מטו"מ-מנ"א
עניני הגוף קשורים עם העצמות - ואם כן כשמתפלל עבור עניני הגוף יוצא שתפילתו הוא בשביל העצמות. ועל דרך זה הוא בנוגע ל"מנחם אב", שהוא האב של הבנים, ואם כן עניני הבן נוגעים איליו, ואם כן הנחמה לאב כולל גם את הנחמה לבנים. ועפי"ז יוצא שלכל בנ"י שייכים לנחם את האב.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. ווען די פרשיות מטות ומסעי זיינען מחוברות1, ווערן זיי געלייענט בשבת מברכים החודש מנחם אב, אָדער דעם ערשטן שבת פון חודש מנחם אב.
וע”פ הידוע2 אַז אַלע פרשיות התורה האָבן אַ שייכות צו דעם זמן אין וועלכן זיי ווערן געלייענט, איז מובן, אַז די פרשיות מטות מסעי האָבן אַ שייכות ניט נאָר צום כללות הזמן שבין המצרים3, נאָר אויך (ובעיקר) צו חודש מנחם אב4.
ב. דער מנהג ישראל וואָס „תורה היא”5 איז צו אָנרופן דעם חודש (בברכת החודש) — „מנחם אב”.
[און דאָס איז אויך נוגע להלכה, בנוגע לכתיבת שם החודש אין שטרות וכו’: אויך ווען מען שרייבט „מנחם אב”, און נאָך מערער אפילו אויב מ׳האָט געשריבן „מנחם” אַנשטאָט „אב” איז דער גט כשר, ווייל „הדבר מפורסם וידוע
דחודש אב קרו לי׳ חדש מנחם”6, און נאָך מער: יש נוהגים אַז בכתובות און שטרות שרייבט מען לכתחילה „מנחם” במקום „אב”7].
ויש לומר איינעם פון די פירושים בזה ובהקדם:
אמרז”ל8 „שמות החדשים עלו בידם9 מבבל”. שטייט אין מפרשים10 אַז אַלע11 שמות החדשים זיינען ניט קיין לשונות ב„לשון קודש” נאָר לשון כשדים12 (שמות פרסיים13).
אָבער עפ”ז ווערן כמה קושיות: מען געפינט כמה וכמה דרז”ל14 אויף שמות
החדשים פאַרבונדן מיט דעם טייטש פון דעם וואָרט ווי ער איז בלשון הקודש [און ניט ע”ד ווי די גמרא זאָגט15 „דשא — דרך שם” וואָס דאָרטן איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז נאָר געזאָגט געוואָרן ע”ד הרמז, דער וואָרט „דשא” איז אָבער ניט בלשון הקודש, משא”כ ברז”ל הנ”ל איז משמע אַז דאָס איז אַלס טייטש פון דעם וואָרט]16.
ויש לומר ולכאורה בפשטות ואין מקום לקושיא: דער פירוש מרז”ל „עלו בידם מבבל” איז כפשוטו — מ׳רעדט וועגן דעם ענין פון „שמות החדשים”, ותו לא. ד. ה. אַז דער קשר פון דעם וואָרט מיט׳ן חודש (— עס ווערט זיין שם) איז נתחדש ועלה מבבל17, אָבער ניט אַז דער וואָרט איז מלשון בבל.
ובכל אופן אפילו את”ל אַז בכמה מהם איז דאָס מלשון בבל — זיכער קען מען עס ניט זאָגן בנוגע „אב”.
ועוד ועיקר — וויבאַלד אַז דאָס זיינען נעמען וואָס תורה18 באַנוצט זיך מיט
זיי19, איז פאַרשטאַנדיק אַז זיי האָבן דעם פירוש ווי זיי ווערן גענוצט און געטייטשט בלשון הקודש20. ובפרט בעניננו אין דעם נאָמען (מנחם) אב, אַז דער נאָמען „אב” האָט דעם פירוש פון דעם וואָרט „אב” בלה”ק21.
