אחרי ב
ג' ענינים שרש"י אומר בסיום הסדרה מקבילים לג' פרטים דלעיל ב"אני ה' אלוקיכם" דלעיל: (א) השלילה ד"דעו מי אלוקיכם" הוא "אתם נפסלים מאחרי". (ב) והשלילה ד"נאמן לשלם שכר", הוא "מה הנאה יש לי בכם". (ג) והשלילה ד"דיין להיפרע", הוא "אתם מתחייבים כלי'".
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. ביים סוף פון דער סדרה איז די תורה מסיים פרשת עריות מיטן אנזאָג1: „ושמרתם את משמרתי לבלתי עשות מחוקות התועבות גו׳ ולא תטמאו בהם אני ה׳ אלקיכם".
שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ולא תטמאו בהם אני ה׳ אלקיכם" און איז מפרש: „הא אם תטמאו איני אלקיכם ואתם נפסלים מאחרי ומה הנאה יש לי בכם ואתם מתחייבים כלי', לכך נאמר אני ה׳ אלקיכם".
דער טעם פאַרוואָס רש"י איז ניט מפרש די ווערטער „אני ה׳ אלקיכם" ווי ער איז מפרש בפ׳ וארא2 „אני ה׳ נאמן ליפרע כו׳ אני ה׳ נאמן ליתן שכר", ובפרט אַז ער זאָגט דאָרט אַז אַזוי איז „אני ה׳" „נדרש בכמה מקומות" — איז (ווי מפרשים3 זיינען מסביר): דער ענין „אני ה׳ — נאמן לשלם שכר" (און „ליפרע") איז שוין געשטאַנען פריער4
אין דער פרשה, דעריבער האָט ניט קיין אָרט צו איבער׳חזר׳ן דעם ענין נאָכאַמאָל. מוז מען זאָגן, אַז „אני ה׳ אלקיכם” מיינט אַן ענין חדש5.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין דעם פירוש פון רש"י:
פון די ווערטער „ולא תטמאו בהם אני ה׳ אלקיכם" קען מען לכאורה נאָר מדייק זיין (מכלל הן אתה שומע לאו6 — ) „הא אם תטמאו איני אלקיכם". פון וואַנעט נעמט רש"י די אַלע פרטים וואָס ער זאָגט דערנאָך7: „ואתם נפסלים מאחרי ומה הנאה יש לי בכם ואתם מתחייבים כלי׳"?
אמת טאַקע דער פירוש שטייט אין תורת כהנים8 — אָבער, ווי גערעדט כמה פעמים, איז ניט ענינו פון רש"י בפירושו על התורה, צו מעתיק זיין דרשות חז"ל ( — ובלשונן9). ובפרט אַז רש"י זאָגט דאָ ניט „איתא בתו"כ" (וכיו"ב),
וואָס דערפון איז מוכח אַז רש"י נעמט אָן דעם פירוש אַלס פשוטו של מקרא. ד. ה. אַז די ווערטער „ולא תטמאו בהם
אני ה׳ אלקיכם" ברענגען אַרויס די אַלע דריי פרטים: אתם נפסלים מאחרי, ומה הנאה יש לי בכם ואתם מתחייבים כלי׳.
איז תמוה: פון וואַנעט איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא אויף די פרטים?
[מען קען ניט ענטפערן אַז רש"י מוז (אָדער עכ"פ — וויל) מפרט זיין פאַרן בן חמש למקרא דעם באַדייט פון „איני אלקיכם" אין אַלגעמיין — ווייל10 דעם תוכן פון „איני אלקיכם" געפינט מען שוין פריער אין פרש"י: אויפן פסוק (אין פ׳ לך11) „ונתתי לך גו׳ ארץ כנען גו׳ והייתי להם לאלקים" איז רש"י מפרש „אבל הדר בחו"ל כמי שאין לו אלוקה" — און רש"י איז דערביי ניט מוסיף קיין ביאור ועל אכו"כ — ניט קיין פרטים].
אויך איז ניט מובן די הוספה וסיום פון רש"י „לכך נאמר אני ה׳ אלקיכם" — וואָס איז דאָ רש"י מוסיף12? ובלשון פון אַ תירוץ לקושיא „לכך נאמר"?
נאָכמער: פון התחלת פרש"י — וואָס ער שטעלט זיך אויף די ווערטער „ולא תטמאו בהם אני ה׳ אלקיכם" — איז משמע, אַז די שוועריקייט אין פסוק איז אויך אין די ווערטער „ולא תטמאו בהם", ובסיום איז רש"י מעתיק בלויז די ווערטער „אני ה׳ אלקיכם" און ניט „ולא תטמאו בהם"?
ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין פירוש רש"י בתחלת פרשת עריות13 — „וידבר גו׳ דבר אל בנ"י גו׳ אני ה׳ אלקיכם" — וואו רש"י14 איז מפרש (בפירושו הב׳) „רבי אומר גלוי וידוע לפניו שסופן לנתק בעריות . . לפיכך בא עליהם בגזירה אני ה׳ אלקיכם, דעו מי גוזר עליכם, דיין להפרע ונאמן לשלם שכר".
איז לכאורה ניט מובן: „דעו מי גוזר עליכם" און „דיין להפרע ונאמן לשלם שכר" זיינען לכאורה צוויי באַזונדערע פירושים אין „אני ה׳ (אלקיכם)". וכדמוכח דערפון וואָס בכמה ערטער15 וואו רש"י איז מפרש (אויף „אני ה׳") „נאמן לשלם שכר" אָדער „נאמן להפרע" (וכיו"ב) זאָגט ער ניט די הקדמה „דעו מי גוזר עליכם"; און אַזוי לאידך, בכמה מקומות איז רש"י מפרש „אני ה׳" — „גזרתי עליכם אי אתם רשאים להפטר"16, „דע מי גזר על הדבר ואל יקל בעיניך"17, און איז דערביי ניט מוסיף „נאמן לשלם שכר" (וכיו"ב).
פון וואַנעט נעמט רש"י, אַז „אני ה׳ אלקיכם" בנדו"ד מיינט ביידע ענינים18
— „דעו מי גוזר עליכם" און „דיין להפרע ונאמן לשלם שכר"19?
איז דער ביאור בזה: ביי פרשת עריות געפינט מען אַ דבר מיוחד, אַז איידער די תורה הויבט אָן צו מפרש זיין די פרטי האיסורים, שטייט אַ הקדמה כללית, און וועלכע באַשטייט פון כמה וכמה ענינים20: „כמעשה ארץ מצרים גו׳ ארץ כנען גו׳ לא תעשו גו׳ את משפטי תעשו גו׳ ושמרתם את חוקותי גו׳". און די פתיחה פון דער הקדמה כללית איז — „וידבר ה׳ גו׳ דבר אל בני ישראל גו׳ אני ה׳ אלקיכם".
דער טעם פאַרוואָס תורה גיט אַזאַ הקדמה כללית וארוכה ומרובה צו פרשת עריות איז מובן בפשטות: עריות זיינען דאָך אַ זאַך וואָס „נפשו של אדם מתאוה להם"21, ועד כדי כך, אַז אפילו נאָך די אַלע אזהרות איז (ווי רש"י ברענגט אַראָפּ, כנ"ל) „סופן לנתק בעריות". דעריבער פאָדערן זיך דברי זירוז און מערערע אזהרות צו באַוואָרענען אַז מען זאָל זיין אָפּגעהיט אין דעם, ביישטיין דעם נסיון.
וויבאַלד אַז דער „אני ה׳ אלקיכם" שטייט אין דער פתיחה פון דער הקדמה כללית, איז דעריבער מסתבר, אַז דאָס איז אַן ענין (וזירוז) כללי. און דאָס איז דער טעם וואָס דער ערשטער פירוש פון רש"י אויף „אני ה׳ אלקיכם" (— אין דער פתיחה) איז: „קבלתם עליכם מלכותי מעתה קבלו גזרותי", אַן ענין הכי
כללי — קבלת עול מצות (גזירות22).
און כדי צו מבאר זיין, ווי אויך לויטן צווייטן פירוש [אַז „אני ה"א" איז אַן אזהרה (ניט (נאָר) אויף קבלת גזירות בכלל, נאָר) בעיקר אויף ענין העריות] איז „אני ה"א" אַן ענין כללי (וואָס דערפאַר איז דאָס בפתיחת הפרשה), איז רש"י מפרש, אַז דער לשון „אני ה׳ אלקיכם" וואָס שטייט דאָ איז כולל כמה פרטים — יעדער וואָרט איז מרמז אויף אַ באַזונדערע אזהרה23: „אני — דעו מי גוזר עליכם"; „ה׳ — נאמן לשלם שכר"; „אלקיכם — דיין להפרע";
וואָס די דריי ענינים זיינען כולל אַלע אופנים (כלליים24) דורך וועלכע מען קען באַווירקן אַ מענשען באַהערשן די תאוות וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין דער פרשה (כאָטש זיי זיינען שטאַרקע תאוות, כנ"ל).
