאמר אין מס׳ סנהדרין וועלכער איז געזאָגט געוואָרן דורך׳ן אמורא רבא בר מרי רעדט טאַקע וועגן שכר המצות, און דעריבער זאָגט ער „עתיד הקב"ה ליתן";
אָבער אין דער משנה — וואָס קומט אַלס סיום וחיתום המשניות — רעדט זיך ניט וועגן שכר המצות (בפשטות), נאָר (כנ"ל) וועגן דער שלימות צו וועלכער דער צדיק דערגרייכט על ידי עבודתו מאהבה. און דעריבער איז ריב"ל35 מדייק „עתיד הקב"ה להנחיל" — ווייל אָט די שלימות איז בדוגמת ובגדרי ירושה.
ה. בנוגע ירושה, איז ידוע וואָס דער ראָגאַטשאָווער36 איז מבאר, אַז אַ יורש איז ניט אַ צווייטע מציאות וואָס באַקומט נכסים פון דעם מוריש, נאָר (בלשון הכתוב37) „תחת אבותיך יהיו בניך" — דער יורש שטייט במקום המוריש, אַ יורש איז איין זאַך מיטן מוריש („עצם האב" בלשונו).
ועד"ז איז בנוגע צו אַ אידן: די שלימות וואָס ווערט אויפגעטאָן דערמיט וואָס אַ איד לערנט תורה און איז מקיים מצות איז וואָס ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חד („ג׳ . . מתקשראן דא בדא קב"ה אורייתא וישראל"38, ווערט כולא חד) ועד"ז39 דורך קיום המצות לשון צוותא וחיבור — אַ איד ווערט כביכול איין זאַך מיטן נותן התורה ומצווה המצות, דעם אויבערשטן אַליין.
און דאָס איז דער פשט פון „להנחיל אוהבי יש": דער רמב"ם40 איז מבאר אַז דער לשון „יש" ווייזט אויף „מציאות התמידית אשר אין לה תכלית"41, און „להנחיל אוהבי יש" מיינט: „לאוהבי אנחיל את היש המוחלט", ווייל „כל נפש שתזכה לחיי העוה"ב לא תכלה לעולם".
ווי קען אַ נברא, אַ בעל גבול, „נעמען" אַ „יש המוחלט", אַ „מציאות התמידית" — אַן ענין פון נצחיות און בלתי בעל גבול? איז דער פסוק מבאר ומדגיש „להנחיל אוהבי יש": אידן באַקומען עס ניט אַלס אַ מקבל פון אַ נותן, אַ צווייטע מציאות וועלכע נעמט עס פונעם „נותן", נאָר אידן זיינען דאָס נוחל אַלס יורש וואָס איז איין זאַך מיטן מוריש: אידן זיינען „בנים" להקב"ה42 — און דעריבער, בשעת אַ איד לערנט תורה און איז מקיים מצות ווערט נתגלה ווי ער איז איין מציאות מיטן אמת׳ן „יש המוחלט"43 („מציאות התמידית"), „אותי אתם לוקחים"44.
ו. דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע דעם עונג וואָס קומט דערפון אַרויס לצדיקים
— וואָס דאָס איז דער פירוש אין דברי ריב"ל „עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש"י עולמות", ווי דער רמב"ם40 איז מבאר, אַז דאָס מיינט אַז דער תענוג פון עוה"ב איז „שלש מאות פעם ועשר פעמים" ווי „כל התענוגות העולם הזה"41 —
דאָס איז ניט דער עונג פון די צדיקים ווי זיי זיינען פאַר זיך [בלשון החסידות45: דער „נחת רוח לנברא" — דער נחת רוח וואָס ווערט באַם אידן אַלס שכר וואָס ער האָט מקיים געווען דעם אויבערשטנ׳ס רצון], נאָר דאָס איז דער תענוג פון אויבערשטן כביכול („נחת רוח לבורא"), כמחז"ל46 „נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני":
וויבאַלד אידן זיינען איין זאַך מיטן „מוריש", זיינען זיי „נוחל" כביכול דעם תענוג הבורא.
