שלח א
צריך להיות "נשמע" - שרצון ה' יונח בשכל האדם, ולכן שלח משה את המרגלים לראות את הארץ כדי שירצו לכבשה מצד שכלם ולא רק מצד ציווי ה'. וההוראה: שה"נשמע" - הבנת דברי התורה על פי שכל - צריך להיעשות בשליחותו של משה. דבאם לאו אין זה ענין השכל לאמיתתו.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אויפן פסוק „שלח לך אנשים" זאָגן חז"ל1 „שלח לך — לדעתך2", אַז דער שילוח המרגלים איז געווען אָפּהענגיק אין דעתו של משה, אָבער „אני איני מצוה אותך"3.
דאַרף מען פאַרשטיין:
משה רבינו איז דאָך געווען אַן עבד נאמן פון אויבערשטן4, איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס דעתו של משה איז געווען צו שיקן די מרגלים, איז עס דערפאַר וואָס אַזוי איז געווען דעתו של אדונו (דעם אויבערשטן). און ווי דער פסוק5 איז מעיד „וישלח אותם משה גו׳ על פי ה'" — ברשותו של הקב"ה6. הייסט עס, אַז דער ענין פון שילוח המרגלים (מצד עצמו) איז אַ דבר טוב ורצוי7,
[און ווי דער רמב"ן8 איז מבאר, אַז דער דרך הרגיל פון אייננעמען אַ לאַנד איז דורך שיקן פריער מרגלים צו אויסגעפינען וואָס עס איז דער בעסטער און גרינגסטער וועג „לכבוש את הארץ"; און וויבאַלד אַז אין סומכין על הנס און מען דאַרף זיך גרייטן למלחמה בדרך הטבע — האָט משה רבינו מסכים געווען צו שיקן די מרגלים].
איז ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער דאָס תולה געווען אין דעתו של משה, און ניט אַליין מלכתחילה אָנגעזאָגט אויף דעם?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין:
בנוגע די מרגלים זאָגט רש"י9 „אותה שעה כשרים היו". און ווי פאַרשטאַנדיק אויך בשכל הפשוט, אַז אויב משה רבינו האָט זיי אַליין אויסגעקליבן, זיינען זיי געווען (ניט נאָר „כשרים" בכלל, נאָר) די אַמבעסטן צוגעפּאַסטע פאַר דער דאָזיקער שליחות.
איז ווי קומט עס, אַז ביי זיי איז געוואָרן אַזאַ גרויסער שינוי, מן הקצה אל הקצה, אַז ניט נאָר האָבן זיי די שליחות ניט דורכגעפירט כדבעי, נאָר זיי האָבן דורך דעם געבראַכט אויף אידן אַ „בכי׳ לדורות"10?
ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין דעם וואָס מען געפינט, אַז די שליחות איז (בכללות) באַשטאַנען פון צוויי ענינים:
א) צו אויסגעפינען די פרטים וועלכע זיינען נוגע צו דעם כיבוש הארץ — „וראיתם גו׳ החזק גו׳ המעט גו׳ הבמחנים גו׳"11.
ב) צו אויסגעפינען די פרטים וועגן דער לאַנד גופא — „הטובה היא גו׳ השמנה היא גו׳"12. און עד כדי כך איז געווען נוגע אָט דער (צווייטער) טייל
פון זייער שליחות, אַז משה האָט זיי אָנגעזאָגט „והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ"13: אע"פ אַז דורך מיטנעמען „מפרי הארץ" שטעלן זיי זיך איין אין סכנה (אַז מ׳וועט קענען דערקענען אַז זיי זיינען מרגלים14), זאָלן זיי, פונדעסטוועגן, זיך שטאַרקן און אָנשטרענגען און ברענגען „מפרי הארץ".
איז ניט גלאַטיק: אמת טאַקע אַז אינה דומה ראי׳ לשמיעה15, און דעריבער, ניט קוקנדיק וואָס דער אויבערשטער האָט שוין דערציילט אידן אַז ארץ ישראל איז אַן „ארץ טובה ורחבה גו׳ ארץ זבת חלב ודבש"16 און אידן זיינען דאָך „מאמינים בני מאמינים"17 [ובפרט אַז מען דאַרף דערביי ניט אָנקומען צו אמונה, וואָרום זיכער האָבן „הדרים במצרים" געוואוסט וואָס עס טוט זיך אין ארץ ישראל18] — קומט עס אָבער ניט צו ראיית פירות הארץ, וואָס וואָלט גורם געווען ביי אידן אַ שמחה יתירה („לעלות שם בשמחה"19),
פונדעסטוועגן, צי דען איז דאָס אַזוי נויטיק, ביז צו איינשטעלן איבער דעם די לעבנס פון די מרגלים?!
