חוקת א
ג' אופנים בביאור גדר מטפחת ספר תורה: (א) מצד הגברא - כדי שהאדם יוכל לאחוז בס"ת. (ב) מצד החפצא - שכבוד ס"ת דורש שיהיה לספר תורה מטפחת. (ג) המטפחת אינה רק גדר דכבוד ס"ת אלא היא קשורה עם העצם דספר התורה, שהמטפחת נעשית חלק מהספר על דרך הגליון.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. איינער פון די ערטער אין ש”ס וואו די גמרא איז מדמה און משווה תורה צו אדם — וואָס איז מרומז בפרשתנו1 „זאת התורה אדם”2 — איז בסיום מס׳ מגילה.
דער פערגלייך פון תורה לאדם איז בריבוי ענינים אָנהייבנדיג אַז אַזוי ווי אדם איז צוזאַמענגעשטעלט פון גוף ונשמה — אַזוי איז אויך בתורה3. באדם איז רמ”ח איברים ושס”ה גידים — אַזוי איז תורה הוראה ברמ”ח מ”ע ושס”ה מל”ת4. ועוד.
בפרשתנו ביי „זאת התורה אדם” איז דער המשך „אדם כי ימות באהל גו'”, עד”ז ווערט דער תוכן פון דעם פאַרגלייך צווישן תורה און אדם אין מס׳ מגילה אַרויסגעבראַכט בשייכות מיט מיתה — „אמר רבי פרנך . . כל האוחז ס”ת ערום נקבר ערום כו׳”.
נאָכמער: כשם ווי בפרשתנו רעדט זיך ניט נאָר בענין המיתה כשלעצמה, נאָר בשייכות צום דין טומאה5, עד”ז איז ביי דעם לימוד הנ”ל, אַז מצד דעם וואָס „כל האוחז ס”ת ערום נקבר ערום”, האָט מען גוזר געווען טומאה אויף ידים6, „אף הידים הבאים מחמת ספר פוסלות את
התרומה משום דר׳ פרנך”7.
וי”ל אַז אין דער סוגיא (במס׳ מגילה) קומט צו אַ חידוש סיי אין דעם ענין פון ס”ת ערום ומטפחת ס”ת, סיי אין דעם ענין פון תורה ומצות בשייכות צום אדם, כדלקמן.
ב. וז”ל הגמרא בסיום מס׳ מגילה: אמר רבי פרנך אמר רבי יוחנן כל האוחז ס”ת ערום נקבר ערום ערום סלקא דעתך אלא אימא נקבר ערום בלא מצות בלא מצות סלקא דעתך אלא אמר אביי נקבר ערום בלא אותה מצוה.
ס׳איז מובן ופשוט, ווי פיל מאָל גערעדט8, אַז אפילו אַ קס”ד אין גמרא האָט אַ מקום בשכל, אויך אין שכל התורה. וואָרום עס רעדט זיך דאָך וועגן תנאים ואמוראים וואָס כל עסקם איז געווען אין תורה, איז דאָך פשוט אַז אפילו די קס”ד זייערע איז ניט סתם אַ סברא וואָס האָט ניט קיין אָרט אין תורה.
נאָכמער: רב אשי מסדר הגמרא האָט דאָך ניט אַריינגעשטעלט אין גמרא יעדע שקו”ט וקס”ד וואָס איז געזאָגט געוואָרן בבית המדרש9 (כאָטש אַז ס׳איז מובן אַז אויך יענע סברות האָבן געהאַט אַן אָרט בשכל התורה און בפרט אין דער סוגיא וואו זיי זיינען געזאָגט געוואָרן). איז פון דעם וואָס די סברות וקס”ד האָט רב אשי יע אַריינגעשטעלט
— איז מובן, אַז ניט בלויז האָבן זיי אַן אָרט אין שכל והסברה פון תורה, נאָר דאָס איז מוסיף הבנה והסברה אין דעם לימוד פון דער באַשטימטער סוגיא, וי”ל — אויך ביז אין דער מסקנת ההלכה10.
ועפכ”ז דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס זיינען די סברות אין קס”ד אַז „נקבר ערום” אָדער „ערום בלא מצות” דערפאַר וואָס אוחז ס”ת ערום?
