קרח א
אות המטה הוא ראיה שאהרן הוא כהן גדול ומנושא מקהל ה'. דפריחת המטה בא מצד רצון ה', אך אופן הפריחה היה באופן טבעי ולא ניסי, דהיה "פרח" "ציץ" ו"שקדים". וזהו הוכחה בנוגע לאהרן, שהבחירה באה מצד ה', אך לאחרי שנבחר נעשה הכהונה ענין טבעי באהרן.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. שוין גערעדט פיל מאָל, אַז רש"י בפירושו על התורה פאַרענטפערט אַלע שאלות וואָס שטעלן זיך אין פשוטו של מקרא (לבן חמש למקרא), און אויב ס׳איז דאָ אַ געוויסע שוועריקייט אויף וועלכער מ׳געפינט ניט קיין ביאור אין פירוש רש"י, דאַרף מען זאָגן, אַז דער ענטפער דערויף איז מובן מעצמו ע"פ פשש"מ1, אָדער עס ווערט פאַרענטפערט דורך איינעם פון די פירושי רש"י (אויפן אָרט, אָדער לפני זה).
בפרשתנו, נאָכדעם ווי דער פסוק דערציילט וועגן דעם עונש הבלועים — „ותפתח הארץ את פי׳ ותבלע אותם גו׳”2 וואָס „בזאת תדעון כי ה׳ שלחני לעשות את כל המעשים האלה — שעשיתי על פי הדיבור לתת לאהרן כהונה גדולה כו׳”3, און וועגן דעם עונש השרופים — „ואש יצאה מאת ה׳ ותאכל את החמשים ומאתים איש מקריבי הקטורת”4 וואָס האָט באַוויזן אַז „האיש אשר יבחר ה׳ הוא הקדוש”, ו„כולם אובדים”5 (און נאָך דער מגיפה6) — ווערט דערציילט וועגן פרח מטה אהרן.
איז ניט מובן: פאַרוואָס זיינען די אַלע עונשים ואותות גלוים ניט גענוג מבטל
זיין די „תלונות בנ"י"7 און מ׳האָט געדאַרפט (אויך) האָבן דעם „אות” פון פרח מטה אהרן?
אויפן פסוק8 „השב את מטה אהרן לפני העדות למשמרת לאות" — איז רש"י מפרש: „למשמרת לאות לזכרון שבחרתי באהרן הכהן ולא ילונו עוד על הכהונה”.
שטעלט זיך דער רמב"ן9 אויף דעם פירוש רש"י און זאָגט „ואין המטה הזה אות רק על מטה לוי שנבחר משאר השבטים לא על אהרן שתהי׳ לו הכהונה”, און ער טייטשט „למשמרת לאות — על שבט לוי תמורי הבכורות, כי השריפה אות על הכהונה והפרח על הלוי׳”10.
מפרשים11 זיינען מאריך לבאר, אַז לדעת רש"י איז דער אות המטה, „פרח מטה אהרן”, געווען אויף ביידע ענינים — סיי אויף דעם אַז אהרן איז נבחר לכהונה און אויך אַז דער שבט לוי איז נבחר לעבודת לוי׳ — און זיי זיינען מסביר דעם הכרח לפירושו זה:
אויב דאָס וואָלט געווען אַן „אות” בלויז אויף בחירת שבט לוי, וואָלט (א) דאָס ניט געווען דער „מטה אהרן”, נאָר
דער מטה פון אלעזר בן אהרן אַלס נשיא פון שבט לוי12, אַזוי ווי ביי אַלע אַנדערע שבטים, וואָס דער מטה איז גענומען געוואָרן ביים נשיא פון שבט13; (ב) מען וואָלט געשריבן ניט די שמות הנשיאים ואהרן („איש את שמו תכתוב על מטהו, ואת שם אהרן תכתוב על מטה לוי”14), נאָר דעם שם השבט15.