ג. איינער פון די ביאורים אין דעם:
הגם אַז דער יסוד פון קיום התורה איז הקדמת נעשה לנשמע20, אף על פי כן איז „נעשה" אַליין ניט מספיק, נאָר עס מוז אויך זיין (נאָכן „נעשה")
„ונשמע"21 — מלשון הבנה (כמו: דבר כי שומע עבדך22).
און אַזוי איז דאָס אויך בשייכות צו כניסה לארץ ישראל: דער אויבערשטער האָט טאַקע געזאָגט אידן אַז זי איז אַן ארץ טובה ורחבה גו׳ — אָבער דער אויבערשטער וויל אַז אידן זאָלן איינזען דעם גוטס פון ארץ ישראל אויך בשכלם הם.
און דעריבער האָט משה רבינו געהייסן ברענגען מפרי הארץ, כדי אַז דער רצון פון אידן צו גיין קיין ארץ ישראל זאָל זיין (ניט נאָר ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן ובמילא פאָלגן זיי דעם ציווי ה׳ (נעשה) — נאָר) אויך מצד זיי אַליין, זיי פאַרשטייען אַז מ׳דאַרף וועלן גיין קיין ארץ ישראל, ווייל זי איז די אמת׳ע ארץ טובה ורחבה.
און די זעלבע זאַך איז בנוגע דעם (ערשטן) טייל פון זייער שליחות — צו אויסגעפינען אין וועלכן וועג מ׳זאָל כובש זיין ארץ ישראל, אַז די כוונה דערביי איז געווען אַז אידן זאָלן איינזען בשכלם ווי „יכול נוכל לה"23.
און דאָס איז אויר דער טעם פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט ניט אָנגעזאָגט אויף שילוח המרגלים, נאָר „שלח לך — לדעתך". היות אַז דער מכוון פון שילוח המרגלים איז צו אויפטאָן ביי אידן דעם „נשמע" בנוגע דער כניסה לארץ, איז דעריבער אויך דער שילוח גופא געקומען אין אַן אופן פון „לדעתך" — אַז מען טוט עס ווייל אַזוי דאַרף זיין
מצד דעת (און ניט בלויז אין אַן אופן פון „נעשה", ווייל „אני מצוה לך").
ד. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין ווי אַזוי די מרגלים — וואָס „אותה שעה כשרים היו" — האָבן געקענט אַזוי דורכפאַלן, ביז צו זאָגן „לא נוכל לעלות"24:
וויבאַלד אַז דער ענין השליחות איז געווען — דער „נשמע", צו אויספאַרשן די זאַך פון כניסה לארץ ע"פ שכל, האָט דעריבער געקענט ביי זיי ווערן אַ טעות אין שיקול הדעת
— וואָרום אַלץ וואָס די מרגלים האָבן געזאָגט וועגן א"י והיושבים בה — „עז העם . . וגם ילידי הענק גו׳"25 — איז דאָך געווען אמת26. און אויך זייער מסקנה, אַז „לא נוכל לעלות" (ע"פ טבע קען מען ניט כובש זיין א"י) האָט אַן אָרט אין שכל.
קומט אויס, אַז די מרגלים האָבן (לדעתם) מקיים געווען די שליחות אויף וועלכער זיי זיינען געשיקט געוואָרן.
דער טעות זייערער איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס זיי האָבן (בכלל) מוסיף געווען אַ מסקנה, „לא נוכל לעלות": משה רבינו האָט ביי זיי מלכתחלה ניט געפרעגט צי מען קען אייננעמען א"י אָדער ניט. ער האָט זיי בלויז געשיקט צו אויסגעפינען ווי אַזוי איז לייכטער איר צו כובש זיין;
ואדרבה: פון דעם גופא וואָס משה האָט זיי געשיקט לתור את הארץ, אויסצופאָרשן ווי צו כובש זיין א"י, איז געווען אַ הוכחה, אַז „יכול נוכל לה"
אויך בדרך הטבע27,
[ווייל אויב די כניסה לארץ איז באופן נסי, האָט דאָך ניט קיין אָרט דער ענין פון שיקן מרגלים].
קומט אויס, אַז זייער זאָגן „לא נוכל לעלות" איז ניט נאָר אַ הוספה אויף דער שליחות, נאָר נאָכמער — ס׳איז היפך השליחות.