ג. בפשטות יש לומר, אַז „כל האוחז ס”ת ערום נקבר ערום” איז ניט סתם אַן עונש, נאָר אַ מסובב פון דער אחיזה. בל׳ אחר — אַן עונש מדה11 כנגד מדה. אַן אדם איז געגליכן צו אַ ס”ת (ווי די גמרא12 זאָגט „העומד על המת בשעת יציאת נשמה חייב לקרוע הא למה זה דומה לס”ת שנשרפה”) איז בדרך ממילא ווען ער האַלט אַ ס”ת ערום13, איז אויך ער (וואָס איז געגליכן צו אַ ס”ת) — „נקבר ערום” כפשוטו, אָן לבושים.
די גמרא איז אָבער שולל די סברא — „ערום ס”ד”, ווייל נקבר ערום (אָן לבושים) איז דאָך אַן עונש (נאָר) פאַרן גוף, אָבער דער פאַרגלייך פון אַן אדם צו ס”ת איז דאָך (בעיקר) צו דער נשמה14, ובמילא דאַרף דער עונש פאַר
„אוחז ס”ת ערום” אויך זיין (בעיקר) פאַר דער נשמה;
דערפאַר זאָגט די גמרא „אלא אימא נקבר ערום בלא מצות”, וואָס דאָס איז אַן עונש מדה כנגד מדה: דערפאַר וואָס ער איז אוחז ס”ת ערום, קומט אים אַז ער זאָל זיין ערום מן המצות, וואָס איז אַן עונש פאַר דער נשמה.
אויף דעם פרעגט די גמרא „ערום בלא מצות סלקא דעתך” — פאַרוואָס זאָל מען באַ אים צונעמען אַלע מצות? אלא אמר אביי נקבר ערום בלא אותה מצוה.
דער פירוש איז אָבער ניט גלאַטיק. אויב די קשיא אויף דער ערשטער סברא באַשטייט אין דעם וואָס „נקבר ערום” איז פאַרבונדן מיטן גוף אַליין, און ס׳איז ניט קיין עונש פאַר דער נשמה וואָס מצד איר איז ער געגליכן צו אַ ס”ת — האָט די גמרא געדאַרפט מעתיק זיין אין דער קשיא דעם וואָרט „נקבר” („נקבר ערום סלקא דעתך”), וואָס אין דעם באַשטייט די עיקר שווערקייט. פון המשך הגמרא איז משמע אַז די שקו”ט איז דאָ ניט וועמען מען איז מעניש, צי דעם גוף אָדער די נשמה וואָס איז געגליכן צו אַ ס”ת, נאָר אין „ערום” — דעם תוכן העונש.
ד. בנוגע צו דער מסקנת הגמרא „ערום בלא אותה מצוה” זאָגט תוספות15: „י”מ מצות אחיזה וקשה מאי רבותא פשיטא שאין לו שכר כיון שלא עשה המצוה כהוגן לכך פירש ריב”א בלא אותה מצוה שעשה באותה שעה, שאם אחז ס”ת ערום וקרא בו אין לו שכר מן הקריאה, וכן אחזו לגוללו או להגיהו16, אבל אחזו במטפחת אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד”.
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) וואָס זיינען די סברות פון די צוויי דיעות — צי „בלא אותה מצוה” מיינט „מצות אחיזה” [כדעת הי”מ — און פון דעם וואָס רש”י איז גאָרניט מפרש אויף „בלא אותה מצוה” איז משמע, אַז אויך ער לערנט (כפשטות לשון הגמרא) אַז דאָס מיינט „מצות אחיזה”17], אָדער מצות קריאה גלילה און הגהה וויבאַלד ער האָט זיי געטאָן באותה שעה18 (כפירוש הריב”א)?
ב) וואָס איז כוונת התוס׳ בסיום לשונו „אבל אחזו במטפחת אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד”?
בפשטות איז דאָס כדי לסיים בטוב, און דערפאַר איז ניטאָ דער סיום בתוס׳ שבת19 — מ׳קען אָבער ניט זאָגן אַז דאָס איז דער גאַנצער טעם, וואָרום מטעם זה אַליין וואָלט מען געקענט מסיים זיין בטוב „אבל אחזו במטפחת יש לו שכר מן הקריאה” וכיו”ב — ניט אַריינברענגען אַן ענין נוסף וחדש, אַ פסוק און וואָס האָט לכאורה דאָ קיין שייכות ניט.