אַנדערע מפרשים זיינען מסביר, אַז דאָס וואָס דער אות המטה איז געווען (אויך) אויף כהונת אהרן, איז מוכח דערפון וואָס —
א) די פריחה איז געווען דוקא אין די אותיות השם „אהרן”, ניט אויף אַן אַנדערן אָרט פונעם מטה16; ב) ויצץ ציץ גו׳ איז מרמז אויף כהונה גדולה מצד הציץ17. וכיו"ב.
אָבער דאָס אַלעס איז ניטאָ (אפילו ניט ברמז) אין פרש"י דאָ.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: אפילו להנ"ל אַז עס זיינען דאָ כמה הוכחות אַז דער אות איז געווען (אויך) אויף כהונתו של אהרן — איז ניט מובן פאַרוואָס האָט מען בכלל געדאַרפט אָט דעם צוגאָב אות און בחינה אויף בחירת אהרן, און
עס זיינען ניט גענוג די פריערדיקע אותות, כנ"ל?
וי"ל אַז דער ביאור בכ"ז וועט זיין מובן ע"פ פירוש רש"י אויפן פסוק18 „ויוצא פרח גו׳”, וכדלקמן.
ב. אויף די ווערטער „ויוצא פרח” זאָגט רש"י „כמשמעו”.
ואינו מובן: א) רש"י האָט עס געדאַרפט זאָגן באַם ערשטן מאָל ווען עס שטייט בענינינו19, באַ „מטהו יפרח”, און ניט באַם . . דריטן!
ב) מובן בפשטות, אַז רש"י איז מפרש לשון הכתוב נאָר דאָרט, וואו דער פשט ליגט ניט אָפן אין משמעות התיבות והפסוק, ער איז אָבער גאָרניט מפרש (ווייל מען דאַרף עס ניט מפרש זיין — און דערפאַר זאָגט ניט רש"י וואָס איז משמעו) דאָרט וואו דער פירוש איז נשמע פון לשון הכתוב (פירושו כמשמעו) — און ווען רש"י זאָגט „פירושו כמשמעו" וכיו"ב — איז עס צו שולל זיין אַ פירוש וועלכער איז ניט „כמשמעו” און פונדעסטוועגן וואָלט מען געוואָלט אַזוי מפרש זיין מצד תוכן הענין וכיו"ב.
דאַרפן פאַרשטיין וואָס איז דער אַנדער פירוש והראי׳ עליו — אין אונזער פסוק.
דער שפ"ח20 זאָגט, אַז „היכן שיש שתי לשונות כגון הכא פרח והדר ויצץ ציץ ופרח הוא ידוע לשון מה הוא וציץ אין ידוע מה ל׳ הוא לכך פרש"י פרח כמשמעו ואין צריך פי׳ אבל ציץ אין ידוע וצריך פירוש והיא חנטת פרי”.
אָבער לפי כלל זה איז אדרבה, די קשיא נאָך שטאַרקער21: ווען רש"י פאַרטייטשט בלויז די ווערטער „ויצץ ציץ”, מאַכט עס נאָך קלאָרער אַז „ויוצא פרח” דאַרפן ניט מפרש זיין (ווייל ער איז „כמשמעו”), משא"כ ווען ער איז מפרש „כמשמעו" — איז משמע אַז ער באַוואָרנט ושולל אַן אַנדער פירוש, כנ"ל.
ווייטער שטעלט זיך רש"י אויפן וואָרט „ציץ” און איז מפרש „הוא חנטת הפרי כשהפרח נופל”.
וצ"ע: דרכו של רש"י איז, כידוע, צו מבאר זיין דעם פשט המקרא — ד. ה. פירוש התיבות (והענין המדובר) און ניט סתם צו מוסיף זיין בתיאור הדבר ובפרטיו, סיידן ווען אויך דאָס איז נויטיק צו הבנת פשש"מ, דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דאָ נוגע דער פרט ואופן אין גידול הצמחים, אַז „חנטת הפרי” איז „כשהפרח נופל”22?
ג. ווייטער שטעלט זיך רש"י אויף „ויגמול שקדים” און איז מפרש „כש־
הוכר23 הפרי הוכר שהן שקדים לשון ויגדל הילד ויגמל24 ולשון זה מצוי בפרי האילן כמו ובוסר גומל יהי׳ נצה”25.