[און ווי דער רמב"ם40 איז גלייך מבאר, אַז דאָס וואָס ריב"ל נוצט אַ מספר פון „שלש מאות ועשרה" איז „על דרך ההערה בלבד"41, אָבער לפי האמת איז דאָס אַ תענוג בלתי מוגבל].
און דאָס איז דער חילוק צווישן שכר מצות און „להנחיל כו׳ אוהבי יש":
דער תענוג וואָס קומט אָן צום אדם אַלס שכר העבודה — וואָס קבלת שכר ווייזט אַז דער מקבל השכר איז אַ מציאות פאַר זיך (וועמען מען דאַרף באַלוינען פאַר זיין אַרבעט) — איז דער תענוג וויפל אַן אדם אַלס נברא קען פאַרנעמען;
משא"כ דער ענין פון „עתיד הקב"ה להנחיל כו׳ אוהבי יש" איז דער „נחת רוח לבורא" (אַן ענין פון „יש המוחלט"), וואָס דאָס איז ניט דער ענין פון שכר מצוה, נאָר דאָס איז די „עצם המצוה"45. און דאָס קומט אָן צום אדם בדרך נחלה — ווייל ער איז איין זאַך כביכול מיטן אויבערשטן.
ז. דאָס איז דער טעם פאַרוואָס דער „להנחיל . . יש" איז „לאוהבי" דוקא. ווייל ווען קען דער אדם צוקומען צום ענין פון „להנחיל אוהבי יש" — בעת אַז אויך זיין עבודה איז אין אַזאַ אופן, אַז ער טראַכט ניט וועגן זיך, נאָר ער טוט אינגאַנצן לשמה — פאַרן אויבערשטנ׳ס וועגן.
כל זמן דער אדם טראַכט וועגן אַן ענין של שכר, אָדער וועגן זיך בכלל (זיין עלי׳) — איז ניט שייך אַז ער זאָל ווערן איין זאַך מיט „יש המוחלט" און „מציאות התמידית" וואָס איז אינגאַנצן העכער פון גדר הנבראים.
דוקא ווען זיין עבודה איז אינגאַנצן לשמה — ער איז ניט קיין מציאות פאַר זיך, ער טראַכט נאָר וועגן דער עצם המצוה (וואָס דערפון ווערט דער „נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני") — ווערט דער „אותי אתם לוקחים", ובמילא — „להנחיל אוהבי יש".
[ע"ד ווי מען געפינט אין הלכה, אַז אַן אמת׳ער „עבד", עבד ע"פ תורת אמת, איז ניט קיין מציאות פאַר זיך, זיין גאַנצע מציאות איז — „מציאות האדון"47].
און דאָס איז אויך דער רמז אין דעם, וואָס די משניות שלפנ"ז ריידן וועגן „כוורת דבורים" און „חלות דבש" — ווייל די עבודה פון אידן אין דעם אופן פון לשמה איז אָנגעדייטעט אין דעם וואָס אידן זיינען צוגעגליכן געוואָרן צו „דבורים". ווי עס שטייט אין מדרש48: „כדבורים היו בני. . מה הדבורה הזאת כל מה שהיא מסגלת מסגלת לבעלי׳, כך כל מה שישראל מסגלין מצות ומעשים טובים הם מסגלים לאביהם שבשמים".
וכמבואר בלקו"ת49 אַז די עבודה באופן זה קומט פון דער הכרה אַז „תכלית המכוון בבריאת האדם אינו בשביל האדם עצמו לבד, אף שבאמת עלייתו נפלאה מאד, עכ"ז לא זו לבד הוא תכלית המכוון כ"א לכבודו ית׳". וכמחז"ל50 „אני נבראתי לשמש את קוני".