ה. וי”ל נקודת הביאור בכל זה:
די דריי דיעות והסברות אין דעם פירוש פון „נקבר ערום” זיינען אין דעם גדר פון מטפחת בשייכות לספר תורה, וואָס דאָס קען מען לערנען אויף כמה אופנים:
א) אַ מטפחת איז ניט נוגע צו דער ספר תורה עצמה, ס׳איז אַ צוגעקומענע זאַך בכדי אַ מענטש זאָל קענען אוחז זיין בס”ת, וואָס דאָס דאַרף זיין באופן של כבוד (ניט בדרך בזיון)20.
ב) דאָס איז ניט נאָר אַז מ׳זאָל קענען אוחז זיין בס”ת, נאָר דאָס איז נוגע און מוסיף אין כבוד הס”ת מצד עצמה — כבוד ס”ת פאָדערט אַז זי זאָל האָבן אַ מטפחת21. בסגנון אחר: דאָס איז ניט נאָר אַ דין אין גברא (אחיזת האדם), נאָר — אַ דין אין דער חפצא פון ס”ת22.
[עוד י”ל בזה: צי דאָס איז אַן ענין שלילי — ס׳איז אַ בזיון ווען אוחז ספר תורה ערום, אָדער — אַן ענין חיובי, אַ מטפחת איז מוסיף אין כבוד הס”ת בכלל].
ג) דאָס איז ניט נאָר נוגע צו כבוד הס”ת, נאָר ס׳איז פאַרבונדן און קומט23 פון דער עצם ס”ת וקדושתה24; וע”ד ווי ס׳דאַרפן זיין גליוני ס”ת, עד”ז מצד דער קדושת הספר, דאַרף זי אויך האָבן אַ מטפחת25, וועלכע ווערט ע”ד גליון הספר, חלק26 ממנו27.
ו. און דאָס זיינען די דריי סברות (ודיעות) אין גמרא:
א) לויט דער דעה ראשונה „נקבר ערום” — כפשוטו אָן לבושים, נעמט מען אָן אַז די מטפחת איז בלויז אַ זייטיקע זאַך, אַ לבוש צו דער ס”ת; און דערפאַר איז דער עונש פאַר „אוחז ס”ת
ערום”, אַז מ׳נעמט צו ביים אדם זיינע לבושים, וועלכע זיינען אַ באַזונדער זאַך פון אים, און זיינען (בעיקר) צוליב אַ צווייטן, אָדער אַראָפּנעמען דעם גנאי פון זיין ערום28.
ב) די צווייטע דעה — נקבר ערום בלא מצות — איז סברתו, אַז מטפחת איז פאַרבונדן מיט דער ספר תורה גופא. און דערפאַר איז דער עונש פון אוחז ס”ת ערום — נקבר ערום בלא מצות, ווייל מצות זיינען די „לבושים” פון (נשמת ה)אדם29 און פון תורה30, און ניט אַלס אַ זייטיקע זאַך, נאָר וואָס איז פאַרבונדן מיט ענין התורה גופא: תורה איז ענינה — לימוד ההלכות דהמצות, און מצות זיינען די „לבושים” דורך וועלכע די הלכות התורה ווערן אויסגעפירט בפועל. און עד”ז איז ביי אַן אדם הלומד תורה (און איז געגליכן געוואָרן צו תורה, „זאת התורה אדם” כנ”ל), אַז זיינע לבושים (לענין התורה שבו)31 זיינען זיינע מצות32.
ג) לויט דעם תירוץ פון אביי — „נקבר ערום בלא אותה מצוה” — קומט אויס ווי דער דריטער אופן, אַז מטפחת איז ניט קיין באַזונדער זאַך וואָס ווערט פאַרבונדן מיט ס”ת, נאָר ס׳ווערט ע”ד א ַחלק פון דער ס”ת.
ולדעתו: מען קען ניט זאָגן אַז דער עונש איז וואָס מ׳נעמט באַ אים צו סתם מצות, וויבאַלד אַז מצות זיינען אַ באַזונדער זאַך (לבושים) פון תורה און פון דעם אדם;
נאָר „ערום בלא אותה מצוה” — פון דער מצוה גופא, מטפחת וואָס איז אַ חלק פון דער ס”ת, כדלקמן ס”ז.