ס׳איז ידוע, ווי גערעדט שוין פיל מאָל, אַז רש"י׳ס לשון איז מדויק בתכלית. דאַרף מען פאַרשטיין: דאָס וואָס רש"י ברענגט דעם לשון הכתוב „ובוסר גומל” איז מובן (ע"פ לשון רש"י עצמו), ווייל פון דעם איז אַ ראי׳ אַז לשון זה (ויגמול) מצוי (ניט נאָר באַ ילדים, ווייל זיי זיינען נגמל מחלב אמו26, נאָר) אויך ביי פירות. וואָס איז אָבער דער דיוק (והוספה בלשונו) „בפרי האילן”, און ניט סתם „בפירות”27?
ד. וי"ל דער ביאור בזה:
אין פשוטו של מקרא שטעלן זיך דאָ כמה שאלות, ומהן:
א) דער אויבערשטער האָט דאָך געזאָגט „והי׳ האיש אשר אבחר בו מטהו יפרח" — פאַרוואָס איז דאָס (בפועל) געווען בשינוי (והוספות) — ניט נאָר „פרח”, נאָר אויך „ויצץ ציץ ויגמול שקדים”28?
נאָכמער — הוספות וועלכע פאָדערן נסים נוספים!
ב) אין דעם פסוק איז לכאורה דאָ אַ כפל לשון — נאָכדעם ווי דער פסוק זאָגט „והנה פרח גו׳” שטייט דערנאָך ווידעראַמאָל „ויוצא פרח”.
[רבותינו בעה"ת29 פאַרענטפערן דעם כפל הלשון „והנה פרח” „ויוצא פרח”, אַז עס זיינען געווען צוויי מיני פרח: פון איין זייט מטה זיינען געווען פרחים וועלכע זיינען דאָרט פאַרבליבן און זיינען קיינמאָל ניט אַראָפּגעפאַלן30; און פון דער אַנדער זייט מטה איז געווען „ויוצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים” פרחים וואָס זיינען דערנאָך אַראָפּגעפאַלן „כדרך כל פרחי אילנות”31.
אין (פירוש) רש"י קען מען אָבער אַזוי ניט לערנען32, ווייל אַזאַ חידוש וואָלט רש"י לויט דרך פירושו עה"ת געדאַרפט זאָגן בפירוש — און ס׳איז אפילו ניטאָ בדרך רמז].
און די שאלות קומט רש"י פאַרענטפערן מיט זיין פירוש אַז „ויוצא פרח" מיינט „כמשמעו" און „ויצץ ציץ" — „הוא חנטת הפרי כשהפרח נופל”.
ה. פון דעם גופא וואָס רש"י זאָגט אַז „ויוצא פרח” מיינט „כמשמעו”, ד. ה.
אַ בלום, איז מובן אַז דער לשון „יפרח” „פרח” פריער מיינט ניט די בליאונג פון אַ בלום.
דער לשון יפרח, פרח (בלשון פַָעל), ווען עס רעדט זיך ביחס צו אַן אילן, מיינט „געבליט" כמשמעו, אַז ס׳זיינען אויסגעוואַקסן פרחים (און באַ אַן אילן הנושא פירות איז עס די בליאונג פון בלומען פון וועלכע עס וואַקסן שפּעטער אויס די פירות33);
בשעת עס רעדט זיך אָבער וועגן אַ מטה וכיו"ב, ניט וועגן אַן אילן, איז דער לשון „פרח” ניט באַגרענעצט דוקא צו דער בליאונג פון אַ בלום, נאָר אַ כללות׳דיקער צוגאָב (הוספה) צו דעם מטה — פריחה, אַלץ וואָס וואַקסט און קומט צו שפּעטער34 (וע"ד הלשון35 „פורח אבעבועות”, „צדיק כתמר יפרח”36).
