קדושים ב
האדם יכול לקיים את המצוה בכוונה שמקיים את המצוה כדי לקבל שכר, דזהו "להוסיף", שטעם קיום המצוה הוא "להוסיף". ו"היה רבי עקיבא אומר", דרבי עקיבא לא למד תורה עד שהיה בן ארבעים, והתחיל ללמוד רק מפני שהבטיחו לו שכר.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. נאָך דעם ווי די תורה זאָגט אָן דעם דין פון ערלה און כרם רבעי1, שטייט אין פסוק2: ובשנה החמישית תאכלו את פריו להוסיף לכם תבואתו אני ה׳ אלקיכם.
איז רש"י מעתיק די ווערטער „להוסיף לכם תבואתו" און מפרש: המצוה הזאת שתשמרו תהי׳ להוסיף לכם תבואתו שבשכרה אני מברך לכם פירות הנטיעות.
בפשטות לערנט מען3, אַז רש"י קומט באַוואָרענען אַז די ווערטער „להוסיף לכם תבואתו" זיינען ניט אַ המשך („דבוק") צו „ובשנה החמישית תאכלו את פריו" — ווייל ווי פּאַסט צו זאָגן אַז צוליב „תאכלו את פריו" וועט זיין דער שכר פון „להוסיף לכם תבואתו"?! — נאָר דאָס איז דבוק צו די פריערדיקע פסוקים וואו עס רעדט זיך וועגן שמירת המצוה: „המצוה הזאת שתשמרו תהי׳ להוסיף כו׳".
עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק די אריכות הלשון אין פרש"י — לכאורה האָט ער געדאַרפט זאָגן בקיצור (ע"ד ווי דער אבן עזרא4) אַז „להוסיף לכם תבואתו" איז „דבק עם קדש הלולים" (וכיו"ב); אָדער (ווי אין רשב"ם4) „להוסיף לכם תבואתו — (לכך תזכו) אם תעשו כאשר צויתי".
און אפילו אַז מ׳וועט איינטייטשן (בדוחק גדול), אַז רש"י וויל אויך קלאָר מאַכן דעם פירוש פון „להוסיף לכם
תבואתו" — אַז דאָס מיינט „בשכרה אני מברך לכם פירות הנטיעות"5 — האָט רש"י געקענט זאָגן בקיצור: „להוסיף לכם תבואתו — בשכר המצוה הזאת אני מברך לכם פירות הנטיעות"?
וואָס איז די אריכות וכפל הלשון אין רש"י: „המצוה הזאת שתשמרו תהי׳ להוסיף לכם תבואתו (און דערנאָך) שבשכרה אני מברך לכם פירות הנטיעות"?
ב. אויך זיינען פאַראַן נאָך כמה דיוקים בלשון רש"י, ומהם:
א) „המצוה הזאת שתשמרו כו׳" — וואָס איז די הוספת הדיוק „הזאת"? אַז רש"י וואָלט געזאָגט „כשתשמרו המצוה" (וכיו"ב, אָן דער הדגשה „הזאת") וואָלט מען אויך געוואוסט אַז עס רעדט זיך וועגן דער מצוה (וואָס וועגן איר רעדט דער פסוק)?
ב) „אני מברך לכם פירות הנטיעות" — פאַרוואָס איז רש"י משנה פון לשון הפסוק „תבואתו"?
אפילו אויב רש"י דאַרף באַוואָרענען אַז דער טייטש פון „תבואתו" דאָ איז6 (ניט תבואת השדה, נאָר) נטיעות הכרם7 (וכהתחלת הענין8: ונטעתם כל עץ מאכל) — האָט רש"י געדאַרפט זאָגן (בקיצור) „מברך לכם הפירות" (אָדער „הנטיעות"). וואָס איז דער כפל הלשון „פירות הנטיעות"?
ג. ווייטער איז רש"י ממשיך: „הי׳ ר׳ עקיבא אומר דברה תורה כנגד יצר הרע שלא יאמר אדם הרי ארבע שנים אני מצטער בו חנם לפיכך נאמר להוסיף לכם תבואתו".
צוליב וואָס ברענגט רש"י דעם מאמר פון ר׳ עקיבא?
