ל"ג בעומר
תלמידי ר"ע "לא נהגו כבוד זה בזה" מצד אהבת ישראל שלהם, דכל תלמיד רצה להשפיע על חביריו לעבוד את ה' על פי הדרך שבה הוא הבין את שיטת רבי עקיבא. אך באמת דוקא בהנהגת רשב"י התבטא אמיתית הנהגת ר"ע ד"נכנס בשלום ויצא בשלום".
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. בנוגע דער שמחה אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר, ווערן געבראַכט כמה טעמים ומהם:
א) די תלמידים פון ר׳ עקיבא (וואָס „מתו מפסח ועד עצרת"1) „פסקו מלמות"2.
ב) ס׳איז הילולא דרשב"י3 — דער יאָרצייט פון רשב"י4 (וואָס ער האָט אָנגעזאָגט אַז מען זאָל זיך פרייען ביום הסתלקותו5).
אַלע ענינים פון תורה זיינען בדיוק. דאַרף מען זאָגן, אַז ס׳איז פאַראַן אַ שייכות בתוכן וענין צווישן די צוויי מאורעות הנ"ל, נוסף ע"ז וואָס רשב"י איז תלמידו של רע"ק.
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות צווישן דעם וואָס תלמידי רע"ק „פסקו מלמות" צו הילולא דרשב"י?
ולכאורה, אדרבה — ס׳איז אַ דבר והיפוכו: רשב"י איז דאָך געווען איינער פון די חמשה תלמידים פון ר׳ עקיבא וואָס זיינען געבליבן לעבן און „הם העמידו תורה"6. הייסט עס דאָך, אַז די שמחה דערפון וואָס תלמידי רע"ק פסקו מלמות איז מדגיש ווי ל"ג בעומר איז אַ
טאָג וואָס רשב"י, און די אַנדערע תלמידים (והאחרונים) דרע"ק, בלייבן בחיים — דער היפך פון הסתלקות (דרשב"י)!
וי"ל הביאור אין דעם: אין דעם יום ההסתלקות פון אַ צדיק קומען זיך צוזאַמען „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו"7, וואָס דאָס (מעשיו וכו׳) זיינען חייו האמתים8, איז פאַרשטאַנדיק, אַז ביום ההסתלקות9 דערגרייכט ער זיין שלימות10, און דאָס איז מאיר בגילוי.
און וויבאַלד אַז די עבודה פון רשב"י איז געווען היפך פון די (כ"ד אלף תלמידי רע"ק ש)מתו11, זי איז אַן עבודה וואָס ברענגט צו „פסקו מלמות" (כדלקמן) — דעריבער איז זיין הילולא (ווען שלימות עבודתו איז מאיר בגילוי) אין דעם טאָג פון „פסקו" — ל"ג בעומר12.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז פון די חמשה תלמידי רע"ק איז דוקא
די הסתלקות פון רשב"י געווען בל"ג בעומר, דאַרף מען זאָגן אַז דער ענין פון „פסקו מלמות" האָט אַ שייכות מיוחדת צו אים, מערער ווי צו די אַנדערע פיר תלמידים —
מיט וואָס איז רשב"י אויסגעטיילט בענין זה פון די אַנדערע פיר תלמידי רע"ק?
ב. וי"ל בהקדים הביאור אין דעם מאמר חז"ל13 אַז די כ"ד אלף תלמידי ר׳ עקיבא „לא נהגו כבוד זה לזה". דלכאורה תמוה:
ר׳ עקיבא איז דאָך דער בעל המאמר אַז „ואהבת לרעך כמוך — זה כלל גדול בתורה"14. היינט ווי קען זיין, אַז תלמידיו — וואָס תורת אמת רופט זיי אַן תלמידי רע"ק — זאָלן ניט נוהג זיין כבוד זה לזה?
איז איינער פון די ביאורים אין דעם15: יעדערער פון די תלמידי רע"ק האָט געהאַט זיין וועג ווי ער האָט פאַרשטאַנען תורת רבו16 און לויט דעם געדינט דעם אויבערשטן (ביי איינעם איז דער עיקר געווען — אהבת ה', ביי אַ צווייטן — יראת השם, אא"וו); איז יעדערער געווען אַזוי דורכגענומען17 מיט זיין אופן הלימוד והעבודה, ביז אַז ביי יעדן פון זיי האָט זיך אָפּגעלייגט אַז דער וואָס פאָלגט ניט נאָך דעם דרך, פעלט אים
אין שלימות.
און וויבאַלד זיי זיינען געווען תלמידי רע"ק וואָס האָט זיך „געקאָכט" אין דעם ענין פון „ואהבת לרעך כמוך", האָט יעדערער פון זיי זיך ניט באַנוגנט מיט דער אייגענער עלי׳ מחיל אל חיל, נאָר ער האָט זיך משתדל געווען צו משפיע זיין אויף אַלע זיינע חברים אַז אויך זיי זאָלן דינען דעם אויבערשטן דוקא אויף זיין דרך.
און ווען די אַנדערע תלמידים האָבן ניט מקבל געווען דעם דרך (זייענדיק דורכגענומען מיט זייער דרך העבודה) — איז „לא נהגו כבוד זה לזה": זייענדיק אנשי אמת (ניט ח"ו „אחת בפה ואחת בלב"18), האָט ניט געקענט זיין קיין ריכטיקער רגש של כבוד פון איינעם צום צווייטן, היות אַז לדעתו האָט ביים צווייטן געפעלט אין שלימות דעבודתו ית׳.
ג. וויבאַלד אַז זיי זיינען געווען תלמידי רע"ק, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אָט דער סדר העבודה פון תלמידי רע"ק — צו זיין אַזוי שטאַרק אַריינגעטאָן יעדערער אין זיין אופן העבודה, ביז ניט צו געבן קיין אָרט אַז אַן אַנדער דרך קען אויך האָבן שלימות — האָט אַ שרש אין עבודת רע"ק עצמו.
וי"ל די הסברה בזה: רבי עקיבא איז כל ימיו געווען בתשוקה און אין דעם ענין פון מסירת נפש. ווי די גמרא19 זאָגט, אַז ר׳ עקיבא האָט געזאָגט לתלמידיו: „כל ימי הייתי מצטער . . מתי יבוא לידי ואקיימנו".
מסירת נפש איז אַן ענין וואָס נעמט דויד דעם מענטשן אינגאַנצן. ווען
איינער שטייט אין מסירת נפש, בלייבט ניט קיין זאַך בנפשו וכו׳ וואָס זאָל ניט דורכגענומען ווערן פון דער מסירת נפש.
און דאָס איז אויך געווען דער סדר עבודה פון די כ"ד אלף תלמידי ר׳ עקיבא:
זיי האָבן מקבל געווען פון ר׳ עקיבא׳ן אָט די תשוקה צו מסירת נפש, ובמילא איז יעדער ענין פון עבודת ה׳ ביי זיי געווען מיט אַ מסירת נפש, פאַרנומען און דורכגענומען זייער גאַנצע מציאות. זיי זיינען געווען אַזוי איבערגעגעבן צו דעם ענין בכל לב ונפש, ביז אַז ס׳איז (באותה שעה) ניט געווען קיין אָרט פאַר אַ צווייטן ענין.
ד. אעפ"כ, ניט קוקנדיק אויף דעם גודל העילוי פון זייער עבודה, איז עס געווען ניט כפי הכוונה בשלימותה.
די עבודה פון מסירת נפש אַליין ברענגט דעם מענטשן צו „רצוא" — וועלן „אַרויסגיין" פון וועלט און אויסגיין צום אויבערשטן בכלות הנפש; און דעריבער, אע"פ אַז פאַר זיי איז עס אַן עילוי גדול ביותר — עבודה מתוך מסירת נפש — איז עס ניט כפי שלימות הכוונה, ווייל די כוונה עליונה איז אַז דער מסירת נפש, „רצוא", זאָל אַראָפּקומען און נאָכמער בריינגען צו „שוב", ממשיך זיין אלקות למטה20. וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך אַן עבודה מסודרה דוקא, עבודה ע"פ טעם ודעת.
וי"ל אַז דאָס איז אויך דער פירוש (הפנימי) פון מחז"ל13 „וכולן מתו . . מפני שלא נהגו כבוד זה לזה והי׳ העולם שמם": וויבאַלד אַז זייער עבודה איז געווען אין אַן אופן פון מסירת נפש ורצוא, איז דער עולם, די וועלט למטה, געווען „שמם" — ניט אַ מקום דירה „ישב אדם שם" נאָר ע"ד מדבר דקדושה21, ס׳איז ניט געווען קיין המשכת אלקות באופן דעיקר בקביעות למטה.
און דאָס איז געווען דער אויפטו פון די חמשת תלמידים וואָס „הם העמידו תורה" — די עבודה פון „שוב"22.