ח. עפ"ז קען מען אויך מבאר זיין די שייכות פון דער משנה צו פלוגתת ב"ש וב"ה ביי חלות דבש — ובהקדים: אין דעם לשון הנ"ל (פון לקו"ת) איז מודגש אַז לפועל קומט צו דער אדם דורך זיין עבודה למטה צו אַן עלי׳ נפלאה מאד, ס׳איז נאָר אַז „לא זו לבד הוא תכלית המכוון"51.
איז אין דעם דאָ אַ חילוק צווישן שיטת ב"ש (וואָס האַלטן „אזלינן בתר בכח") און שיטת ב"ה (אַז „אזלינן בתר בפועל") — אויף ווי טיף דער ענין (די עלי׳) איז תופס מקום52:
אויב „אזלינן בתר בכח", אַז דער עיקר פון יעדן ענין איז ווי עס שטייט „בכח" — קומט אויס, אַז די ירידת הנשמה למטה (דער „בפועל") טוט ניט אויף קיין מעלה (חדשה) אין דער נשמה לגבי ווי זי איז געווען קודם ירידתה. ווייל דער עיקר הענין — דער „כח" אויף דורכפירן די עבודה למטה — איז שוין דאָ אין דער נשמה נאָך איידער זי איז יורד למטה.
נאָך מער: בנדו"ד דאַרף מען אפילו ניט האָבן דעם „פועל" אַלס אַ „בחינה" אויפן „כח"53 הנשמה צו דורכפירן איר עבודה למטה — ווייל ס׳איז אַ זיכערע זאַך אַז סוף־סוף וועט יעדע נשמה דורכפירן איר שליחות בעלמא דין כמש"נ54 לבלתי ידח ממנו נדח, ועוד וג"ז עיקר — כלפי שמיא גליא אַז זי וועט דאָס דורכפירן;
קומט אויס, אַז לויט ב"ש איז ניטאָ קיין אָרט צו זאָגן אַז די עלי׳ נפלאה פון דעם אדם איז אַן אויפטו וחידוש וואָס צוליב דעם דאַרף זיין ירידת הנשמה למטה בפועל; און דאָס וואָס די נשמה איז יורד למטה איז (לגמרי ניט צוליב דעם עילוי וואָס ווערט אויפגעטאָן אין דער נשמה, נאָר) בלויז „לסגל לבעלי׳", כדי צו דורכפירן די כוונה פון אויבערשטן, וואָס נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים — און פאַר דעם ענין איז ניט גענוג וואָס די נשמה האָט „בכח" צו מאַכן די דירה, נאָר דער תחתון דאַרף בפועל נשתנה ווערן צו זיין אַ דירה לו ית׳, עס מוז זיין די פעולה אין דעם תחתון, ובמילא — ירידת הנשמה למטה בפועל55.
משא"כ לויט שיטת בית הלל אַז „אזלינן בתר בפועל", קומט אויס, אַז די ירידת הנשמה למטה טוט אויף אַ מעלה (אויך) אין דער נשמה (וואָס זי האָט פריער ניט געהאַט) — ווייל דוקא דורך דער ירידה למטה ברענגט זי אַרויס אירע כוחות מן הכח אל הפועל (וואָס לויט ב"ה איז דאָס דער עיקר פון יעדן ענין).
און דעריבער, לויט בית הלל, אע"פ אַז דער עיקר הענין פון ירידת הנשמה למטה איז „לכבודו ית׳" — אני נבראתי לשמש את קוני, בכדי צו דורכפירן די כוונה פון „דירה בתחתונים", און דאָס דאַרף זיין די כוונה פון דעם אדם בעבודתו — פונדעסטוועגן, איז זיין עבודה למטה אַן ענין וואָס טוט אויף אַ חידוש אויך אין אים.
