מסעי ב
"בימי חכמים הראשונים, שכל העם היו עונים הללויה אחר כל דבר", שע"י הקריאה באופן זה נעשה אחדות בקריאת ההלל. ולכן "מאה ועשרים ושלש פעמים שישראל עונין הללויה כנגד שנותיו של אהרן", דענינו של אהרן הוא שלום ואחדות.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. בשייכות מיט דער צאָל פון שנות חיי אהרן הכהן וואָס ווערט דערציילט אין אַ פסוק בפ”ע בפרשתנו1 — „ואהרן בן שלש ועשרים ומאת שנה במותו בהר ההר” — שטייט אין ירושלמי2: מאה ועשרים ושלש פעמים שישראל עונין הללוי’ (ביי אמירת הלל3) כנגד שנותיו של אהרן.
וואָס איז דער קשר פון עניית „הללוי’” מיט „שנותיו של אהרן”? איז דער ירושלמי מבאר4: הללוי’ הללו א־ל בקדשו5, לאהרן קדושו, לאהרן קדוש ה’6. ד. ה. אַז דער הילול פון דעם אויבערשטן איז פאַרבונדן מיט אהרן קדוש ה’, ווי עס שטייט „הללו א־ל בקדשו”.
פון דעם גופא וואָס דער ירושלמי פאַרבינדט אמירת קכ”ג פעמים הללוי’
כנגד שנותיו של אהרן מיטן פסוק „הללו א־ל בקדשו” — אַז דער הילול דאַרף זיין „בקדשו” — איז מובן, אַז די שייכות פון אהרן צו אמירת הלל איז ניט בלויז אין אַן ענין פון מספר (וואָס ביידע איז מספרם קכ”ג), וואָס איז בלויז אַן ענין חיצוני7, נאָר עס איז פאַראַן צווישן זייאַ שייכות אין תוכן: אמירת הלל דאַרף זיין פאַרבונדן מיט „קדשו”, וועלכער איז ענינו של אהרן; ואדרבה — דאָס איז די סיבה אויף דעם וואָס זיי גלייכן זיך אויס אין זייער חשבון.
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות פון ענית הללוי’ (בהלל) מיט אהרן8?
ב. אָט־דער ענין (אַז די קכ”ג פעמים הללוי’ זיינען כנגד שנותיו של אהרן) ווערט געבראַכט אין ספר הרמב”ם, אין די הלכות פון אמירת הלל (וואָס ער האָט אַריינגעשטעלט9 אין הלכות חנוכה10), בשעת ער רעדט וועגן דעם מנהג פון אמירת ההלל „בימי חכמים הראשונים”, וזה לשונו:
אחר שמברך הגדול שמקרא את ההלל מתחיל ואומר הללוי’ וכל העם עונין הללוי’ וחוזר ואומר הללו עבדי ה’ וכל העם עונין הללוי’ וחוזר ואומר הללו את שם ה’ וכל העם עונין הללוי’ וחוזר ואומר יהי שם ה’ מבורך מעתה ועד עולם וכל העם עונין הללוי’, וכן על כל
דבר, עד שנמצאו עונין בכל ההלל הללוי’ מאה ושלש ועשרים פעמים, סימן להם שנותיו של אהרן.
דאַרף מען פאַרשטיין: ס’איז ידוע אַז דער ספר יד החזקה להרמב”ם איז אַ ספר פון „הלכות הלכות”11, ד. ה. ער ברענגט בספרו בלויז עניני הלכה (און ניט עניני דרוש אָדער סיפור דברים), ובלשון היעב”ץ12: ודברים שאין יוצא מהן דין מהדינים ולא מוסר והנהגה וידיעה הצריכה אין מדרכו ז”ל להטפל בהם בחיבור זה — איז לשם מה ברענגט ער אָט־דעם סימן?
בפשטות איז דער טעם פון אַ סימן אויף צו העלפן געדענקען. ובנדו”ד — געדענקען דעם מספר ענית ההלל (וי”ל שזהו ווען ס’איז ניט קיין מספר רגיל)13. אָבער ס’איז שווער צו זאָגן אַז בלויז דערפאַר ברענגט עס דער רמב”ם, ווייל ס’איז ניט דרכו של הרמב”ם בספרו יד החזקה צו געבן סימנים אויף געדענקען די מספרים וועלכע ער בריינגט14.