און דערפאַר דאַרף רש"י באַוואָרענען ביי „ויוצא פרח" — אַז דער „פרח”
דאָ איז, „כמשמעו" — ס׳איז אַרויס אַ פרח, אַ בלום — ניט ווי די לשונות „יפרח” און „פרח” וועלכע שטייען פריער, וועלכע זיינען, כנ"ל, ניט מוגבל צום משמעו; און רש"י דאַרף דאָס פריער ניט אויסטייטשן בפירוש (ובאריכות), וואָרום דעם לשון פריחה האָט מען שוין גילערנט פריער37, און וויסנדיק אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַ מטה איז עס אַ דבר המובן, אַז דאָס מיינט ניט נאָר די יציאה פון אַ בלום, נאָר אַ בליאונג וואָס איז כולל דעם וואוקס פון פרחים ציצים און פירות.
און וויבאַלד אַז דער לשון „מטהו יפרח” אין דעם דיבור ה׳ מיינט דעם כללות ענין הפריחה — אָנהויבנדיק פון יציאת הפרח און די אַלע פרטים וואָס קומען נאָכדעם — איז מובן אַז נאָכדעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט בכלל (כבכו"כ מקומות) „מטהו יפרח”, איז דערנאָך רעכנט מען בפרטיות „ויוצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים”.
ועד"ז איז מובן דער כפל הלשון אין פסוק „והנה פרח מטה אהרן לבית לוי ויוצא פרח”: פריער דערציילט די תורה
בדרך כלל — פרח מטה אהרן (ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט „מטהו יפרח”), און דערנאָך איז די תורה מפרט די פרטים פון דער פריחה: ויוצא פרח — כמשמעו, אַ פרח; דערנאָך „ויצץ ציץ" — חנטת הפרי; און דערנאָך „ויגמול שקדים”.
ו. לפ"ז ווערט אָבער די שאלה: וויבאַלד אַז „ויוצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים” איז דער פירוט פון „פרח מטה אהרן” וואָס שטייט פריער, ועל סדר הזמנים פריער ויוצא פרח ביז סופו, שקדים — קומט אויס אַז בזמן ווען „ויבא משה אל אהל העדות גו׳” האָבן זיך שוין אָפּגעטאָן אַלע דריי ענינים „ויוצא פרח ויצץ ציל ויגמול שקדים" — האָט דער פסוק געדאַרפט זאָגן בלויז דעם פרט הסיום פון די דריי „ויגמול שקדים”, ווייל נאָר דאָס האָט משה געזען (און ניט „ויוצא פרח ויצץ ציץ" — ווי דער רשב"ם פרעגט38)?
און ס׳איז שווער צו איינלערנען, אַז אַריינגייענדיק אין אהל העדות האָט משה געזען דעם גאַנצן איבערגאַנג פון אַלע דריי פרטים איינער נאָך דעם צווייטן — וואָרום, וואָס פאַר אַ תועלת איז דאָ אין דעם וואָס משה וועט דאָס אַלץ זען — די כוונה אין דעם איז דאָך כדי „והשכותי מעלי תלונות בנ"י“39, אַז אידן זאָלן אַנערקענען און גלויבן אַז „בחרתי באהרן”40?
דעריבער איז רש"י מוסיף בפירושו אויף „(ויצץ) ציץ” „הוא חנטת הפרי כשהפרח נופל" — צו מסביר זיין אַז ס׳איז געווען לויטן סדר הטבעי פון גידול
הפירות און דאָס האָט מעגלעך געמאַכט אַז די אידן זאָלן דאָס וויסן41, דורך זען די אַראָפּגעפאַלענע פרחים:
משה האָט אַרויסגענומען כל המטות און געוויזן די אידן — „ויוצא משה את כל המטות מלפני ה׳ אל כל בנ"י ויראו גו׳" — האָט ער זיי געוויזן אַלץ — אויך די פרחים וועלכע זיינען אַראָפּגעפאַלן בשעת חנטת הפרי, און זעענדיק די מטות מיט די שקדים און אויך די אַראָפּגעפאַלענע פרחים, איז פאַר זיי קלאָר געוואָרן אַז אין „אהל העדות” איז געווען דער גאַנצער סדר פון „ויוצא פרח" — „כמשמעו", ויצץ ציץ — חנטת הפרי און נפילת הפרח; און „ויגמול שקדים”.