לפ”ז קומט אויס, אַז „מנחם אב” האָט דעם פירוש אַז מ׳איז מנחם דעם „אב”, וואָס בנוגע צו אידן מיינט עס — אבינו שבשמים, מנחם דעם אויבערשטן, כביכול.
— ווען מען וואָלט גערופן דעם חודש „אב מנחם”, וואָלט עס געמיינט אַז דער „אב” (אבינו שבשמים) איז מנחם (אידן)22; אָבער וויבאַלד אַז דער נאָמען איז „מנחם אב”, מיינט עס אַז דער „אב” איז דער מתנחם23 [ע”ד הלשון „מנחם ציון” (בברכת נחם), וואָס מיינט אַז „ציון” איז מתנחמת (דער אויבערשטער איז מנחם ציון)] —
בהמשך למרז”ל24, אַז דער אויבערשטער זאָגט „מה25 לו לאב שהגלה את בניו26 (ואוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם)”27, איז מען אים, כביכול, מנחם.
ג. עפ”ז וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון חודש מנחם אב צו די פרשיות מטות מסעי28, ווייל אָט די נקודה — אַז אַ איד דערהערט אַז די נחמה וואָס ער ווינטשט זיך אין דעם חודש — איז ניט (נאָר) אַ נחמה פאַר זיך, נאָר פאַרקערט, (בעיקר) אַ נחמה פון עם פאַרן „אב”, אבינו שבשמים — איז מודגש, סיי אין פ׳ מטות און סיי אין פ׳ מסעי:
אין פרשת מטות ווערט דערציילט ווי דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו אויף מלחמת מדין, און געזאָגט דאָס בלשון „נקום נקמת בני ישראל מאת המדינים”29; אָבער בשעת משה רבינו האָט איבערגעגעבן דעם ציווי צו אידן, האָט ער געזאָגט „לתת נקמת ה׳ במדין”30. שטייט אין ספרי31, אַז משה האָט געזאָגט אידן „לא נקמת בשר ודם אתם נוקמים אלא נקמת מי שאמר והי׳ העולם”.
ועד”ז געפינט מען אין פ׳ מסעי, וואו דער פסוק זאָגט32 „ולא תטמא את הארץ גו׳ אשר אני שוכן בתוכה כי אני ה׳ שוכן בתוך בני ישראל”, שטייט אויף דעם אין ספרי33: „חביבים ישראל שאע”פ שהם טמאים שכינה ביניהם34 . . חביבים ישראל שבכ”מ35 שגלו שכינה עמהם . . וכשהם חוזרים שכינה עמהם”. ד. ה. אַז דער ענין הגלות איז ניט נאָר פאַר אידן, נאָר אויך פאַר דער שכינה, שכינתא בגלותא, ובמילא, איז די גאולה פון אידן (אויך) אַ גאולה פאַר דער שכינה, ומובן אַז גאולת השכינה איז חשוב׳ר פון גאולת בני ישראל.
ד. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:
אין דעם נאָמען „מנחם אב” איז מודגש בלויז די נחמה פאַרן אב, און עס ווערט בכלל ניט דערמאָנט די נחמה פאַר אידן, פאַרן בן. און אעפ”כ איז דאָס דער נאָמען פון דעם חודש ווי ער ווערט אָנגערופן דורך אַלע אידן36.
איז ניט פאַרשטאַנדיק: ווען עס וואָלט זיך גערעדט בלויז וועגן צדיקים גדולים, וואָס זייער עבודה איז נאָר „לצורך גבוה” און זיי טראַכטן איבערהויפּט ניט וועגן זיך, אפילו ניט „כדי לדבקה בו ית׳”37 — איז פאַרשטאַנדיק אַז ביי זיי באַשטייט דער ענין הגלות אין דעם וואָס זיי זיינען מרגיש דעם גלות השכינה;
אפילו די אידן וועלכע האַלטן ניט באַ דער מדריגה פון עבודה נאָר לצורך גבוה, אָבער בעיקר הערט זיך ביי זיי דער גלות השכינה און דער חורבן הרוחני — „אין אנו יכולים לעלות ולראות ולהשתחוות כו׳”38 — ס׳איז ניט מאיר אלקות בעולם און עס פעלט אין דעם גילוי אלקות שבנפשם39, אין זייער לימוד התורה וקיום המצות ובפרט אין עבודת התפלה (— להשתחוות),
הערט זיך באַ זיי אַן דער ענין פון „מנחם אב” עכ”פ אין דעם אַז זיי זיינען מנחם דעם „חלק אלקה ממעל”40 וואָס געפינט זיך באַ זיי, דעם חלק האב וואָס איז אין זיי.