ט. דער חילוק הנ"ל צווישן ב"ש און ב"ה גיט אויך אַ הסברה אין זייער פלוגתא56 — „הללו (ב"ש57) אומרים נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, והללו (ב"ה57) אומרים נוח לו לאדם שנברא יותר משלא נברא. נמנו וגמרו נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא עכשיו שנברא יפשפש במעשיו".
אין לקו"ת דאָרט58 איז מבואר דער פשט אין דעם מאמר חז"ל: זיי זאָגן ניט „טוב לו שלא נברא" — ווייל ס׳איז בודאי דאָ אַ טובה פאַר דער נשמה דורך ירידתה למטה, וואָס זי באַקומט אַן „עלי׳ גדולה ונפלאה לאין קץ": נאָר דער פשט איז — „ נוח וקל הי׳ לו שלא נברא", ווייל דער „תכלית המכוון בבריאתו" איז אַז „לא יעבוד לגרמי׳ ולקבל פרס", נאָר בלויז „לשמש את קונו", וואָס דאָס איז אַן עבודה קשה ביותר, און ס׳איז „נוח וקל לו" אַז ער זאָל דאָס ניט דאַרפן טאָן.
שטעלט זיך לפ"ז די שאלה: וואָס איז די הוי אמינא פון בית הלל צו זאָגן אַז „נוח (וקל) לו לאדם שנברא יותר משלא נברא"?
איז דער ביאור אין דעם: לויט ב"ש איז טאַקע מלכתחילה פשוט אַז דער גאַנצער ענין פון ירידת הנשמה למטה איז (ניט בשביל (עליית) הנשמה, נאָר) בלויז „לכבודו ית׳". וכנ"ל, אַז צוליב עליית הנשמה דאַרף מען ניט די ירידה בפועל, ס׳איז גענוג דער „בכח". ובמילא איז פשוט אַז „נוח לו לאדם שלא נברא כו׳" — ווייל פאַר אים („לו") איז ניטאָ קיין חידוש דורך ירידתו למטה, ס׳איז נאָר לכבודו ית׳.
משא"כ לויט ב"ה איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן, אַז ס׳איז „נוח לו לאדם שנברא יותר משלא נברא", ווייל ווען ער וואָלט ניט „נברא" געוואָרן, וואָלט ער קיין שייכות ניט געהאַט צו דער „עלי׳ גדולה ונפלאה לאין קץ". און וויבאַלד אַזוי, איז דער תענוג דערפון וואָס די נשמה האָט פון דער עלי׳ אַ סך גרעסער ווי דער צער הנשמה בירידתה למטה, ביז אַז ס׳איז „נוח לו שנברא" (פילנדיק אַז דאָס וועט ברענגען אַן עלי׳ נפלאה (תענוג עצום), למרות דעם איצטיקן צער), ווי „לא נברא" און ניט האָבן קיין שייכות צו דער עלי׳ גדולה ונפלאה.
אָבער „נמנו וגמרו נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא" — ווייל אע"פ אַז די נשמה וועט לפועל צוקומען בירידתה למטה צו דער „עלי׳ גדולה ונפלאה לאין קץ", איז אָבער ניט דאָס דאַרף זיין מחשבת האדם בשעת עבודתו. ער דאַרף טאָן זיין עבודה אינגאַנצן „לא לגרמי׳ ולקבל פרס", נאָר בלויז „לשמש את קונו", לגמרי ניט טראַכטן וועגן זיך און זיינע עליות. און דעריבער, איז „נוח וקל לו שלא נברא יותר משנברא"59.