[און דערמיט וועט אויך צוקומען אַ תוס׳ ביאור אין דער שייכות צווישן מאמר דר׳ פרנך מיטן מאמר שלאח”ז — „אמר רבי ינאי כו׳ מוטב תיגלל המטפחת ואל יגלל ספר תורה” („בתוך מטפחת”33) — אַז דאָס איז ניט נאָר ווייל ביידע מימרות רעדן וועגן מטפחת34, נאָר דאָס איז אַ המשך בגוף הענין:
לויט דער מסקנא אַז מטפחת איז ניט קיין זייטיקער לבוש צו דער ס”ת, און אפילו ניט קיין לבוש וואָס ווערט פאַרבונדן מיט דער ס”ת, נאָר זי איז אַ חלק פון דער ס”ת גופא, וואָלט מען געקענט זאָגן אַז ס׳איז קיין חילוק ניט צי מ׳איז גולל די מטפחת אַרום דער ס”ת אָדער מ׳איז גולל די ס”ת בתוך המטפחת,
זאָגט ר׳ ינאי אַז קיין איסור איז טאַקע ניטאָ, ווייל די מטפחת איז בדוגמת גליוני ס”ת וואָס זיינען למעלה ולמטה35, אָבער עס איז מוטב אַז תיגלל המטפחת, ווייל עס איז פאָרט ניט די עצם התורה].
ז. די גמרא36 זאָגט: „הקורע . . על מתו (בשבת) אע”פ שמחלל את השבת יצא ידי קריעה”. ועפ”ז דאַרף אויסקומען בנדו”ד, אַז כאָטש ווען מ׳איז אוחז אַ ס”ת ערום טוט מען אַן ענין בלתי רצוי — פאַרלירט מען ניט דורך דעם מצות האחיזה; די עבירה (אין דעם אופן האחיזה) נעמט ניט צו די מצות האחיזה.
און דאָס איז די רבותא (לדעת הי”מ) אין דער דריטער סברא, אַז דאָ איז ער ניט מקיים די מצוה, ווייל מטפחת איז ניט קיין באַזונדערע זאַך פון ס”ת, נאָר ס׳איז אַ חלק פון ס”ת; און דערפאַר, ווען מ׳איז אוחז בס”ת ערום בלי מטפחת, פעלט אין דער ספר תורה עצמה (ובמילא — אין מצות אחיזת ס”ת).
תוס׳ וויל אָבער ניט אָננעמען דעם פירוש, ווייל לפ”ז וועט אויסקומען, אַז לויטן תירוץ פון אביי בייט זיך דער פירוש אין „נקבר ערום”: לויט די ערשטע צוויי אופנים איז דאָס אַן עונש (מ׳נעמט ביי אים צו אַן ענין (לבושים) וואָס ער האָט מצד עצמו); און לויט דער מסקנא „ערום בלא אותה מצוה” איז דאָ אַ חסרון אין זיין קיום המצוה (ער איז „ערום” פון דער מצוה עצמה);
פון פשטות לשון הגמרא אָבער איז משמע, אַז לויט אַלע דריי דעות איז דער גדר פון „נקבר ערום” דער זעלבער — אַן עונש, מ׳נעמט ביי אים עפּעס צו37.
דעריבער לערנט ריב”א אַז „נקבר ערום בלא אותה מצוה” מיינט „בלא אותה מצוה שעשה באותה שעה, שאם אחז ס”ת ערום וקרא בו אין לו שכר מן הקריאה כו׳” — וואָס מצות קריאה האָט ער מקיים געווען, נאָר מ׳איז אים מעניש און מ׳נעמט ביי אים צו דעם „שכר מן הקריאה”.
ח. בעומק יותר יש לומר, אַז די י”מ און ריב”א זיינען מחולק אויך אין דעם עצם גדר פון מטפחת:
לדעת הי”מ איז מטפחת אַן ענין און חלק בלויז פון מציאות הספר תורה, וואָס דערפאַר איז דאָס פאַרבונדן בלויז מיט מצות האחיזה; דאָס האָט אָבער קיין שייכות ניט צו די מצוות האדם וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דעם תוכן ומטרה (ולמדה גו׳ שימה בפיהם38) פון ס”ת (קריאה בתורה וכיו”ב).
און דערפאַר קען מען ניט לערנען אַז „ערום בלא אותה מצוה” מיינט די מצוה פון קריאה וואָס ער טוט באותה שעה, ווייל די קריאה בתורה האָט ניט קיין שייכות צו מטפחת הספר, און דעריבער קען ניט דער איסור פון אוחז ס”ת אָן אַ מטפחת אָנרירן די מצות הקריאה,
[ע”ד לשון הירושלמי39 (אין דעם חילוק פון הקורע בשבת וואָס יצא ידי קריעה, און מצה גזולה וואָס אינו יוצא בה ידי חובתו בפסח): תמן גופא עבירה ברם הכא הוא עבר עבירה — אַז דאָס
וואָס „הוא עבר עבירה” בשעת די עשי’, רירט ניט אָן די מצות קריעה].