ווי קען מען אָבער זאָגן לגבי יעדן אידן, און אין יעדן מעמד ומצב, וואָס ידע אינש בנפשי׳ אַז אים טוט וויי דאָס וואָס מען איז נתונים במצור ושבי׳, מען האָט עול גוים על צווארינו, מים רבים פון דאגות הפרנסה אַ מיצר ודוחק בגשמיות, עס פעלט אים אין צרכי הגוף אין בני חיי ומזוני, אַז ס׳איז ניט באופן של רוויחא ווי עס מאָנט זיך עס זאָל זיין באַ אידן —
ווי זאָגט מען אַז באַ אַזאַ אידן הייסט דער חודש מיטן נאָמען „מנחם אב”?
ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס מען געפינט עד”ז אין דעם ענין התפלה:
ס׳איז ידוע די תורה פון מגיד41 אויפן
מאמר חז”ל42 „אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש”,אַז מען דאַרף מתפלל זיין ניט צוליב דעם אייגענעם חסרון, אין די אייגענע צרכים, נאָר אויף דעם חסרון אין „רישא דכל רישין”, וואָס עס פעלט כביכול אין דער שכינה. און „אף שמבקש בקשת צרכי עצמו יהי׳ כוונתו שלא יחסר הדבר לעילא ח”ו כי43 הנשמה היא חלק אלוקה ממעל והיא אבר מאברי השכינה וזהו עיקר הבקשה שימולא ויושפע לעילא”44.
איז אויך אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק ע”ד הנ”ל:
די וואָס האַלטן ביי דער דרגא אַז צרכי עצמו זיינען ניט תופס מקום, ובמילא פילן זיי ניט זייער אייגענעם חסרון, עכ”פ ניט אַלס אַן עיקר — איז פאַרשטאַנדיק אַז זייער תפלה איז אויף דעם חסרון לעילא.
אָבער ביי רוב אידן זיינען דאָך צרכי עצמו — דער גוף ועניני הגוף תופס מקום און זיי פילן דעם חסרון הגוף און דאָס מאַכט זיי ענג און מבלבל פון עיון בלימוד התורה, מבלבל בקיום המצות45, ובמילא איז אַ מ”ע צו מתפלל זיין להקב”ה אַז דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין דעם חסרון46 — טאָ ווי פּאַסט אויף אַזאַ תפלה די תורה פון מגיד אַז
„אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש” דלמעלה, אויף דעם חסרון אין „רישא דכל רישין”?
ו. ע”ד הנגלה קען מען דאָס מסביר זיין (עכ”פ בדוחק) לויטן פסק דין פון אַלטן רבי׳ן בשולחן ערוך שלו47, אַז „אין לאדם רשות על גופו כלל”, ווייל דער גוף האדם איז ניט זיינער, נאָר ער איז קנינו של הקב”ה48.
עפ”ז קומט אויס, אַז בשעת עס איז פאַראַן אַ חסרון אין צרכי הגוף ובמילא — אין גוף איז עס אַ צער כביכול פאַרן (אמת׳ן) בעה”ב פון גוף, הקב”ה. און דערפאַר איז קיין סתירה ניט וואָס אַ איד איז מתפלל אַז דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין דעם חסרון אין צרכי הגוף, און צוזאַמען דערמיט איז „כוונתו שלא יחסר הדבר לעילא” — ווייל זיין כוונה בתפלתו אַז די צרכי הגוף זאָלן נתמלא ווערן איז (ניט בכדי ער (דער אדם) זאָל ניט זיין קיין חסר, נאָר) בכדי אַז אין דעם אויבערשטנ׳ס קנינים זאָל ניט זיין קיין חסרון.