לערנען מפרשים9, אַז דערמיט פאַרענטפערט רש"י פאַרוואָס שטייט דער שכר נאָכדעם ווי „ובשנה החמישית תאכלו גו׳" און ניט פריער ביי שמירת המצוה (פאַר וועלכער עס קומט דער שכר) — ברענגט רש"י מאמר רע"ק10, אַז דער שכר קומט דערפאַר וואָס „ארבע שנים אני מצטער בו חנם" — וואָס דער אדם האַלט זיך אָפּ פון עסן די פירות ביז שנה החמישית11, „וה"ק9 מה שתאכלוהו בחמישית בלבד ולא כו׳ יהי׳ להוסיף".
אָבער דער פירוש איז ניט גלאַטיק, ווייל דאָס וואָס דער שכר מצוה שטייט ניט פריער איז מלכתחילה קיין שאלה ניט אין פשוטו של מקרא: בדרך כלל, דאָרט וואו ס׳ווערט געזאָגט אין תורה דער שכר מצוה, שטייט עס בסיום הענין. ועד"ז בעניננו: פריער פאַרענדיקט די תורה אַלע פרטי המצוה (ווי דער אדם דאַרף זיך פירן מיט זיינע פירות) — „שלש שנים . . לא יאכל.
ובשנה הרביעית יהי׳ כל פריו קודש . . (און אַז דוקא נאָכדעם) ובשנה חמישית (מעג זיין) תאכלו את פריו" — און ערשט דערנאָך ווערט אָנגעזאָגט שכר המצוה (וואָס דער אויבערשטער וועט דערפאַר געבן) „להוסיף לכם תבואתו"12.
אויך דאַרף מען האָבן אַ הסברה וואָס רש"י ברענגט דעם ענין בצירוף שם אומרו, וואָס (ווי גערעדט פיל מאָל) רש"י טוט דאָס נאָר דאָרט וואו דאָס איז מוסיף אין הבנת הפירוש.
און נאָכמער: אין דעם גופא איז רש"י מדייק „הי׳ ר׳ עקיבא אומר", אַז ר׳ עקיבא פלעגט שטענדיק זאָגן דעם מאמר — וואָס גיט צו די הדגשה13 אין הבנת הענין?
ד. אין דעם מאמר גופא — וואָס רש"י ברענגט פון ר׳ עקיבא — איז ניט פאַרשטאַנדיק:
עס זיינען דאָ כו"כ מצות, ביי וועלכע תורה זאָגט־אָן דעם שכר המצוה, און רש"י איז ביי זיי ניט מפרש, אַז דער טעם וואָס תורה איז מבטיח שכר המצוה איז „כנגד יצר הרע" (דהיינו, אַז לולא דעם שכר וועט דער יצר הרע ניט לאָזן מקיים זיין די מצוה);
פון וואַנעט איז דער הכרח, אַז דוקא דער שכר איז (אַנדערש פון אַן אַנדער שכר מצוה, און איז) געזאָגט געוואָרן „כנגד יצר הרע" (און ניט ווייל עס קומט דעם אדם דער שכר וויבאַלד אַז ער האָט זיך מצטער געווען חנם ד׳ שנים)?
בשלמא ביי דער פרשה פון „יפת תואר", איז מובן וואָס רש"י זאָגט14 אויף „ולקחת לך לאשה"15 אַז „לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע" — ווייל, ווי רש"י איז מבאר, „אם אין הקב"ה מתירה ישאנה באיסור"; ד. ה. אַז בעצם וואָלט עס געדאַרפט זיין אַ דבר האסור16, נאָר הקב"ה מתירה. ובמילא — אַן ענין וואָס איז מוכח מתוכו אַז דאָס איז געזאָגט געוואָרן נאָר „כנגד יצר הרע"17.
אָבער בכלל איז ענין שכר פאַר אַ מצוה געפינט מען בפירוש אין תורה ביי כו"כ מצות (כנ"ל) און דאָס איז אַ יסוד בנוגע צו מצות (אַז דער אויבערשטער גיט שכר מצות)18 — איז פאַרוואָס איז אויסגעטיילט דער שכר (פאַר דער מצוה פון ערלה און כרם רבעי), אַז דוקא ער איז געזאָגט געוואָרן „כנגד יצר הרע"19?
ה. ווייטער שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „אני ה׳" און איז מפרש: „אני ה׳ המבטיח על כך ונאמן לשמור הבטחתי".
איז ניט מובן: דער לשון הרגיל בפרש"י בכגון דא איז (בקיצור) „נאמן לשלם שכר"20. פאַרוואָס איז רש"י דאָ
מאריך בלשונו — „אני ה׳ המבטיח על כך ונאמן לשמור הבטחתי"?