יו"ד. און דאָס איז אויך די שייכות פון דער משנה פון „חלות דבש" צו דער משנה האחרונה „עתיד הקב"ה להנחיל כו׳":
פריער ברענגט די משנה פלוגתת ב"ש וב"ה צי „אזלינן בתר בכח" אָדער „אזלינן בתר בפועל", וואָס לפ"ז וואָלט געווען אַן אָרט צו זאָגן, אַז לדעת ב"ה איז די עליית (ושכר) האדם דער עיקר הטעם (אָדער עכ"פ אַ טעם שווה) פון זיין ירידה למטה;
איז די משנה ממשיך — בדוגמת צו „נמנו וגמרו" הנ"ל — „אמר ריב"ל עתיד הקב"ה להנחיל כו׳ אוהבי יש": לכולי עלמא (פון משנה הקודמת), אויך לדעת ב"ה, איז די מטרה ותכלית העבודה של הנשמה למטה (ניט איר שכר ועלי׳, נאָר) ווי דער דבש פון דבורים „לסגל לבעלי׳" — צו דורכפירן רצונו און כוונתו של הקב"ה, וואָס דריקט זיך אויס אין דעם וואָס די נשמה ווערט איין זאַך, כביכול, מיטן „יש המוחלט", „המציאות התמידית".
אעפ"כ מיינט עס ניט אַז עס וועט לגמרי ניט זיין קיין שכר ועלי׳ פאַר דער נשמה — דאָס וועט אויך זיין. און דערפאַר ברענגט ריב"ל אויך דעם המשך הפסוק60 (וואָס קומט נאָך די ווערטער „להנחיל אוהבי יש") — „ואוצרותיהם אמלא", וואָס דאָס גייט אויף די אוצרות של הצדיקים (בעוה"ז61): וויבאַלד דער אויבערשטער איז „אינו מקפח שכר כל ברי׳"62, באַקומט דעריבער די נשמה אויך אַן ענין של שכר (אַלס נברא).
אָבער דער ענין פון „ואוצרותיהם אמלא" ברענגט ניט ריב"ל אין זיין עצם המאמר („עתיד הקב"ה להנחיל כו׳ ולמלא אוצרותיהם"), נאָר בלויז בדרך אגב, ברענגענדיק דעם פסוק „להנחיל אוהבי יש" — ווייל אין זיין עצם מאמר רעדט ער וועגן דער עיקר שלימות דלעתיד; נאָר כדי צו אָנדייטן אויך אויפן שכר (כפשוטו — של) הנשמה, וואָס קומט בדרך טפל ואינו תופס מקום לגבי יש המוחלט, ברענגט ער אויך דעם סיום הפסוק „ואוצרותיהם אמלא".
יא. ועוד יש לומר בזה:
ס׳איז ידוע63 אַז לעתיד לבא וועט זיין הלכה כבית שמאי. וואָס איינער פון די ביאורים וואָס מען קען אין דעם זאָגן (ע"פ הנ"ל) איז:
בזמן הזה ווען דער אדם פילט זיין מציאות, איז הלכה כבית הלל און מען זאָגט דעם אדם אַז זיין עבודה טוט אויך אויף אַן עלי׳ אין אים; משא"כ לעתיד לבא ווען עס וועט זיין דער „ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דבר"64 און אידן וועלן ווערן בפועל איין זאַך מיטן „יש המוחלט" און „מציאות התמידית" — דעמאָלט וועט די מציאות האדם לגמרי ניט תופס מקום זיין, און דער גאַנצער אויפטו וועט באַשטיין בלויז אין „להנחיל אוהבי יש".
און דערפאַר, ריב"ל גופא, וואָס רעדט וועגן דעם זמן דלעתיד, און אין דעם גופא — אין סיום המשניות (ווי מען שטייט לאחרי גמר העבודה — במצב דשלימות הצדיק) — זאָגט ער נאָר „עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק כו׳";
נאָר אַזוי ווי דער לימוד המשנה איז פאָרט בעוה"ז, ברענגט ער אויך דעם סיום הכתוב פון „ואוצרותיהם אמלא", אַז דער אויבערשטער וועט אויך ממלא זיין די אוצרות של הצדיקים.
(משיחות י"ט כסלו ומוצאי ש"פ וישב ומקץ תשל"ח)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev