מסעי א
שהאדם צריך להיות בבחי' מהלך, זאת אומרת הילוך שלא בערך. וזהו "אלה מסעי" לרמז שהאדם צריך תמיד לעלות בהילוך באין ערוך.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אויף דעם וואָס דער פסוק זאָגט „אלה מסעי בני ישראל” און איז דערנאָך מפרט די אַלע ערטער — פרעגט מען1:
וויבאַלד מען רעכנט די ערטער וואו מען האָט זיך אָפּגעשטעלט במשך דער לאַנגער נסיעה, איז מען דאָך ניט אויסן צו דערמאָנען די חלקי הנסיעה צווישן די חניות, נאָר די ערטער וואו מען האָט חונה געווען, אָפּגעשטעלט די נסיעה;
האָט דאָך געדאַרפט דאָ שטיין (ניט „אלה מסעי בנ”י”, נאָר) „אלה חניות בנ”י” — דאָס זיינען די ערטער וואו אידן האָבן זיך אָפּגעשטעלט און גערוט2?
נאָך מער: דעם רוב ועיקר הזמן פון די ארבעים שנה וואָס אידן זיינען געווען אין מדבר, זיינען זיי געווען (ניט בנסיעה ממקום למקום, נאָר) במצב של חני׳ במקומות החני׳3 — האָט דאָך דער פסוק געדאַרפט מדגיש זיין (ביים דערציילן ווי אידן זיינען אַדורך דעם מדבר) די חניות.
לכאורה איז עס פאַרענטפערט לויט אַ
רש”י פריער: אויף „בכל מסעיהם” (אין סוף פ’ פקודי) טייטשט רש”י „מקום חנייתן אף הוא קרוי מסע וכן . . אלה מסעי . . לפי שממקום החני׳ חזרו ונסעו לכך נקראו כולן מסעות”. דאָס הייסט, אַז „מסעי” איז כולל ביידע — סיי דעם „ויסעו” און סיי דעם „ויחנו”.
אָבער הא גופא דאַרף האָבן אַ ביאור: „מקום חנייתן” ווערט אָנגערופן „מסע . . לפי שממקום החני׳ חזרו ונסעו” — לכאורה איז, אדרבה: דער „ויחנו” איז דאָך דער צוועק, גמר און אָפּשלוס פון דעם (פריערדיקן) „ויסעו”, (כוונת ותכלית הנסיעה איז אָנצוקומען צו „מקום החני׳”) — דאַרף דער „ויסעו” נכלל ווערן אינעם „ויחנו” — און ניט פאַרקערט?
אויך: אפילו אויב „מסע” איז אין זיך כולל אויך די חני׳ בין מסע למסע — איז אָבער ניט גלאַטיק בנדו”ד: וויבאַלד אַז דאָ איז דער עיקר הדגשה אויף די חניות2, כנ”ל, דאַרף מען ניט נוצן דעם וואָרט „מסעי” וואָס מיינט בעיקר דעם „ויסעו” (ס׳איז נאָר וואָס „מקום חנייתן אף הוא קרוי מסע”).
ב. מען קען ענטפערן:
דער מכוון פון „ויסעו גו׳ ויחנו גו׳” איז געווען צו אַריינקומען אין ארץ ישראל. דער תכלית איז ניט געווען די חניות, נאָר דער ווייטערדיקער מסע וואָס דערנענטערט צו א”י.
ומהאי טעמא ווערן אויך די חניות אָנגערופן „מסע”, ווייל די חניות זיינען ניט געווען קיין תכלית פאַר זיך4, נאָר
בלויז אַן אָפּשטעל און הפסק אויף צו קענען גיין ווייטער — „ממקום החני׳ חזרו ונסעו” — אין דער ריכטונג פון ארץ ישראל5.