ג. וועלנדיק אָפּהאַלטן אַ אידן פון אַ תאוה גדולה ביותר, דאַרף מען אים צום אַלעם ערשטן זאָגן — „דעו מי גוזר עליכם": ער דאַרף וויסן און געדענקען, אַז דאָס איז אַ גזירה פון דעם אויבערשטן, דעם בורא העולם ומנהיגו, און דעריבער איז אוממעגליך אַז דורך נאָכגעבן די תאוה היפך רצון הבורא, זאָל אים זיין גוט.
קען זיך אָבער איינער פּרואוון איינרעדן: אים אַרט ניט וואָס „אחריתה מרה כלענה"25, אַבי ער וועט דערווייל הנאה האָבן פון דער תאוה. דערויף קומט די צווייטע וואָרענונג — „דיין להפרע": פאַרן עובר זיין אויפן רצון ה׳ באַקומט מען דערנאָך ניט סתם אַן עונש, נאָר אין אַן אופן פון פרעון (דיין להפרע): דער אויבערשטער גיט אַן עונש וועלכער איז אַ פרעון, ער „קערט אום", ס׳איז בטל די גאַנצע הנאה וואָס ער האָט געהאַט פון דער עבירה — אַזוי, אַז עס בלייבט באַ אים גאָרניט, נאָר צער וכו'.
לפ"ז ווערט אַ שאלה — למה עשה ה׳ ככה? פאַרוואָס האָט אים דער אויבערשטער באַשאַפן מיט אַזאַ שטאַרקער תאוה, וועלכע ער קען ניט ביישטיין? זאָגט מען אים (אַ דריטן ענין) — „ונאמן לשלם שכר": דער אויבערשטער וויל געבן אַ אידן שכר, און דערפאַר שטעלט מען אים פאַר אַ נסיון, כדי ער זאָל ביישטיין דעם נסיון און דערפאַר באַקומען שכר; און וואָס שווערער ס׳איז די עבודה צו ביישטיין דעם נסיון — אַלץ מער שכר וועט ער באַקומען.
ד. בשעת מען קומט צו דעם סיום הסדרה, זעט מען אַז די תורה חזר׳ט איבער כמה אזהרות אויף עריות — „אל תטמאו בכל אלה גו׳ ושמרתם אתם את חוקותי גו׳"26; און אויך — אַז דורך עובר זיין אויף עריות קומען פאַרשידענע עונשים — „ולא תקיא הארץ אתכם גו׳ ונכרתו הנפשות גו׳"27. און ערשט דערנאָך קומט דער לעצטער פסוק: „ושמרתם את משמרתי לבלתי
עשות מחוקות התועבות גו׳ ולא תטמאו בהם אני ה׳ אלקיכם".
איז לולא דעם סיום „אני ה׳ אלקיכם" וואָלט מען געלערנט, אַז דאָס וואָס די תורה חזר׳ט איבער אזהרות וכו׳ „ושמרתם את משמרתי גו׳ ולא תטמאו בהם" איז [ע"ד ווי רש"י האָט מפרש געווען פריער28 ביים איסור פון אכילת שרצים וכו׳, אַז דאָס איז] „לעבור עליהם בלאוין הרבה" — דער זעלבער לאו מערערע מאָל.
וויבאַלד אָבער אַז דערביי ווערט איבערגעחזרט אויך „אני ה׳ אלקיכם" — וואָס אין דעם איז ניט שייכות זאָגען „הרבה" — איז דאָס מכריח צו זאָגן, אַז דער גאַנצער המשך הסיום איז (ניט „לעבור כו׳ הרבה", נאָר)אַ חתימה מעין הפתיחה29: כשם ווי די פרשת עריות הויבט זיך אָן מיט אַן הקדמה וזירוז כללי — „אני ה"א, כמעשה ארץ מצרים גו׳ את משפטי תעשו גו׳ ושמרתם את חוקותי גו׳", עד"ז איז דער סיום הפרשה מיט אַן ענלעכן זירוז כללי: „ושמרתם גו׳ אני ה"א".