ז. מ׳קען אָבער פרעגן: צו וואָס האָטן געדאַרפט אַז די אידן זאָלן עס וויסן, ובכלל — דעם סדר הטבעי פון צמיחת שקדים אין דעם מטה —
וויבאַלד דאָס איז געווען אינגאַנצן אַן ענין פון נס, וואָלט דאָך מספיק געווען ווען עס וואָלטן אויסגעוואַקסן פאַרטיקע שקדים פון דעם מטה?
לויט אַנדערע מפרשים איז דאָס מובן ווייל זיי לערנען, אַז די פרחים פון דעם „פרח” און „ציץ” זיינען מוסיף אין גודל הנס. ווי דער רד"ק42 לערנט „אמר פרח על יציאת העלים תחלה ואחר כן הנץ וזה הפך בטבע העץ השקד והי׳ זה להגדיל הנס”43.
אָבער לפרש"י אַז „ויצץ ציץ" איז „חנטת הפרי כשהפרח נופל”, קומט אויס, פאַרקערט, אַז ס׳איז געוואַקסן לויטן סדר הטבעי פון צמיחת השקדים —
איז ניט מובן: אויב צוליב הגדלת הנס, האָט רש"י געדאַרפט לערנען ווי דער רד"ק אַז ס׳איז ניט געווען לויטן סדר פון צמיחת השקדים ע"פ טבע; און אויב צוליב דעם עצם נס, וואָלט עס געדאַרפט זיין באופן אַז פון דעם מטה זאָלן וואַקסן פאַרטיקע שקדים?
ח. איז דער ביאור בזה, אַז דוקא אין דעם איז עיקר הטעם וואָס דער אויבערשטער האָט געמאַכט דעם אות המטות:
די בליעה פון „כל האדם אשר לקרח ואת כל הרכוש”2 האָט געפירט צו דער ידיעה און הכרה3 „כי ה׳ שלחני לעשות את כל המעשים האלה”; אַז משה איז אַ שליח פון אויבערשטן און אַלץ וואָס ער טוט איז „על פי הדיבור”; און נאָך מער און בפרטיות איז דאָס נתגלה געוואָרן באַ דער שריפה פון די „חמשים ומאתים איש מקריבי הקטורת“4, וואו ס׳איז געוואָרן ברור פאַר אַלעמען אַז אהרן איז דער וואָס בחר בו הקב"ה לקטורת — לכהונה גדולה44.
דאָס האָט אָבער נאָך ניט אינגאַנצן מבטל געווען תלונות בני ישראל, דאָס בריינגט נאָר אַרויס אַז אַזוי האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט און דערפאַר זיינען געקומען די אַלע עונשים; עס קען אָבער זיין אַז אהרן מצד עצמו איז גלייך צו אַנדערע אידן „ומדוע תתנשאו”; נאָכמער — מעגלעך (מצד עשיית העגל) אַז דוקא אהרן45 איז דערצו ניט ראוי, אַנדערע אידן זיינען מער ראוי46. נאָכמער: עס קען זיין אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן מאַכן אהרן פאַר אַ כהן גדול איז געקומען מצד בקשת ותפלת משה47. וכיו"ב.
אויף דעם איז געקומעו דער אות המטות: ביי אַ מטה מצד עצמו וטבעו איז דער ענין פון פריחה און צמיחת פירות ניט שייך, דאָס קען זיין נאָר מצד בחירתו ורצונו של הקב"ה;
לאידך האָט מען דורך די מטות געזען, אַז דער רצון ה׳ אין דעם האָט אויפגעטאָן, אַז ס׳איז געווען און געבליבן ניט סתם אַן ענין נסי, נאָר דאָס ווערט פאַרבונדן מיט דעם טבע המטה48. און דערפאַר איז דער אופן הפריחה געווען: פריער „ויוצא פרח”
כמשמעו און דערנאָך „ויצץ ציץ”, חנטת הפרי כשהפרח נופל, און דערנאָך „ויגמול שקדים”, „כשהוכר הפרי הוכר שהן שקדים" — אַ סדר טבעי פון צמיחת הפירות.