איז דערפאַר מסתבר צו זאָגן,אַז דער סימן איז אויך אַ הלכה.
ויש לומר די נקודת הביאור בזה:
מיטן ברענגען דעם סימן איז דער רמב”ם אויסן צו אָנדייטען דעם גדר פון
עניית הללוי’: אַז די אַלע קכ”ג פעמים וואָס מען דאַרף עונה זיין הללוי’ שטעלן צוזאַמען איין ענין (בדוגמת שנותיו פון איין און דעמזעלבן מענטשן)15, ובמילא, אַז מען פאַרפעלט עניית הללוי’ איין מאָל, פעלט אין דער „שלימות” פון דעם ענין — עס מוז זיין דער פולער מספר פון קכ”ג עניות, וואָס שטעלן צוזאַמען אַ תוכן מיוחד (כנגד שנותיו של אהרן).
וואָס איז די הסברה פון דעם, אַז די קכ”ג פעמים עניית הללוי’ זיינען אַלע צוזאַמען איין ענין?
אויך: וויבאַלד אַז דער סימן איז „שנותיו של אהרן”, איז דערפון מובן, אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט ענינו של אהרן16. וואָס איז די שייכות17?
ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם שיטת הרמב”ם בסדר אמירת הלל — וואָס ער שרייבט18 (בנוגע דעם מנהג האמור וואָס איז געווען „בימי חכמים הראשונים”): זה הוא המנהג הראשון ובו ראוי לילך.
איז לכאורה ניט מובן: ס’איז מבואר אין מפרשי הש”ס19, אַז דער טעם פון
דעם מנהג הנ”ל „בימי חכמים הראשונים” איז געווען מצד מיעוט הידיעה בזמן ההוא, עס זיינען געווען אַ סך „אינם בקיאים” וועלכע האָבן געמוזט יוצא זיין אמירת הלל דורך דעם שליח צבור.
היינט ווי זאָגט דער רמב”ם אַז ס’איז „ראוי לילך” אין דעם מנהג, און ניט אַז „ראוי” אַז יעדערער זאָל אַליין זאָגן הלל20?
איז דערפון גופא געדרונגען אַז לדעת הרמב”ם, איז אע”פ וואָס די סיבת התקנה (אין סדר אמירת הלל) איז געווען צוליב די „אינם בקיאים” — האָט מען אָבער איינגעשטעלט דעם סדר האמירה אין אַזאַ אופן, אַז ס’זאָל דורכדעם גאָרניט פעלן בהאמירה (אויך פון די בקיאים); ס’איז ווי מ’וואָלט אַליין געזאָגט גאַנץ הלל.
ויש לומר, אַז דער טעם דערויף איז מובן מדברי הרמב”ם אין זיין פסק הלכה אין סדר אמירת הלל, וואו ער זאָגט אַז:
(א) די עניית העם איז — הללוי’21 (ניט ווי די דיעה פון אַנדערע ראשונים22, אַז עניית הללוי’ איז געווען נאָר ביים ערשטן פרק פון הלל, אָבער ביי די
אַנדערע פרקים פלעגט מען ענטפערן דעם וואָרט וועלכער איז ראש אותו הפרק);
(ב) עס איז פאַראַן אַ מספר מסוים פון די עניות הללוי’ („סימן להם שנותיו של אהרן”), ד. ה. מ’מוז האָבן אַלע קכ”ג פעמים.
ד. דער ביאור אין דעם:
בנוגע דעם סדר פון עונה זיין בשעת אַ גדול איז מקריא את ההלל, פרעגט דער מאירי23: צוליב וואָס דאַרף מען האָבן די ענית פון הללוי’ — מען קען דאָך יוצא זיין (הלל) דורך הערן פון שליח צבור (דשומע כעונה24)? און ער ענטפערט, אַז הלל „כעין תפלה הוא”, און ביי תפלה איז אַ כלל25 אַז „אין אדם מוציא ידי חבירו בה”. נאָר וויבאַלד אַז „אינה תפלה גמורה” האָט מען מקיל געווען, אַז מ’דאַרף ניט זאָגן גאַנץ הלל (ווי ביי תפלה), נאָר ס’איז גענוג דאָס ענטפערן הללוי’ או כיו”ב.