ז. אָבער דער ביאור איז ניט מספיק, ווייל
[נוסף לזה וואָס פון לשון המגיד איז משמע אַז מען רעדט וועגן דעם „כובד” און חסרון אין „רישא דכל רישין”, און ניט אין קנינו של הקב”ה]:
מ׳האָט שוין גערעדט כמה פעמים,אַז וויבאַלד נגלה דתורה און נסתר דתורה זיינען תורה אחת — בלשון הזהר49: נשמתא דאורייתא און גופא דאורייתא
— קען דאָך ניט זיין אַז זיי זאָלן זיין בסתירה זה לזה,
ובעניננו קומט אויס לכאורה אַז דער תוכן ענין התפלה ווי דאָס איז ע”פ נגלה איז היפך דערפון ווי דאָס איז לויט תורת המגיד הנ”ל: אין נגלה שטייט50 אַז די מ”ע פון תפלה איז אַז ווען אַ מענטש פילט אַז אים פעלט עפּעס זאָל ער מתפלל זיין צום אויבערשטן אַז ער זאָל ממלא זיין דעם חסרון. ולפ”ז, ווען איינער האַלט ערשט באַ דער דרגא וואו אים אָרט נאָר, אָדער עכ”פ בעיקר — דאָס וואָס אים פעלט אין זיינע צרכיו הגשמיים, און איז ניט מרגיש באותה שעה אַז גופו איז קנינו של הקב”ה — איז די מ”ע באַ אים אַז ער זאָל מתפלל זיין אויף זיין חסרון;
ויתרה מזה — דאָס איז דער פיה”מ בתפלה, וואָס פיה”מ איז אַן עיקר בתפלה — און דער פירוש איז כפשוטו, כמפורש אין מפרשי התפלות51.
ואפילו אין די מפרשי התפלות לויט כוונות האריז”ל וכו׳ — איז מודגש על אתר אַז דאָס זיינען: כוונות, רמזים, סודות וכו׳.
משא”כ לויט תורת המגיד הנ”ל אין מרז”ל „אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש” קומט אויס — אַז דער גאַנצער ענין התפלה דאַרף זיין בלויז „שלא יחסר הדבר לעילא ח”ו”52.
מוז מען זאָגן, אַז אפילו אַזאַ איד וואָס
טראַכט באותה שעה נאָר וועגן זיין אייגענעם חסרון, איז אָבער בפנימיות זיין תפלה (אויך) אויפן חסרון אין „רישא דכל רישין”.
ח. איז דער ביאור בזה:
אַ53 חילוק עיקרי צווישן דער נשמה און דעם גוף פוןאַ אידן איז — די נשמה איז אַ חלק אלקה ממעל ממש54, דער גוף איז „נדמה בחומריותו לגופי אומות העולם”55, און דערפאַר זאָגט דער אַלטער רבי56 איז דער ענין הבחירה דוקא אין גוף, און דער טעם אויף דעם: בחירה איז שייך צו זאָגן דוקא צווישן זאַכן וועלכע זיינען גלייך איינע צו דער צווייטער (בענין המבוקש); ביי זאַכן וואָס האָבן ניט קיין צדדים שווים, קיין געמיינזאַמע תכונות צווישן זיך פּאַסט ניט זאָגן קיין בחירה, עס ווענדט זיך וואָס מען וויל.
דערפאַר איז בחירה אמיתית שייך זאָגן נאָר בנוגע דעם גוף וואָס איז „נדמה בחומריותו לגופי אוה”ע”, משא”כ בנוגע להנשמה איז ניט שייך קיין בחירה.