ומובן אַז עד"ז איז בנוגע כהונת אהרן: דער גאַנצער ענין הכהונה באַ אהרן קומט מצד בחירתו של הקב"ה „והי׳ האיש אשר אבחר בו"49, דער אויבערשטער מצד עצמו האָט בוחר געווען (ניט מצד אַ בקשה פון משה׳ן וכיו"ב), און די בחירה גופא איז באופן, אַז די כהונה ווערט ביי אים זיין טבעיות׳דיקע מעלה.
עפ"ז איז אויך מובן דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן50 „השב את מטה אהרן גו׳ למשמרת לאות — לזכרון שבחרתי באהרן הכהן ולא ילונו עוד על הכהונה”; וויבאַלד דאָס ווערט אַן ענין טבעי ועצמי באַ אהרן ובניו איז ניט מעגלעך צו זאָגן אַז (אפילו אויב אַ צווייטער האָט אַ תשוקה ורצון צו דער עבודה בבית המקדש51 אָדער צוליב אַנדערע טעמים) זאָל זיין אין דעם אַ שינוי — אין אַ שפּעטערדיקן זמן אויסקלייבן אַן אַנדערן במקומו52.
ט. עפ"ז איז אויך מובן דער המשך פירוש רש"י אויף „ויגמול שקדים”: די הוספת הראי׳ אַז „לשון זה מצוי בפרי האילן”, איז ניט בלויז ברענגען אַ ראי׳ אַז דער לשון „ויגמול” ווערט באַנוצט בנוגע פירות (ניט נאָר בנוגע אַ ילד), נאָר אויך צו מדגיש זיין אַז דער אופן הגידול („ויגמול”) דאָ ביי די שקדים
אויף דעם מטה, איז געווען אין דעם זעלבן אופן ותכונה ווי די צמיחה וגידול ביי פרי האילן.
לפי הנ"ל יומתק דער המשך אין פירוש רש"י „ולמה שקדים הוא הפרי הממהר להפריח מכל הפירות אף המעורר על הכהונה פורענותו ממהרת לבוא”53:
וויבאַלד אַז די פריחת וצמיחת הפירות אויפן מטה ווי פרי האילן, איז בכדי צו מדגיש זיין אַז דאָס איז געקומען בסדר טבעי און דערפאַר איז דאָס נוגע צום ענין פון כהונת אהרן, כנ"ל, איז מובן, אַז אויך דאָס וואָס די פריחה איז געווען דוקא ביים מין השקדים איז אויך נוגע צום ענין הכהונה וואָס רעדט זיך דאָ.
דעריבער איז רש"י ממשיך „ולמה שקדים כו׳”, אַז אויך דער פרט וואָס דאָס איז געווען דוקא דער מין (פירות) פון שקדים (הגם דאָס גיט ניט צו אינעם אות אויף בחירת אהרן) איז נוגע לעניננו, ווייל דאָס קומט לרמז אַז „המעורר על הכהונה פורענותו ממהרת לבוא כו׳”54.
יו"ד. ע"פ ביאור הנ"ל בפירוש רש"י ווערט פאַרענטפערט אַ לשון אין גמרא אויף וועלכן עס שטעלן זיך ראשונים:
די גמרא זאָגט55 אַז „משנגנז ארון נגנזה עמו56 כו׳ מקלו של אהרן בשקדי׳57 ופרחי׳”: פרעגט מען אויף דעם58: ווי אַזוי דערמאָנט די גמרא „ופרחי׳" — אין פסוק שטייט „ויגמול שקדים”, און נאָך גמר הגידול פון די שקדים זיינען מער ניטאָ קיין פרחים (וועלכע פאַלן אַראָפּ פריער, כנ"ל)? און מען פאַר־
ענטפערט59, אַז „מקצת פרחים נשארו” בכדי צו מגדיל זיין דעם נס60.