נאָך מער: ניט נאָר איז עס אַן אריכות הלשון, נאָר אויך אַ שינוי: ניט „נאמן לשלם שכר", נאָר „נאמן לשמור הבטחתי"21. ועוד, רש"י איז משנה (אויך פון זיין פריערדיקן לשון בעניננו „שבשכרה אני מברך כו׳"), און זאָגט אַן ענין פון הבטחה („המבטיח . . לשמור הבטחתי")?
ו. וי"ל הביאור בזה:
די שאלה אין פסוק וואָס רש"י קומט פאַרענטפערן בפירושו איז [ניט בנוגע דעם אָרט פון די ווערטער „להוסיף לכם תבואתו" — וכנ"ל (סעיף ג) אַז אין פשוטו של מקרא איז דאָס מלכתחילה קיין קשיא ניט — נאָר] אין דעם פירוש התיבות:
אויב תורה וואָלט סתם געמיינט אָנזאָגן דעם שכר המצוה, האָט געדאַרפט שטיין (ע"ד ווי אין אַנדערע ערטער22) „למען23 הוסיף לכם תבואתו", אָדער „ואוסיף לכם תבואתו" וכיו"ב.
דער לשון „להוסיף לכם תבואתו" (בלמ"ד בתחלתה) ווייזט, אַז דאָס איז דער מכוון און תכלית פון דער מצוה — „שלש שנים גו׳ לא יאכל. ובשנה הרביעית יהי׳ כל פריו קודש גו׳ (כדי) להוסיף לכם תבואתו". ע"ד „זכור את יום השבת לקדשו"24, וואָס דער „לקדשו" איז (ניט אַ שכר, נאָר) די מטרה און תכלית פון דעם „זכור".
דערפון איז רש"י מכריח, אַז דער פשט אין פסוק איז: „המצוה הזאת
שתשמרו תהי׳ להוסיף לכם תבואתו" — כאָטש אַז בכלל דאַרף מען מקיים זיין אַ מצוה דערפאַר וואָס אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן, אָבער ביי דער מצוה זאָגט תורה, אַז איר שמירה25 איז (מעג זיין) מלכתחילה מיט דער כוונה „להוסיף לכם תבואתו"26.
און דאָס איז וואָס רש"י איז מאריך בלשונו: די ווערטער „להוסיף לכם תבואתו" זיינען ניט קיין אָנזאָג אויף דעם שכר המצוה, נאָר די תורה רעדט דאָ (בעיקר) וועגן כוונת האדם — אַז ער טוט די מצוה כדי „להוסיף לכם תבואתו". קומט אויס, אַז אין פירש"י ווערן אַרויסגעבראַכט צוויי ענינים: (א) דער פירוש פון „להוסיף לכם תבואתו" איז אַז דאָס רעדט זיך וועגן כוונת האדם — „המצוה הזאת שתשמרו תהי׳ להוסיף לכם תבואתו". (ב) דער טעם ווי אַזוי קען דער אדם אַזוי טראַכטן — ווייל (דאָ האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט במיוחד אַז) אַזוי וועט עס זיין בפועל: „שבשכרה אני מברך לכם פירות הנטיעות".
ז. עפ"ז ווערט די שאלה: ווען „להוסיף לכם תבואתו" וואָלט געמיינט דעם אָנזאָג אויף שכר מצוה, וואָלט קיין קשיא ניט געווען וואָס די ווערטער שטייען בסיום הענין (כנ"ל).
אָבער לויט פי׳ רש"י, אַז דאָס באַציט זיך (בעיקר) צו כוונת האדם בעת קיום (שמירת) המצוה — האָט עס געדאַרפט שטיין בסמיכות צו די ווערטער וואָס ריידן וועגן שמירת המצוה („לא יאכל"
— (מיט דער כוונה) להוסיף לכם תבואתו)?
באַוואָרנט עס רש"י דורך דעם וואָס ער איז משנה פון לשון הכתוב „תבואתו" און זאָגט „פירות הנטיעות": דורך שטעלן די ווערטער „להוסיף לכם תבואתו" נאָך „ובשנה החמישית גו׳" וויל דער פסוק אָנדייטן אויפן אופן הברכה: דער פשט אין „להוסיף לכם תבואתו" איז ניט נאָר אַז דער אויבערשטער וועט געבן אַ תוספת ברכה אין דער צמיחה און וואוקס פון די פירות, נאָר אַז אויך נאָכדעם ווי עס וועלן אויסוואַקסן די „פירות הנטיעות" פון שנה החמישית (זייענדיק גרייט צו „תאכלו את פריו"), וועט אין זיי גופא חל זיין ברכת ה׳ באופן של הוספה וריבוי — „אני מברך לכם פירות הנטיעות" [ע"ד ווי רש"י זאָגט אין פ׳ בהר27 „אף בתוך המעים תהא בו ברכה"].