מצד דעם גופא איז פאַראַן אַ מעלה אין דעם גוף פון אַ אידן לגבי דער נשמה, דוקא דער גוף האָט אַ שייכות כביכול צו עצמות57: די נשמה איז (אַלס נשמה) שייך בעיקר צו בחי׳ אור וגילוי, משא”כ אין גוף וחומריותו פון אַ אידן וואָס בו בחר הקב”ה איז ער פאַרבונדן מיט עצמותו ית’ ממש,
וואָרום בחירה אמיתית איז נאָר אין עצמות ומהות שאין58 לו עילה וסיבה שקדמה לו ח”ו (משא”כ59 אויסער עצמות, אפילו אין די העכסטע מדריגות פון אור, איז מצד אור60 דאָ אַ נטי׳ ובמילא מעין הכרח ווי עס מאָנט די נטי׳ ובמילא איז ניט שייך דאָרט אמתית הבחירה חפשית, בחירה אמיתית)61.
און אע”פ אַז בחירה קומט (אינגאַנצן) מצד הבוחר, ניט מצד דעם דבר הנבחר (דעם גוף), וויבאַלד אָבער אַז די בחירה איז בחירת העצמות, ווערט דאָס, כביכול, מציאות הגוף, וואָרום וואו עס ווערט נמשך62 עצמותו ית׳ איז ניט שייך עס זאָל בלייבן אַ (תפיסת) מקום צו אַן ענין חוץ ממנו ח”ו63.
ט. עפ”ז איז מובן, אַז אויך ווען אַ איד איז מתפלל און מבקש באַ דעם אויבערשטן אויף צרכי הגוף שלו (דחומריות הגוף —) הגשמיים, איז דאָס ניט בסתירה צו תורת המגיד אַז תפלה דאַרף זיין „מתוך כובד ראש” דשכינה, וואָס עס פעלט אין „רישא דכל רישין”, נאָר אדרבא: דוקא אין דעם וואָס עס פעלט אין גוף הגשמי פון אַ אידן, דאָס „רירט אָן” [ניט (נאָר) אין בחי׳ הגילוי פון אלקות (ווי דאָס איז בשעת עס פעלט אין צרכים הרוחניים של הנשמה), נאָר] אין (אמיתית) „רישא דכל רישין”, אין עצמותו ומהותו ית׳ כביכול, וואָס האָט בוחר געווען אין דעם גוף הגשמי פון אַ אידן.
ובמילא ווען אַ איד איז מרגיש דעם חסרון בצרכי הגוף שלו און דאָס ברענגט אים צו מתפלל זיין להקב”ה, איז דאָס64 בפנימיות ובאמיתית מצד דעם וואָס פנימיותו פילט אמיתית ענינו — בחירת העצמות וואָס איז אין גוף הגשמי דוקא.
און דערפאַר זאָגט מען יעדן אידן, אין וועלכן מעמד ומצב ער זאָל נאָר זיין, „אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש”, אַז באַ אים קען דאָס זיין ובמילא דאַרף דאָס זיין, אויך זיין כוונה גלוי׳65, אַז דאָס וואָס ער בעט צרכיו (כולל אויך צרכיו) הגשמיים, איז ווייל עס פעלט כביכול אין דעם ממעל ממש — דעם עצמות שבו, כביכול.
יו”ד. עד”ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ענין פון „מנחם אב”66:
וויבאַלד אַז יעדער איד איז בן להקב”ה, און נאָך מער — בחירת העצמות איז אין גוף דוקא, איז דאָס וואָס אַ איד איז מרגיש דעם גלות (אויך) אין גשמיות השייך להגוף כפשוטו, איז בפנימיות איז דאָס דער ענין פון גלות השכינה,
ווייל דער ענין הגלות אין אלקות כביכול, איז ניט נאָר אין בחי׳ שכינה „ששוכנת ומתלבשת תוך כל עלמין להחיותן ולקיימן”67, נאָר רירט אָן דעם אב, ביז אין עצמותו ית׳ כביכול — בשעת עס פעלט בייאַ אידן אין גשמיות צרכי הגוף כפשוטם, וואָס אין דעם איז בחירת העצמות, ווערט דערפון מעין ענין פון גלות, כביכול, אין (אב, ביז) עצמות68 ומהות69.