ס׳איז אָבער ניט גלאַטיק, לכאורה: פאַרוואָס דאַרף די גמרא באַ גניזת המקל מפרט זיין די פרחים באַזונדער? לפי הנ"ל זיינען זיי דאָך געווען אויפן מקל און אַז ס׳איז נגנז געוואָרן דער מקל זיינען ממילא אויך נגנז געוואָרן די פרחים.
בנוגע די שקדים יש לומר (בדוחק עכ"פ), אַז דערמיט ווערט קלאָר וועגן וועלכן „מקלו של אהרן” עס רעדט זיך דאָ61; אָבער למאי נפק"מ צו דערמאָנען דאָ די פרחים62.
ע"פ הנ"ל בפירוש רש"י — כפשוטו של מקרא, וועלכער מאַכט ניט קיין חילוק בפרחים — אַז די פרחים אַלע זיינען אַראָפּ געפאַלן און משה האָט זיי געוויזן אָפּגעטיילט פון מטה, איז מובן:
כשם ווי בפעם הראשונה האָט משה אַרויסגענומען דעם מקל מיט די שקדים און באַזונדער די אַראָפּגעפאַלענע פרחים בכדי צו ווייזן די אידן אַז ס׳איז געווען אַ צמיחה וגידול טבעי פון
שקדים, וואָס דאָס ברענגט אַרויס דעם תוכן כהונתו של אהרן כנ"ל בארוכה —
אַזוי איז אויך מובן בנוגע דעם ציווי „השב את מטה אהרן לפני העדות למשמרת לאות — לזכרון שבחרתי באהרן הכהן ולא ילונו עוד על הכהונה", אַז אויך אין דעם „זכרון" איז נוגע אַז דער „השב” זאָל כולל זיין סיי דעם מקל מיט די שקדים און סיי די אָפּגעטיילטע פרחים, וואָס דאָס ברענגט אַרויס דעם אופן „שבחרתי באהרן הכהן”.
און מהאי טעמא ווערט אויך באַ דער גניזה אויסגעטייטשט „מקלו של אהרן בשקדי׳ ופרחי׳”: כשם ווי דער ענין הגניזה פון דעם ארון איז ניט געווען (בלויז) צו באַוואָרענען אַז ער זאָל ניט אַריינפאַלן לידי האויב, נאָר (ווי גערעדט אַמאָל בארוכה63) ווייל דאָרטן (מקום הגניזה) האָט דאָס אַ דין פון מקום הארון (וואָס דעריבער האָט שלמה גלייך בתחלת בנין הבית „וידע שסופו ליחרב בנה בו מקום לגנוז בו הארון”64, ער האָט דאָס מקדש געווען אַלס מקום לקדושת הארון אין קודש הקדשים),
איז עד"ז אויך בנוגע די אַנדערע זאַכן וואָס זיינען געווען „לפני הארון" — זייער גניזה „עמו” (מיטן ארון) איז דערפאַר וואָס דאָס איז מקומם, און במילא איז אויך געפינענדיק זיך במקום גניזתם זיינען זיי פועל פעולה;
— בפרט בנוגע למקלו של אהרן, וואָס דער לימוד אַז ער איז נגנז געוואָרן צוזאַמען מיטן ארון איז פון דעם וואָס ביי אים שטייט „למשמרת (לאות)”65, אויך במקום הגניזה איז דאָס „למשמרת לאות" —
און דערפאַר איז אויך באַ דער גניזה די גמרא מפרט „מקלו של אהרן בשקדי׳ ופרחי׳”,
און דאָס אַלץ וועט זיין בגלוי בביאת משיח צדקנו, אויף וועמען עס שטייט66 יפרח בימיו צדיק „שבימיו תחזור הכהונה ויפרח מטה אהרן”67, במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש"פ קרח תשמ"א)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.