ה. תורה איז מלשון הוראה28. איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז אין תורה איז אויך פאַראַן די אָנווייזונג ווי זיך צו באַוואָרענען פון טעות המרגלים.
וואָס איז די עצה?
דער שם הסדרה (לויט מנהג ישראל) איז „שלח"29, מלשון שליחות.
אַ איד דאַרף וויסן, אַז אויך ווען ער פאַרנעמט זיך מיט דער עבודה פון „נשמע", פאַרשטיין בשכלו, „לדעתך" — דאַרף ער כסדר געדענקען אַז ער טוט עס אַלס אַ שליח פון משה — ניט ווייל אים ווילט זיך פאַרשטיין די זאַך, נאָר ווייל אַזוי איז דער רצון העליון.
און דעמולט איז מען באַוואָרנט ניט נאָר מיט דעם „נעשה" נאָר אויך מיט דעם „נשמע" — דאָס פאַרזיכערט אַז דער שכל וועט זיין אַ שכל אמיתי און קומען צו דער מסקנה אמיתית.
די זאַך פון שכל איז — צו אויסגעפינען ווי דער מושכל איז לאמיתתו.
מען דאַרף מבטל זיין אַלע אייגענע נטיות וכו', און זיך צוטראָגן צו דער זאַך וואָס מען וויל פאַרשטיין.
בשעת איינער טוט אין אַן ענין בשכלו צוליב זיין אייגענעם געשמאַק וכו', דעמולט איז רעכט, אַז עס זאָלן זיך אַריינמישן די אייגענע נטיות וכו', ביז אַז ער וועט פּרואוון „צופּאַסן" די מציאות צו זיין דיעה.
וואָס דאָס איז איינער פון די ביאורים אין ענין השוחד, וואָס תורה זאָגט אַז „השוחד יעור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים"30. דלכאורה:
וויבאַלד אַז תורת אמת איז מעיד אַז עס רעדט זיך וועגן „חכמים" און „צדיקים", זיינען זיי דאָך חכמים און צדיקים אמיתיים. היינט ווי קומט עס אַז זיי זאָלן מלכתחלה נעמען שוחד?
נאָר — ווייל דער ענין השוחד איז (ניט נאָר וואָס מען נעמט געלט (וכיו"ב) און דערפאַר וועט מען זאָגן אַן אָפעננעם שקר, נאָר) — וואָס מען טראַכט ניט וועגן דער מציאות ווי זי איז, נאָר מען טראַכט וועגן זיך און דער אייגענער מציאות31. וואָס דעמולט קען מען ניט האָבן קיין הבנה אמיתית אין דעם מושכל, ווי ער איז באמת.
און דאָס איז געווען די סיבה פון דער (טעות ו)נפילה פון די מרגלים: ביי זיי האָט געפעלט אין דעם ביטול צו משה רבינו אין אַן אופן אַז דאָס זאָל דערהערט ווערן אויך בשעת זיי זיינען פאַרנומען מיט אַן ענין פון „ונשמע", לתור את הארץ.
און וויבאַלד אַז זיי האָבן „געפילט" זייער מציאות, דעריבער האָט די ראיית
„הנפילים בני הענק" געוואָרפן אויף זיי אַ פחד ביז „ונהי בעינינו כחגבים"32, און דאָס איז געוואָרן אַן ענין פון שוחד וואָס האָט מטה געווען זייער שכל, ביז צו זאָגן „לא נוכל לעלות".
בשעת אָבער מען געדענקט אַז מ׳איז אַ שליח („שלח"), וואָס שלוחו של אדם כמותו33 — אַ שליח האָט ניט קיין אייגענע מציאות נאָר זיין גאַנצע מציאות איז די מציאות המשלח34,
און אין דערויף גופא, איז מען שלוחו של משה, וואָס משה רבינו איז מדת האמת35: מען בלייבט צוגעבונדן צו משה רבינו (מדת האמת) און מען טרעט פון אים ניט אָפּ; מען טראַכט די גאַנצע צייט (ניט וועגן זיך, נאָר) אַז מען גייט אין משה רבינו׳ס אַ שליחות,
דעמאָלט ווערט מען ניט משוחד, ובמילא פירט מען אויס די שליחות פון לתור את הארץ (וואָס פאָדערט אַ שכל והבנה אמיתית) בשלימות, און מען זאָגט36 „טובה הארץ אשר ה"א נותן לנו",
און דאָס ברענגט דערנאָך דעם כיבוש הארץ לגבולותי', ביז צום קיום היעוד37 אַז „ירחיב ה"א את גבולך",
בביאת משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש"פ שלח תשל"ג)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.