עס איז אָבער ניט גלאַטיק: פון דעם וואָס ער זאָגט „אלה מסעי” — לשון רבים — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער פסוק מיינט
[ניט דעם צד השווה פון די אַלע מסעות און זייער תוכן כללי, אַז זיי אַלע זיינען (אַ חלק און שטעלן צוזאַמען) איין „מסע” פון ארץ מצרים קיין א”י — נאָר]
דעם ענין המיוחד פון יעדן מסע באַזונדער, דאָס וואָס טיילט אָפּ יעדן מסע פון די אַנדערע וכפרש”י6 „כאן ישננו כאן הוקרנו כו׳” (זיי זיינען מסעי, ל׳ רבים) — און וויבאַלד אַז דער חילוק צווישן די מסעות איז מצד די מקומות החני׳ (דער (גיין —) מסע איז דאָך באַ אַלע גלייך), פאַרוואָס זאָגט דער פסוק „אלה מסעי” און ניט „אלה חניות”?
ג. ס׳איז באַוואוסט תורת הבעש”ט7 אויף „אלה מסעי בנ”י”, אַז די אַלע מ”ב מסעות זיינען פאַראַן ביי יעדער אידן, במשך כל שנות חייו8: „אשר יצאו מארץ מצרים” — לידת האדם, דערנאָך במשך ימי חייו — שאר המסעות, ביז ער קומט צום ברעג פון ארץ החיים העליונה.
און דער בעש”ט איז מסביר, אַז קברות התאווה הוא בחי׳ החכמה כי שם קברו את העם המתאווים פי׳ מי שבא
למידת חכמה אזי בטל ממנו כל התאוות מרוב דבקותו בו ית”ש. ומבואר9 אַז אַלע מסעות זיינען „בחינות קדושים וטהורים”. אויך די מסעות ביי וועלכע אידן האָבן זיך געפירט היפך רצון העליון, זיינען אָבער די מסעות מצד עצמם „בחינות קדושות ומעלות רמות”. ווי די דוגמא פון „קברות התאוה” אַז — „בטל10 ממנו כל התאוות מרוב דבקותו”: ס׳איז ניט נאָר ניטאָ קיין תאוה בפועל, נאָר „קברו גו׳ המתאוים”, ס׳איז ניט בגדר עס זאָל זיין שייך תאוה.
עפ”ז ווערט נאָך שטאַרקער די שאלה הנ”ל — פאַרוואָס זאָגט דער פסוק „אלה מסעי” — דע”פ הנ”ל האָט דאָך זיכער די הדגשה געדאַרפט זיין אויף די חניות, וואָס זיינען מרמז אויף די פאַרשידענע מדריגות אין עבודת ה׳, זו למעלה מזו, צו וועלכע אַ איד דאַרף צוקומען (בהליכתו מחיל אל חיל) במשך שנות חייו.
ד. וי”ל הביאור אין דעם:
דער סדר הרצוי פון חיי האדם איז, אַז ביי אים זאָל שטענדיק זיין — „מסעי”, ער זאָל זיין אַ מהלך. ווי חסידות11 איז מבאר דעם חילוק צווישן „עמידה” און „הילוך” אין עבודת השם:
„עמידה” מיינט אַז מען שטייט אויפן זעלבן אָרט. אפילו ווען מ׳איז עולה צו אַ העכערער מדריגה, איז דאָס נאָר אַן עלי׳ בערך — די העכערע מדריגה האָט אַן ערך צו (ובמילא אַ שייכות ובמילא אַ מעין פון) דער פריערדיקער מדריגה,
ובמילא איז ער ניט „אַוועק” (לאמיתתו) פון זיין פריערדיקער מדריגה.
„הילוך” (לאמתתו) מיינט: אַ הילוך ועלי׳ שלא בערך, אַז מען גייט אינגאַנצן אַוועק פון דער נידעריקער מדריגה, די העכערע מדריגה איז באין ערוך העכער פון דער מדריגה אין וועלכער ער איז פריער געשטאַנען.
וי”ל כמה דוגמאות: פילע דרגות בתלמידים זו למעלה (אבל בערך) לזו; שלא בערך — ווען ער ווערט אַ (מוסמך) רב ודיין, און אויך אין דעם זיינען דאָ פילע דרגות. עשר קדושות הן12 יעדע העכער (אָבער בערך) פון דער פריערדיקער. שלא בערך — עלי׳ לג”ע, און אויך אין ג”ע איז „כו”כ13 מעלות ומדרגות ג”ע זלמ”ז עד רום המעלות”.