— זיכער איז אויך ביי די תלמידים, תלמידי רע"ק, געווען די מסירת נפש. ביי זיי איז עס אָבער געווען אדרבא — אין דעם אופן בשלימות ווי ס׳איז געווען ביי ר׳ עקיבא רבם, וואָס זיין „רצוא" איז געווען אין אַן אופן פון „נכנס בשלום (ובמילא האָט עס געבראכט צו) ויצא בשלום"23: זיין מסירת נפש ורצוא איז געווען מלכתחילה, ווען „נכנס (אין אַן אופן פון) בשלום" — באופן אַז דאָס זאָל אים ברענגען שפּעטער צו „יצא בשלום" „שוב"; זיין וועלן זיך באַהעפטן צום אויבערשטן מיט אַ כלות הנפש אַן קיין הגבלה, האָט אים געבראַכט צו אַ תוס׳ חיות ביז בשלימות — אין דער עבודה פון המשכת אלקות למטה.
ה. ויש לומר ע"ד הרמז, אַז דאָס איז דער טעם פאַרוואָס ל"ג בעומר איז אין דעם טאָג פון ח"י אייר:
ס׳איז ידוע דער פתגם פון רבותינו נשיאינו24 בנוגע צו ח"י אלול, אַז דאָס איז דער טאָג וואָס „גיט אַ חיות" אין דער עבודה פון אלול. ועד"ז קען מען זאָגן בעניננו, אַז ח"י אייר (ל"ג בעומר) „גיט אַ חיות" אין דער עבודה פון חודש אייר.
די הסברה אין דעם: וועגן די חדשים ניסן ואייר איז ידוע25, אַז ניסן — חודש הראשון — איז כנגד מדת החסד, און אייר — חודש השני — איז כנגד מדת הגבורה.
וואָס דאָס איז איינער פון די ביאורים אין דער שייכות פון פטירת תלמידי ר׳ עקיבא מיט ימי הספירה (וואָס עיקרם איז בחודש אייר26) — ווייל די עבודה פון אייר איז אין דעם קו הגבורה, העלאה ממטה למעלה, רצוא.
קומט ל"ג בעומר און „גיט אַ חיות" אין אָט דער עבודה, אַז דער רצוא והעלאה זאָל ניט זיין אין אַן אופן וואָס ברענגט צו „למות" און „עולם שמם", נאָר אדרבה — עס ברענגט אַ חיות (לעבן) אין דער עבודה, אַז זי זאָל ברענגען צו דער עבודה פון שוב27 — „(נכנס בשלום ו)יצא בשלום".
ו. און דעם אופן העבודה געפינט מען בגילוי ביי רשב"י28:
די י"ג שנה וואָס ער איז געווען אין דער מערה, איז ער דאָך געווען בהתבודדות פון וועלט, ביז אַז כמה מצות מעשיות האָט ער ניט געהאַט די מעגלעכקייט זיי מקיים צו זיין, ער האָט זיי מקיים געווען נאָר ברוחניות הענינים29. וואָס דאָס איז אַן ענין פון „רצוא";
אָבער דאָס גופא האָט אים געבראַכט30, אַז אַרויסגייענדיק פון מערה, איז זיין סדר עבודה געווען ניט התבודדות און אַוועקגיין פון ישוב פון וועלט, נאָר אדרבה — „כל היכא דהוה מחי ר"א הוי מסי ר׳ שמעון"31 — ער האָט געבראַכט אַ רפואה לעולם, און נאָך מער: „אמר איכא מילתא דבעי לתקוני"32 — ער האָט געזוכט וואָס ער קען מתקן זיין אין וועלט.
ווייל ביי רשב"י — וואָס האָט געזאָגט „מדותי תרומות מתרומות מדותיו של ר׳ עקיבא"33 — איז געווען בגלוי די שלימות אופן עבודת ר׳ עקיבא רבו, פון „נכנס בשלום ויצא בשלום";
זיין אַריינגיין און זיין במערה (רצוא) האָט געבראַכט דעם „שוב" — תיקון וישוב העולם.
און דוגמתו בלימוד התורה שלו34: איידער זיין זיין במערה „מקשי32 רשב"י ומפרק לי׳ רפב"י" און „תריסר פירוקי", נָאך דער מערה „מקשי רפב"י ומפרק לי׳ רשב"י" און „עשרים וארבעי פירוקי" — כפלים לתושי׳.
(משיחת ש"פ אמור, ערב ל"ג בעומר, תש"מ)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
📹 Video Shiurim
🎧 Audio Shiurim
The Sicha
Listen
The Sicha
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
Listen
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
The Sicha
Rabbi Shloimy Greenwald
Listen
The Sicha
Rabbi Shloimy Greenwald
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Listen
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
10 Minute Sicha
Rabbi Nechemia Deitsch
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Nechemia Deitsch