פון דעם אָבער וואָס דער רמב”ם זאָגט וועגן דעם מנהג „ובו ראוי לילך”, איז משמע, אַז דאָס איז ניט אַ קולא (וואָרום דעמולט איז מובן, אַז עס איז מער ראוי ניט צו נוצן אַ קולא (און זאָגן גאַנץ הלל)).
ולכן י”ל, אַז לדעת הרמב”ם טוען אויף די עניות הללוי’ אַז עס זאָל פאַררעכנט ווערן פּונקט ווי מ’וואָלט אַליין געזאָגט (גאַנץ) הלל. וע”ד ווי מ’געפינט ביי עניית אמן אויף אַ ברכה, אַז „העונה אמן אחר המברך הרי זה כמברך”26: בשעת מ’הערט און מ’האָט כוונה צו
יוצא זיין אָבער מען ענטפערט ניט קיין אמן, איז מען אויך יוצא י”ח, אָבער מ’איז ניט „כמברך”. אָבער ווען מ’איז עונה אמן, איז „הרי זה כמברך”.
דאָס הייסט: לויטן מאירי, זיינען די עניות הללוי’ וראשי פרקים (ניט אַן אויפטו אין עצם חיוב פון אמירת הלל, נאָר זיי זיינען) אַ תקנה נוספת, ובלשונו27: „כדי להפליג בהערת השמחה”; דאָס הייסט, דעם חיוב פון אמירת הלל קען מען יוצא זיין בשמיעה מדין שומע כעונה28, נאָר כדי עס זאָל זיין שמחה, מוז זיין אַ השתתפות באמירה בפועל, און דאָס איז דורך עניות הללוי’ כו’.
דער רמב”ם לערנט אָבער, אַז עניית הללוי’ כו’ איז (ניט אַ זייטיקער ענין בחיוב אמירת הלל, נאָר) אַ טייל פון חיוב אמירת הלל: דער ענין השמחה שבהחיוב דהלל מאַכט אַ חיוב אַז מ’מוז זאָגן (גאַנץ) הלל, און דערפאַר האָט מען מתקן געווען די עניות כו’ כדי יעדערער זאָל ווערן „כאומר הלל”. ומהאי טעמא איז עס אַ מנהג וואָס „בו ראוי לילך”29.
ה. וויבאַלד אַז די עניות דאַרפן אויפטאָן אַז מ’זאָל זיין „כאומר הלל”, איז פאַרשטאַנדיק, אַז מ’האָט מתקן
געווען אַ נוסח ( — אויסגעקליבן אַ וואָרט) וואָס האָט אַ שייכות צו (גאַנץ און גאַנצקייט פון) הלל — ע”ד ווי עניית „אמן” (מלשון אמת30), וואָס טוט אויף מ’זאָל זיין „כמברך”.
און דעריבער האַלט דער רמב”ם אַז מען האָט עונה געווען „הללוי’ על כל דבר” (און ניט — ראשי הפרקים) — וואָרום דאָס דריקט אויס דעם תוכן כללי ועיקרי פון הלל.
און היות אַז דער מכוון פון דעם סדר איז, כדי עס זאָל זיין ווי מ’זאָגט אַליין גאַנץ הלל — איז מובן, אַז דערצו פאָדערן זיך אַלע קכ”ג פעמים עניית הללוי’, וואָס דערפאַר ברענגט דער רמב”ם דעם סימן (כנ”ל ס”ב).
ו. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון עניית הללוי’ של העם צו אהרן’ן, און אויך — צו „שנותיו של אהרן”:
ענינו של אהרן איז — „אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה”31 — די אחדות פון אַלע אידן.
און דער ענין של אהרן ווערט אויסגעדריקט אין תורה בקשר עם מנין שנות חייו: בשעת מותו, ווען ער איז געווען בן קכ”ג שנה, שטייט אין פסוק32 „ויבכו גו’ כל בית ישראל”, און חז”ל33 זיינען מבאר, אַז אין דעם איז אהרן געווען אפילו מער ווי משה, וואָרום ענינו איז געווען „רודף שלום כו’”.