אין וואָס באַשטייט אָבער דער אויפטו און יתרון פון דעם זירוז בסיום הפרשה לגבי דעם זירוז שבתחילתה? אויף דעם זאָגט רש"י: „ולא תטמאו בהם אני ה׳ אלקיכם — הא אם תטמאו איני אלקיכם": דער חידוש דאָ באַשטייט אין דער שלילה — „אם תטמאו איני אלקיכם",
דער חידוש ביים סיום, לגבי דעם פריערדיקן זירוז (און דערפאַר קומט עס
לבסוף, בסיום הפרשה): דער „אני ה׳ אלקיכם" שבתחילת הפרשה איז ענינים פון „חיוב" — דער אויבערשטער איז גוזר אויף אידן גזירות, און אין ביידע קווים: „דיין להפרע ונאמן לשלם שכר".
ווען עס איז דאָ איינער, וואָס די אַלע דריי פרטים הנ"ל פּועל׳ן ניט אויף אים — ער ווייס טאַקע ווער איז גוזר און אַז ער וועט „צאָלן" דערפאַר („דיין להפרע") און ער וועט פאַרלירן דעם שכר, אָבער די תאווה איז ביי אים אַזוי שטאַרק, אַז ער קען ניט ביישטיין דעם נסיון —
איז תורה מוסיף, בסיום הפרשה, נאָך אַן אופן ווי צו פּועל׳ן (אויך) אויף אים — דורך מודיע זיין אַז „אם תטמאו איני אלקיכם": דאָס רירט אָן דעם פאַרבונד פון אַ אידן מיטן אויבערשטן. און ווי מען זעט במוחש, אַז ווען אַ איד הערט אַזעלכע רייד („איני אלקיכם") ווערט ער אויפגערודערט וכו׳ און ער קען עס ניט פאַרטראָגן (ווי דער באַוואוסטער וואָרט30: אַ איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אָפּגעריסן פון ג־טלעכקייט).
ו. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס רש"י איז מפרט און גיט צו די דריי פרטים — „ואתם נפסלים מאחרי ומה הנאה יש לי בכם ואתם מתחייבים כלי׳":
וויבאַלד דער תוכן (אזהרה וזירוז) פון „אני ה׳ אלקיכם" שבסיום הסדרה איז בדוגמא צום ענין פון „אני ה׳ אלקיכם" שבתחילת פרשת עריות — און דער חילוק איז נאָר וואָס פריער איז עס אין „חיוב" און צום סוף — אין „שלילה" — איז מובן, אַז כשם ווי „אני ה׳ אלקיכם"
שבתחילת הפ׳ איז כולל דריי פרטים — יעדער וואָרט אַ באַזונדער פרט (כנ"ל בארוכה), איז עד"ז אויך ביי „אני ה׳ אלקיכם" שבסיום הסדרה, אַז זיי זיינען כולל די זעלבע דריי פרטים, נאָר אין דעם אופן פון „שלילה":
דער „אני" בתחילת הפרשה מיינט — „דעו מי גוזר עליכם", וואָס דאָס ווייזט, כנ"ל, ווי דער אויבערשטער „פאַרנעמט" זיך מיט אידן אַלס זיין פאָלק וועלכן ער זאָגט אָן גזירות — במקביל לזה קומט בסוף הפרשה דער צד השלילי פון זעלבן ענין: „אתם נפסלים מאחרי" (וי"ל אויך מלשון „פסל לך"31 — אויסהאַקן און אָפּטיילן);
במקביל צו דעם ענין פון „ה׳ — נאמן לשלם שכר" בתחילת הפרשה (וואָס דער תשלום שכר ווייזט, אַז באַ דעם אויבערשטן איז נחת רוח לפני32 — ער האָט הנאה פון עבודת בני ישראל) — קומט דער ענין פון „ומה הנאה יש לי בכם" (שלילת ההנאה);
און במקביל צום ענין „אלקיכם — דיין להפרע" (בתחלת הפ׳), וואָס וויבאַלד דער אויבערשטער פאַרנעמט זיך מיט אַ אידן אים צו מעניש זיין, ווייזט עס אויף דער שייכות קרובה וחביבות ביניהם33 (ובפרט ע"פ הידוע34 אַז די עונשים שבתורה זיינען לטובת האדם) — ווערט ביים סיום געוואָרנט „אתם
מתחייבים כלי׳": מען פאַרלירט די שייכות מיטן אויבערשטן, וואָס הוא חייך35, ובמילא אַן ענין פון כלי׳ ר"ל36.