און דערפאַר זאָגט דער פסוק „אלה מסעי”, צו מרמז ומדגיש זיין, אַז אַ איד זאָל זיך ניט אָפּשטעלן און בלייבן (חני׳) ביים זעלבן סוג עלי׳ מדרגא לדרגא, נאָר זיינע עליות דאַרפן זיין באופן אַז די צווייטע עלי׳ („מסע”) איז אָפּגעטיילט, באין ערוך העכער פון דער ערשטער, אַ הליכה מחיל אל חיל.
ה. אַ טיפערער ענין אין דעם:
אין דעם ענין פון הליכה מחיל אל חיל — עלי׳ שלא בערך — זיינען דאָ צוויי פרטים: אַוועקגיין פון דער פריערדיקער מדריגה, און צוקומען צו דער העכערער מדריגה.
און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי לשונות „הילוך” און „נסיעה”: הליכה איז מדגיש (בעיקר) דעם גיין ווייטער (אויף צוקומען העכער): נסיעה
איז מדגיש (ניט נאָר דעם גיין ווייטער, נאָר) אויך דעם אַוועקגיין פון אַן אָרט — „ויסעו מ . .“ — ווי עס שטייט „נסעה ונלכה”14, „נסעו מזה . . נלכה דותינה”15, „ויסע משה את ישראל מים סוף”16.
און דערפאַר געפינט מען אין כמה פסוקים17 אַז דער לשון „נסע” האָט אין זיך דעם אָפּטייטש פון „עקר”; ועד”ז נוצט דער ירושלמי (במקום דעם לשון „הסיח דעתו”) דעם אויסדרוק „הסיע דעתו”18: היסח הדעת מיינט אַז די מחשבת ודעת האדם איז נעקר געוואָרן פון דעם פריערדיקן ענין,
[ווי מען געפינט דעם דין19 ביי תפילין, אַז „אינו נקרא היסח הדעת אלא כשעומד בשחוק או קלות ראש כו׳ אבל כשעומד ביראה ומתעסק בצרכיו . . ואין דעתו על התפילין ממש אין זה נקרא היסח הדעת”:
כל זמן ער איז נאָך „עומד ביראה” (אע”פ אַז „אין דעתו על התפילין ממש”), איז ער נאָך ניט אָפּגעריסן פון תוכן ענין התפילין20 (וואָס כוונת הנחתן
איז דאָך — שעבוד המוח והלב21); דוקא „כשעומד בשחוק או קלות ראש”, וואָס איז היפך ענין התפילין, איז ער אָפּגעריסן פון ענין התפילין20 און ס׳איז היסח הדעת],
וכנ”ל דער ירושלמי רופט עס „הסיע דעתו”, ווייל דאָס איז תוכן ענין הנסיעה — אַוועק און אָפּרייסן זיך פון אַן אָרט22.
ו. דאָס איז אויך דער ביאור אין פסוק „אלה מסעי בנ”י אשר יצאו מארץ מצרים” — מסעי ל׳ רבים — פרעגט דער אַלטער רבי23: מיט דעם ערשטן מסע מרעמסס לסוכות זיינען אידן שוין אַרויס פון ארץ מצרים, היינט ווי זאָגט מען אַז דורך „מסעי” (לשון רבים) זיינען זיי „יצאו מארץ מצרים”? און ער פאַרענטפערט, אַז „מצרים” איז פון לשון מיצר וגבול; און כל זמן זיי זיינען ניט געקומען צו (דער דרגא פון) ירדן ירחו, זיינען זיי נאָך אַלץ געווען אין „מצרים” — מצרים וגבולים ובמילא נאָך ניט אָפּגעריסן פון ארץ מצרים, אָבער צוזאַמען דערמיט איז אין יעדן מסע געווען „יציאת מצרים” — געווען אַ יציאה פון דעם מיצר וגבול פון דער פריערדיקער חני׳.
און דאָס זאָגט דער פסוק „אלה מסעי בנ”י אשר יצאו מארץ מצרים”:
די „חניות” — די דערגרייכטע מדריגות אין עבודת ה׳ — זיינען נאָך ניט די שלימות און גמר יציאת מצרים; עס דאַרף זיין דער — אַרויסגיין פון מצרים וגבולים פון יעדער חני׳, פון — בלייבן אין איר הגבלה ומיצר, אפילו דקדושה. מען שטעלט זיך ניט אָפּ ביי אַ מדריגה, די חניות זיינען (בעיקר) צוליב „חזרו ונסעו” — „מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים”.
ז. נאָך אַן ענין אין דעם:
עס איז ידוע24 אַז די מ”ב מסעות אין מדבר זיינען אַ רמז אויף דעם זמן הגלות, ווען אידן געפינען זיך אין „מדבר העמים”25. קומט אויס, אַז די „חניות” אין מדבר האָבן אין זיך אַן ענין פון ירידה וגלות, דאָס וואָס מ׳פאַרהאַלט זיך אין „מדבר העמים”
— ועאכו”כ די חניות אין די „מקומות היכן הכעיסוני”26, זיינען דאָך זיכער אַן ענין פון ירידה —
און אעפ”כ ווערן אויך אָט די חניות אָנגערופן „מסעי”, וואָס ווייזט אויף אַן ענין פון נסיעה ועלי׳.
וההסברה בזה27: די כוונה ותכלית פון דער ירידה אין גלות איז די גאולה שלאחרי׳ (ירידה צורר עלי׳). ודוקא דורך דער ירידה ווערט אויפגעטאָן אַן עלי׳ — נאָך העכער ווי פאַר דער ירידה, כיתרון האור מן החשך.
עפ”ז איז מובן אַז די ירידה אין גלות איז אַ חלק פון דער כללות׳דיקער עלי׳ אויף צוקומען צו „ירדן ירחו” — בחי׳ הריח, דער גילוי פון משיח וואָס ער וועט זיין (און מען פּרואווט אים אויס דורך) „מורח ודאין”28.
און אפילו ווען אַ איד פאַלט דורך ר”ל אין אַ זאַך וואָס איז ניט כרצון העליון, טאָר ער ניט אַריינפאַלן אין יאוש ח”ו, נאָר ער דאַרף אויפטאָן יתרון האור מן החושך (פון דעם דורכפאַל) — עס זאָל ווערן אַן ענין פון „מסע” ועלי׳, דער יתרון פון עבודת התשובה. און דערפאַר ווערט עס אין תורה שוין אָנגערופן „מסעי”29, ווייל בפנימיות ובהעלם איז דאָס (די התחלה פון) אַן ענין של עלי׳.
ח. דערמיט איז אויך מובנת די שייכות פון פ׳ מסעי צו דעם זמן ווען מען לייענט די פרשה30 — אין בין המצרים, ובסמיכות צו ר”ח מנחם אב31 — דאָס איז מעודד אידן:
אַריינגייענדיק אין די טעג פון בין המצרים, ובפרט די ט׳ ימים (וואָס הויבן זיך אָן ר”ח מנחם אב), וואָס דערמאָנען אַ אידן דעם גודל הירידה פון דעם גלות זה האחרון — זאָל ער ניט באַווירקט ווערן ליאוש ח”ו פון דער ביטערקייט פון מצב הגלות, נאָר ער זאָל וויסן זיין אַז דאָס אַלס איז כדי ער זאָל עס איבערמאַכן און איבערקערן (אתהפכא — וואָס בריינגט דעם והפכתי32 דורך ה׳) צו אַן ענין פון „מסעי” און עליות,
און דערפאַר דאַרף ער אין די טעג במיוחד מוסיף זיין אין חיות והתלהבות ואור, מיט מער לעבעדיקייט און מער ליכטיקייט (ואין33 אור אלא תורה34),
וואָס דאָס באַלייכט די בין המצרים און ברענגט בגילוי די מסעות (שבהם) ועליות, ביז דעם מסע העיקרי שיהפכו ימים אלה „לששון ולשמחה ולמועדים טובים”35, במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש”פ מטו”מ תשי”ג, תשכ”א)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.