יא. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס מען געפינט אין ספרי33, אַז נאָך דער גאַנצער אריכות „בכ”מ שגלו (ישראל) שכינה עמהם . . וכשהם חוזרים שכינה עמהם” מיט די ראיות פון פסוקים, איז ער ממשיך: רבי אומר מלה”ד למלך שאמר לעבדו אם תבקשוני70 הריני אצל בני כל זמן שאתה מבקשני הריני אצל בני וכה”א71 השוכן אתם בתוך טומאתם.
איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס איז רבי מוסיף אויף די רייד פון ר׳ נתן אַז „חביבים ישראל שבכ”מ שגלו שכינה עמהם . . כשהם חוזרים שכינה עמהם”, אויך פון זיי איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז דער אויבערשטער איז שטענדיק מיט אידן, בכל מקום.
נאָר דער חילוק צווישן די צוויי מ”ד איז:
„ר׳ נתן אומר חביבים ישראל שבכ”מ שגלו שכינה עמהם”. ר׳ נתן רעדט וועגן דער נשמה פון אידן ווי זי איז פאַרבונדן מיט אַן ענין בדוגמת רגש החביבות (בלשון בני אדם), ניט עצם הנפש נאָר רגש וגילוי — און זעט זיך אָן בגילוי, חביבים ישראל, וואָס מיט דעם זיינען זיי אָפּגעטיילט מכל אומות העולם, און מצד זו הנשמה זאָגט מען אַז בכ”מ שגלו שכינה עמהם,
וויבאַלד אַז די נשמה מצ”ע איז אַ חלק אלקה ממעל ממש, בגלוי, איז מספיק דאָס וואָס „שכינה עמהם”אַז דער גלות זאָל ניט פועל זיין אויף איר.
אויף דעם איז רבי מוסיף ווי דאָס איז אויך מצד הגוף, און דעריבער ברענגט ער דעם משל „למלך שאמר לעבדו אם תבקשוני הריני אצל בני כל זמן שאתה מבקשני הריני אצל בני וכה”א השוכן אתם בתוך טומאתם”: דאָ רעדט מען ניט וועגן אַ זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט אַן ענין פון „חביבים” — רגש וגילוי, נאָר מיט אַן ענין עצמי בדוגמת השייכות פון אב ובן, וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט גוף, וואָס אין אים איז דאָ בחירת העצמות72 כנ”ל73.
און דערפאַר: א) איז ער מדגיש אַז דאָס איז „כל זמן שאתה מבקשני”, וויבאַלד אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט עצמות איז אין דעם ניט שייך קיין חילוק ושינוי74. ב) ער ברענגט דעם פסוק (ועד”ז שאר הפסוקים) „השוכן אתם בתוך טומאתם”, וואָס איז שייך להגוף ועניניו, ניט להנשמה75 ועניני׳ — וואָס (אפילו) דברי תורה אין מקבלין טומאה76.
יב. לויטן אויבנדערמאָנטן ביאור אין דעם ענין פון „מנחם אב” וועט מען אויך פאַרשטיין נאָך אַ שאלה אין דעם:
נחמה בכלל איז — בעת באַ אימיצן האָט געטראָפן אַ דבר בלתי רצוי, און
ממלא זיין דעם חסרון קען ער ניט, איז אַ צווייטער וואָס געפינט זיך ניט אין דעם זעלבן צושטאַנד, געפינט ער עכ”פ אַ טרייסט (צי בדברים צי במעשה) פאַר דעם געטראָפענעם.
בנדו”ד אָבער, ווי אַזוי זיינען אידן ביכולת צו מנחם זיין דעם אויבערשטן77 בשעת זיי אַליין געפינען זיך אין גלות. ואדרבה: דער עיקר ענין הגלות איז דאָך באַ אידן, און דער גלות פאַר הקב”ה איז נאָר אַ תוצאה דערפון וואָס ער געפינט זיך „עמהם”, מיט אידן?