וע"פ הנ"ל איז אויך מובן וואָס רש"י איז מסיים „לכך נאמר אני ה׳ אלקיכם" — דערמיט וויל רש"י קלאָר מאַכן, אַז דאָס וואָס ער זאָגט די דריי פרטים, איז ווייל זיי זיינען פאַרבונדן (כנ"ל, בדרך שלילה) מיט די דריי לשונות אין פסוק: אני ה׳ אלקיכם.
ז. ע"ד החסידות יש לבאר די שייכות פון די דריי פרטים הנ"ל צו די דריי לשונות „אני ה׳ אלקיכם" (באופן אחר מהנ"ל):
„אני" — עצמותו ומהותו ית׳37 — אין העכער פון התהוות העולמות. כמאמר הידוע38: „לא זה הוא עיקר האלקות מה שהעולמות מתהווים ממנו". אעפ"כ ווערט אויך „אני" נמשך אין וועלט, וואָס דאָס איז דורך דער עבודה פון תורה ומצוות
[וכמאמר39 נתאוה הקב"ה להיות לו ית׳ דירה בתחתונים, אַז דורך תומ"צ מאַכן אידן די וועלט פאַר אַ דירה לעצמותו ומהותו ית׳ (פּונקט ווי אין דירת האדם, „דעצמות האדם דר בהדירה"40)].
„הוי׳" איז מלשון מהווה41;
און „אלקיכם" — כחכם וחיותכם42 — ביז — כח הפועל בנפעל, די מדריגה פון אלקות וואָס איז זיך מתלבש אין נברא.
און נאָך דעם זאָגט רש"י „הא אם תטמאו איני אלקיכם", און דאָס דריקט זיך אויס אין אַלע דריי ענינים:
דער ערשטער ענין (בהמשך צו „איני אלקיכם"43) איז, וואָס „אתם נפסלים מאחרי": „אחרי" — בחי׳ אחוריים — איז שם אלקים, און אידן ווערן „נפסל" (אָפּגעשניטן) פון דעם כח הפועל בנפעל, שם אלקים.
דערנאָך — „ומה הנאה יש לי בכם": די עבודה פון אידן איז גורם תענוג למעלה — „נתאוה הקב"ה להיות לו ית׳ דירה בתחתונים", וואָס דאָס איז דער תענוג העצמות („אני") פון עבודת תומ"צ; איז „אם תטמאו — מה הנאה יש לי בכם".
און דערנאָך „ואתם מתחייבים כלי׳": ניט נאָר אַז עס איז דאָ די שלילה פון כח הפועל בנפעל, נאָר עס ווערט די שלילה מצד הוי׳ — כללות ענין ההתהוות — ובמילא: „אתם מתחייבים כלי׳".
נאָך דעם איז רש"י אָבער מסיים: „לכך נאמר אני ה׳ אלקיכם":
דער מכוון פון די אזהרות איז (ניט אַז עס זאָל ח"ו זיין אַזאַ מצב, נאָר) אַז עס זאָל זיין דער חיוב44 — „אני ה׳
אלקיכם". און דערפאַר, אע"פ אַז דער חידוש אין דער אזהרה דאָ (לגבי התחלת הפרשה) איז די שלילה — „הא אם תטמאו איני אלקיכם", שטייט אָבער אין פסוק „אני ה׳ אלקיכם", ווייל די מטרה איז, אַז עס זאָל זיין „אני ה׳
אלקיכם": עס זאָל זיין די „הנאה . . בכם", ובמילא ווערט „אני — ה׳ אלקיכם": עצמותו ומהותו ית׳ ווערט נמשך אין אידן אין אַ פנימיות, ביז אַז דער „אני" ווערט „(הוי׳) אלקיכם" — כחכם וחיותכם — פון יעדער אידן.
(משיחת ש"פ אחרי תשכ"ה)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
📹 Video Shiurim
🎧 Audio Shiurim
The Sicha
Listen
The Sicha
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Fishel Oster
Sicha Discourse
Rabbi Yosef Chaim Kantor Sicha Discourse English
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Yosef Chaim Kantor Sicha Discourse English
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Listen
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
Sicha Discourse
Rabbi Shalom Moshe Paltiel
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Shalom Moshe Paltiel
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
Listen
The Sicha
Rabbi Fishel Oster
Women Shiur
Mrs Rivky Slonim
Listen
Women Shiur
Mrs Rivky Slonim
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
10 Minute Sicha
Rabbi Nechemia Deitsch
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Nechemia Deitsch
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
In Depth
Rabbi Mendy Wolf
Listen
In Depth
Rabbi Mendy Wolf