און דאָס איז די שייכות פון די עניות הללוי’ צו „שנותיו של אהרן”, ווייל
[נוסף לזה וואָס די סיבה פון דער תקנה איז געווען צוליב די „אינם בקיאים” — בדוגמת אהרן וואָס איז געווען „אוהב את הבריות (הרחוקים מתורת ה’ ועבודתו34) ומקרבן לתורה” — איז אויך]
דער אויפטו פון דער תקנה איז, אַז אַנשטאָט יעדער איד זאָל זאָגן הלל פאַר זיך, ווערן אַלע אידן נתאחד אין איין אמירת הלל.
און נאָך מער: וויבאַלד אַז די עניות טוען אויף עס זאָל זיין כאילו יעדערער זאָגט גאַנץ הלל, קומט אויס אַז דאָס איז אַן אחדות אמתית35:
ווען מ’איז יוצא בלויז אין אַן אופן פון „שומע כעונה” — איז דאָס נאָך ניט קיין שלימות האחדות. ווייל אע”פ אַז אַלע זיינען יוצא מיט דער זעלבער אמירת הלל, איז דאָס אָבער אין אַן אופן וואָס דער קיום מצות הלל איז ניט גלייך ביי אַלעמען: איינער (דער ש”ץ) איז איר מקיים דורך אמירה, און אַלע אַנדערע זיינען בלויז שומע („מקבל”) פון דעם ש”ץ און יוצא ידי חובתם דורך זיין אמירה36.
אָבער דורך די עניות פון הללוי’ ווערט אויפגעטאָן אַז אַלע האָבן דעם ענין ההלל אויף דעם זעלבן אופן — אמירת הלל; און דאָס גופא איז אין אַן אופן של אחדות: די איין אמירה של הש”ץ איז די אמירה פון „כל העם” וואָס זיינען „עונין”.
ז. על פי כל הנ”ל יש לומר, אַז דאָס איז אויך דער ביאור — בדרך סימן ורמז — אין אַ שאלה כללית אין רמב”ם דאָ: פאַרוואָס האָט דער רמב”ם אַריינגעשטעלט די הלכות פון הלל אין הלכות חנוכה37? לכאורה איז מקומן אין הלכות תפלה38?
ועל פי הנ”ל יובן: לויטן ביאור האמור קומט אויס, אַז איינער פון די עיקר’דיקע ענינים אין אמירת הלל (לויטן מנהג הראשון אָבער וואָס „בו ראוי לילך”) איז די אחדות פון אידן — דאָס וואָס אַלע אידן צוזאַמען שטייען אין אַ מצב פון שלום בתכלית, ביז צו אַן אחדות שלימה.
און דאָס איז דער סיום וחותם (וואָס „הכל הולך אחר החיתום”39) פון הלכות חנוכה, אַז „כל40 התורה ניתנה לעשות שלום בעולם”41.
ח. די גמרא42 זאָגט „ביקש הקב”ה לעשות חזקי’ משיח”, נאָר ווייל „עשית לו כל הנסים הללו ולא אמר שירה לפניך”, דעריבער איז ער ניט געווען דער וואָס האָט גואל געווען די אידן.
וויבאַלד אַז מרובה מדה טובה כו’43, איז מובן, אַז דער ענין פון אמירת הלל ושירה אויף ניסים איז מקרב און מביא די גאולה.
ויהי רצון,אַז דורך דעם בירור הלכה אין הלכות הלל,
און אויך דורך דעם (מעשה הוא העיקר —) משבח ומהלל זיין דעם אויבערשטן אויף אַלע נסים וואָס ער טוט מיט אידן, וואָס מ’זעט בגלוי אַז „יד ה’ עשתה זאת”44, „כי ה’ אלקיך הוא הנותן לך כח לעשות חיל”45,
זאָל מען זוכה זיין בקרוב ממש צו דער אמירת שירה העשירית46 דלעת”ל און נאָכמער — באופן פון שיר חדש47, בגאולה האמיתית והשלימה ע”י משיח צדקנו.
(משיחות ש”פ מטו”מ תשל”ז, ש”פ מסעי תשמ”א)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.