ח. עם בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: מיט וואָס איז די מצוה אַנדערש פון אַלע אַנדערע מצות וואָס דוקא באַ איר, איז: א) תורה זאָגט אָן אַז מען מעג מלכתחילה מקיים זיין די מצוה כדי „להוסיף לכם תבואתו"; ב) דער שכר עצמו איז אַנדערש ווי דער שכר פון אַנדערע מצות (אין אַן אופן שלא בערך — אַ ברכה אין „פירות הנטיעות" כנ"ל)?
ברענגט דערפאַר רש"י דעם מאמר פון ר׳ עקיבא — „דברה תורה כנגד יצר הרע שלא יאמר אדם כו׳": וויבאַלד ס׳איז זייער שווער צו מקיים זיין די מצוה, וואָרום אַ מענטש קען דאָך טענה׳ן „ארבע שנים אני מצטער בו
חנם" — האָט מען „מתיר" געמאַכט („כנגד יצר הרע") צו האָבן אין זינען דעם שכר המצוה בעת קיומה; און כדי צו „באַפרידיקן" דעם יצה"ר איז דער אויבערשטער מבטיח אַ שכר שלא ע"ד הרגיל.
ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק בפשטות וואָס רש"י איז דערנאָך ממשיך „אני ה׳ — אני ה׳ המבטיח על כך ונאמן לשמור הבטחתי": דאָ איז ניט מספיק דער זירוז „נאמן לשלם שכר" ווי באַ אַנדערע מצות — היות אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַ מצוה וואָס דער אדם טוט מלכתחילה לשם שכרה, און לולא דעם וואָלט דער יצר הרע אויסגעפירט, ניט דערלאָזן צו מקיים זיין די מצוה —
דעריבער איז דאָ דער פירוש פון „אני ה׳" — „המבטיח על כך ונאמן לשמור הבטחתי": וויסנדיק אַז דאָס איז אַ הבטחה פון אויבערשטן און ער איז „נאמן לשמור הבטחתי", איז דאָס מספיק אַז אויך דער יצר הרע זאָל מוזן מסכים זיין אויפן קיום המצוה28.
ט. ביי אַ תלמיד ממולח קען זיך אָבער דערוועקן אַ שאלה: ווי קומט עס אַז מ׳זאָל ביי דער מצוה אַזויפיל משנה זיין פון אַלע מצות — מתיר מאַכן צו אָפּהיטן לשם שכר, און דערצו נאָך מבטיח זיין אַ שכר בלתי טבעי ורגיל כלל — און דאָס אַלץ צוליב איינעם וואָס איז אין אַזאַ שפל המצב אַז דער איינציקער וועג צו פּועל׳ן אויף אים איז צו באַוואָרענען „כנגד יצר הרע"?
זאָגט רש"י אַז דאָס זאָגט ר׳ עקיבא — דער וואָס האָט געזאָגט „ואהבת לרעך
כמוך . . זה כלל גדול בתורה"29; אויך איז ר׳ עקיבא געווען דער וואָס „הי׳ רגיל לזכות את ישראל"30. און לויט שיטת רע"ק, אַז געפינען אַ זכות אויף יעדן אידן און פּרואוון אים העלפן כו', איז אַ כלל גדול בתורה — איז מובן פאַרוואָס תורה פאַרנעמט זיך מיט יעדן אידן און באַוואָרנט אויך אַזאַ וואָס דאַרף אָנקומען צו „דברה תורה כנגד יצר הרע".
דערביי איז רש"י מדייק „הי׳ ר׳ עקיבא אומר", אַז ער פלעגט דעם מאמר נאָכאַנאַנד חזר׳ן, וואָס דאָס באַווייזט אַז אין דער באַוואָרעניש פון „דברה תורה כנגד יצר הרע" האָט זיך „אַרויסגעזאָגט" אַ זאַך, וואָס איז במיוחד פאַרבונדן מיט מהותו ומעלתו של ר׳ עקיבא31 — און דערפאַר האָט דוקא ר׳ עקיבא גע׳חזר׳ט וועגן דער גרויסער תועלת דערפון:
ר׳ עקיבא האָט די ערשטע פערציג יאָר פון זיין לעבן ניט געלערנט קיין תורה32. ערשט דאַן, ווען מען האָט אים צוגעזאָגט שכר אויב ער וועט גיין לערנען תורה, איז ער געגאַנגען לערנען33.