לדעת הריב”א אָבער, האָט די מטפחת אַ שייכות צו דעם כללות ענין הס”ת, אַלע פרטי ס”ת זיינען קשורים זה בזה. ובמילא, ווען „אחז ספר תורה ערום” פעלט אין דער שלימות פון קריאה בתורה40, כאָטש אַז אין מעשה האדם זיינען דאָס צוויי באַזונדערע פעולות: אחיזה און קריאה.
ט. ע”פ כהנ”ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס תוס׳ פירט אויס „אבל אחזו במטפחת אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד”:
חז”ל זאָגן41 אַז דער פסוק42 „אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד” רעדט וועגן צוויי סוגים אין לומדי תורה — „למיימינין בה אורך ימים” און „למשמאילים בה עושר וכבוד”. טייטשט רש”י43: מיימינין בה עוסקים לשמה משמאילים שלא לשמה.
פון דעם וואָס די גמרא זאָגט „למשמאילים בה עושר וכבוד” איז מובן, אַז דאָס מיינט ניט אַן אופן אין שלא לשמה44 אויף וועלכן חז”ל45 זאָגן „לא זכה נעשית לו סם המות”, נאָר אַזאַ שלא לשמה וואָס (אויך) דער לימוד ברענגט עושר וכבוד.
דער ביאור בזה: מ׳האָט שוין גערעדט כמה פעמים46, אַז „שלא לשמה”
בדקות מיינט ניט נאָר אַ לימוד צוליב אַ פני׳ וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט עבודת ה׳, נאָר אפילו אַ לימוד לשם המצות — כדי לידע את המעשה אשר יעשון איז שלא לשמה47, דער לימוד איז ניט לשם התורה, לימוד התורה עצמה, נאָר צוליב קיום המצות; לשמה בשלימות מיינט — לימוד התורה לשם (השגת) התורה עצמה, וע”ד לשון חז”ל48 „דרוש וקבל שכר” אָבער ניט „דרוש” צוליב׳ן „קבל שכר”, „יגדיל תורה ויאדיר”49.
און דאָס איז אויך דער ענין פון מטפחת של ס”ת (ברוחניות) — וואָס איז, כנ”ל, אַ חלק אין גוף הס”ת:
דער לימוד כדי לידע את המעשה אשר יעשון איז מוכרח, ואדרבא — קודם לכל לימוד בתורה50 אָבער דאָס איז נאָך ניט לימוד התורה מצד עצמה (נאָר צוליב מצות, כנ”ל); לאידך אָבער, איז דאָס ניט ווי עשיית המצות וואָס זיינען אַ באַזונדער זאַך פון (לימוד ה)תורה — ס׳איז נאָר וואָס זיי זיינען „לבושים” וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תורה (די הלכות התורה ווערן דורכגעפירט אין עשיית המצות) — נאָר דאָס איז לכתחילה איין זאַך מיט תורה: ס׳איז
איינער פון די אופנים אין לימוד התורה; נאָר לגבי לימוד התורה לשמה — לשם התורה עצמה — איז דער לימוד בדוגמא צו אַ מטפחת ולבוש פון „גוף” ואמתית הלימוד51.
און דאָס איז תוס׳ מסיים, אַז בשעת „אחזו במטפחת — און צוזאַמען דערמיט „וקרא בו" (ווי תוס׳ זאָגט פריער) איז — „אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד”: בשעת מ׳האָט ביידע ענינים — סיי „משמאילים בה” (שלא לשמה), דער לימוד לידע את המעשה אשר יעשון וואָס איז מרומז אין „אחזו במטפחת”, און סיי „וקרא בו” וואָס מיינט די קריאה ולימוד בתורה (לשמה) לשם התורה — „מיימינין בה”,
באַקומט מען ביידע עניני שכר, סיי „אורך ימים בימינה” און סיי „בשמאלה עושר וכבוד”, כפשוטם למטה מעשרה טפחים,
ביז — דעם אורך ימים עושר וכבוד האמיתיים, בביאת משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
(*משיחות מוצש”ק יו”ד שבט וכ׳ שבט תש”ל)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.