איז דער ביאור בזה:
בנוגע צו אב ובן זאָגן חז”ל78 „יפה כח הבן מכח האב”. איז ידוע אַז אין דעם זיינען מודגש ביידע קצוות: דער כח הבן איז „יפה” פון דעם „אב”; ולאידך, איז דאָס גופא (דער „יפה”) קומט „מכח האב” — פון דעם אב. וואָרום אַלץ וואָס דער בן האָט קומט פון דעם אב; נאָר וויבאַלד דער בן נעמט זיך פון עצמיות של האב, דעריבער קען זיין „יפה כח הבן” פונעם אב — פון די כחות הגלויים שלו79.
קומט אויס, אַז דער קשר עצמי וואָס איז דאָ צווישן (עצם ה)אב ובן איז ניכר אין דעם וואָס דער כח הבן איז יפה מכח האב.
יעדער ענין למטה — ווערט נשתלשל פון למעלה, ועד”ז בענין זה: דער ענין אַז „יפה כח הבן מכח האב” למטה ווערט נשתלשל פון דעם וואָס „יפה כח הבן
מכח האב” למעלה — צווישן דעם אויבערשטן מיט זיינע בנים — אידן, כביכול:
מצד דעם וואָס אין בני ישראל דאָ למטה איז פאַראַן דער כח העצמות, ווערט אין זיי נתגלה עצמיות האב וואָס ווערט ניט נתגלה בעולמות למעלה, אפילו אין די בחינות הכי עליונות אין אלקות.
ובמילא אין בנ”י למטה איז דער — יפה כה הבן, דער כח העצם ממש, אויף „מנחם” זיין כביכול אבינו שבשמים80,
וע”ד ווי מען געפינט בנגלה דתורה ובגלוי אַז דער אויבערשטער זאָגט81 „נצחוני בני נצחוני”82.
יג. וויבאַלד אַז דער גאַנצער חודש ווערט אָנגערופן „מנחם אב”, איז פאַרשטאַנדיק אַז דער ענין הנחמה הויבט זיך אָן (ניט נאָר פון לאחרי תשעה באב, ווען עס הויבט זיך אָן דער זמן פון „שבעה דנחמתא”, נאָר) שוין פון התחלת החודש.
וואָרום דער ענין הנחמה אויף דעם גלות ווערט אויפגעטאָן דורך די הנהגות פון אידן, וועלכע זיינען היפך חטאינו — סיבה היחידה פון גלינו,
ובפרט משנכנס אב, די הנהגות בקשר צו חורבן בית אלקינו, וואָס מיט דעם
איז מען „מנחם” (די עניני) אב, מחליש דעם חורבן ומקרב דעם בנין.
און דעריבער קומען צו דינים וכו’, ובכלל דאַרף מען זיך משתדל זיין אין די טעג צו מוסיף זיין וואָס מער אין תומ”צ ועבודת ה׳,
ובפרט — סיי אין די דינים והנהגות שממעטין כו’ בימים אלו, און סיי לאידך, וואָס מ׳איז מוסיף אין תורה וואָס „פקודי ה׳ ישרים משמחי לב”83,
ובפרט — ע”פ המנהג84 בכ”מ — מאַכן אין די טעג אַ סיום מסכת, וואָס דאַן ווערט דער טאָג אַ „יומא85 טבא לרבנן”86,
בכלל קאָכן זיך נאָך מער אין לימוד התורה המשמחת לב, וביחוד אין דעם לימוד פון הלכות בית הבחירה — וועגן בית המקדש, צורתו ומובאיו כו’, וואָס דורך דעם לימוד אין עניני צורת הבית איז „בנין ביתי” ניט בטל, און „אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקין87 בבנין הבית”88,
וואָס מיט די אַלע ענינים, מעשינו ועבודתנו, איז מען מנחם כביכול אבינו שבשמים, וינחם הוי׳ (חרטה89 כביכול), דער אויבערשטער גייט אַרויסנעמען אידן פון גלות און בויען דעם בית המקדש השלישי, מקדש אדני כוננו יךיך90 -
במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש”פ מטו”מ תשמ”ב, ש”פ אמור תשל”ז)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.