קומט אויס, אַז ביי ר׳ עקיבא׳ן איז געווען כעין דעם מצב פון „הרי ארבע שנים אני מצטער בו חנם": זיין גיין לערנען תורה איז געווען פאַרבונדן מיט „אַוועקוואַרפן" די ערשטע פערציג יאָר פון זיין לעבן; דורך גיין לערנען תורה איז ער מדגיש אַז די פריערדיקע יאָרן זיינען „מצטער בו חנם" (זיי זיינען אומזיסטע יאָרן);
און — ער איז געגאַנגען לערנען תורה צוליב אַ שכר34 — ואעפ"כ האָט ער מצליח געווען אין לימוד התורה מיט אַזאַ הצלחה מופלגה ועילוי נעלה כ"כ35, ביז אַז „כולהו אליבא דר׳ עקיבא"36.
און דעריבער „הי׳ ר׳ עקיבא אומר דברה תורה כו׳" — ווייל כעין זה איז געווען דער מצב מיט אים: דורך הבטחת שכר האָט ער אָנגעהייבן לערנען תורה און סו"ס — געקומען צו זיין מדריגה מעלת ר׳ עקיבא.
יו"ד. עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק (בפנימיות הענינים): סוף־סוף איז די נויטיקייט פון „דברה תורה כנגד יצה"ר" בלויז פאַר מתי מספר פון אידן וועלכע זיינען גאר בשפל המצב — פאַרוואָס איז די מצוה אויסגעשטעלט געוואָרן באופן כזה פאַר אַלע אידן, אין אַן אופן וואָס איז מדגיש „דברה תורה כנגד יצר הרע"?
איז דער ביאור אין דעם: דער פירוש הפנימי אין „דברה תורה כנגד יצה"ר" איז, אַז די מצוה איז ענינה, וואָס תורה וויל דערמיט איבערמאַכן דעם יצר הרע (ע"ד ואהבת גו׳ בכל לבבך בשני יצריך37), אַז דער יצה"ר מצד עצמו זאָל וועלן טאָן אַ מצוה38. און דערפאַר איז דער שכר פון דער מצוה „להוסיף לכם תבואתו", ווייל דוקא דורכן בירור (ואתהפכא) פון יצה"ר און נפש הבהמית ווערט די אמת׳ע „הוספה" אין קדושה, כידוע הפירוש39 אין „ורב תבואות בכח שור"40, אַז דער „ורב תבואות" (הוספה ועילוי רב בקדושה) קומט „בכח שור" דוקא, דורכן בירור פון נפש הבהמית.
און מהטעמים דערויף איז, ווייל די עבודה איז פאַרבונדן מיט צער: עבודת הנשמה מצ"ע איז מתוך עונג, אָבער די עבודה פון בירור נפש הבהמית פאָדערט יגיעה צו דורכברעכן דעם העלם והסתר פון נה"ב, דורך אתכפיא.
און דעריבער מוז פריער זיין דער צער פון ארבע שנים וואָס דער נפש הבהמית האָט ניט קיין הנאה41 פון דער תבואה,
און דורך דער אתכפיא, ווערט דערנאָך אתהפכא, ביז עס ווערט „להוסיף לכם תבואתו" — ורב תבואות בכח שור.
(משיחות ש"פ אחו"ק תשכ"ח, ש"פ קדושים תשל"ו)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
📹 Video Shiurim
🎧 Audio Shiurim
The Sicha
Listen
The Sicha
Sicha Discourse
Rabbi Yosef Chaim Kantor Sicha Discourse English
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Yosef Chaim Kantor Sicha Discourse English
In Depth
Listen
In Depth
Shiur
Rabbi Yaakov Moshe Wolberg
Listen
Shiur
Rabbi Yaakov Moshe Wolberg
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
Listen
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Listen
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
10 Minute Sicha
Rabbi Nechemia Deitsch
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Nechemia Deitsch
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Full Sicha
Rabbi Avraham Brashevitzky
Listen
Full Sicha
Rabbi Avraham Brashevitzky
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter