י"ב-י"ג תמוז
כ"ק מו"ח אדמו"ר אמר שההתבוננות בשיטת הבעש"ט בענין השגחה פרטית נתן לו את הכח להתגבר על יסורי המאסר. דלפי הבעש"ט ההשגיה היא בדצ"ח עצמם (לא רק בדרך טפל לאדם), ועד"ז שהמאסר(הצמצום) עצמו השלים את הכוונה העליונה, שגרם התעוררות למס"נ בבנ"י.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. בשייכות צום מאסר וגאולה ביב ויג תמוז פון רבין דעם שווער, האָט ער אַמאָל דערציילט1, אַז אין די מאמרים פון דעם ר”ה פאַרן מאסר — ר”ה תרפ”ז — האָט זיך גערעדט וועגן שיטת הבעש”ט2 אין דעם ענין פון השגחה פרטית, אַז השגחה פרטית איז אויך אויף דומם צומח חי און אויף יעדן פרט ופרט — כאָטש אַז דער ענין האָט ניט געהאַט קיין שייכות צום מאמר3, און אַז לולא זאת ווייס ער ניט צי ער וואָלט געקענט דורכטראָגן (סובל זיין די יסורים און אַרויס פון) דעם מאסר.
דאַרף מען פאַרשטיין: דער אויפטו פון שיטת הבעש”ט אין השגחה פרטית איז, כנ”ל, אַז אויך אַלע ברואים פון חי צומח ודומם זיינען מושגחים בהשגחה פרטית פון דעם אויבערשטן4, אָבער די השגח”פ אויפן מין המדבר איז דאָך אַן ענין וואָס כו”ע מודים בזה (אויך אָן דעם אויפטו פון דעם בעש”ט)5, ובפרט בנוגע ישראל עם קרובו, און אידן שומרי תומ”צ בפרטי פרטיות, ומכש”כ ווען דער מדובר איז וועגן מנהיגי ונשיאי
ישראל, וואָס זייערע ענינים זיינען נוגע צו כלל ישראל, איז דאָך אַוודאי פשוט בתכלית אַז אַלע זייערע ענינים זיינען בהשגח”פ — היינט פאַרוואָס האָט מען ביים מאסר פון רבי’ן געדאַרפט אָנקומען דוקא צו שיטת הבעש”ט6 אין השגח”פ7?
די תמי’ איז נאָך גרעסער: וואָס איז בכלל נוגע דאָ, ביים מאסר פון רבי’ן, די הדגשה פון השגח”פ? דאָס האָט דאָך געהאַט צו טאָן אינגאַנצן מיט קיום התומ”צ, מיט הרבצת התורה והחזקת היהדות און מיט אויספירן די שליחות פון דעם אויבערשטן, איז דאָך פשיטא אַז אַלעס השייך לזה — כולל די זאַכן וואָס האָבן זיך געטאָן מיטן רבי’ן — זיינען געווען פאַרבונדן מיט רצון וכוונת והשגחת השי”ת.
ב. בפשטות יש לומר, אַז דאָס גופא איז דער פשט פון דעם רבי’נס ווערטער „דורכטראָגן (לסבול היסורים ולצאת מן) המאסר”: היות אין מאמר האָט זיך גערעדט וועגן השגחה פרטית, האָט דער רבי דערפילט אַז די אַלע יסורי המאסר זיינען בהשגח”פ, פון דעם אויבערשטן, און דערפאַר האָט ער זיי געקענט דורכטראָגן.
— וויבאַלד ער האָט וועגן זיך ניט געטראַכט14, האָט ער ניט געטראַכט אַז דאָס איז „רע יורד”15.
עפ”ז ווערט אָבער די שאלה: פאַרוואָס איז דער רבי מדגיש די שוועריקייטן אין סובל זיין די יסורי המאסר16?
ואדרבה: וויבאַלד אַז דער מאסר מיט זיינע יסורים זיינען געווען אַ תוצאה פון זיין עבודת הקודש אין הרבצת התורה
עס איז אָבער ניט אינגאַנצן גלאַטיק, ווייל לפ”ז איז מתאים אַז די הדגשה זאָל זיין (ניט אַזוי אויפן ענין פון השגח”פ, נאָר) אויף דעם ענין פון „אין רע יורד מלמעלה”8 וכיו”ב. און ווי ס’איז מבואר אין תניא9 בפרטיות די עצה צו קענען איבערטראָגן יסורים, ביז צו קענען זיי מקבל זיין ברצון ובשמחה, וכהוראת חז”ל10 „כשם שמברך על הטובה כו’ ופירשו בגמרא11 לקבולינהו בשמחה”12.
ג. ולהעיר — דער טעם פאַרוואָס דער רבי האָט ניט דערמאָנט דעם ענין אַלס מיטל צו קענען דורכטראָגן די יסורי המאסר, איז מובן:
דער רבי איז כל כולו געווען אַריינגעטאָן און איבערגעגעבן צו דעם אויבערשטן און צו תומ”צ, באופן אַז זיין אייגענע מציאות האָט ניט תופס מקום געווען, במילא איז מובן אַז זיינע יסורים גשמיים האָבן ניט געקענט גורם זיין אַ מצב פון ניט קענען זיי איבערטראָגן13
והחזקת היהדות בכל רחבי המדינה, וכידוע ומפורסם די פרשת הימים ההם, האָט עס דאָך געדאַרפט ביי אים אַרויסרופן, פאַרקערט, אַ תנועה של שמחה וואָס ער האָט זוכה געווען17 דורך אָטדי עבודה צו דער מדריגה אין מס”נ18, ביז צו יסורי (ופחד) מות אַזוי פיל טעג.
ע”ד ווי מ’געפינט באַ ר’ עקיבא’ן19, אַז ווען ער האָט זוכה געווען צו קידוש השם האָט ער, בו בזמן ווען ער האָט זיך מוסר נפש געווען מתוך עינויים קשים, געהאַט דערפון דעם רגש העונג וואָס עס איז געקומען די זאַך וואָס „כל ימי הייתי מצטער”20.
ד. וי”ל דעם ביאור בזה: אין זיינע מאמרים21 רעדט דער רבי אַרום דעם חילוק צווישן דער מס”נ פון ר”ע און דער מס”נ פון אברהם אבינו: רע”ק האָט געזאָגט22 „כל ימי הייתי מצטער כו’ מתי
יבוא לידי ואקיימנו” — ער האָט געזוכט און געשטרעבט צו מס”נ מצד עצמה, מצד דער גרויסער טייערקייט פון מס”נ, היות אַז דורך דעם קומט מען צו צו דער גרעסטער מדריגה פון פאַרבונדנקייט און פאַראיינציקונג מיטן אויבערשטן23.
אברהם אבינו האָט ניט געזוכט קיין מס”נ (אַלס תכלית ומטרה פאַר זיך). זיין ענין איז געווען צו מפרסם זיין אלקות בעולם, ויקרא שם בשם הוי’ א־ל עולם24, אל תקרא ויקרא אלא ויקריא25; ער איז געווען אינגאַנצען אַריינגעטאָן אין דער עבודה צו מפרסם זיין אלקות, און אויב עס איז געווען פאַרבונדען מיט מס”נ — האָט עס ניט מונע געווען כלל, ער האָט זיך מס”נ געווען.
און דעריבער האָט ר”ע געהאַט עונג פון די עינויי המס”נ, ווייל עס האָט זיך אויסגעפירט זיין מבוקש — צו מוסר נפש זיין זיך אויף אלקות. באַ אברהם אבינו איז אָבער געווען אַנדערש: בשעת מ’האָט אים פאַרשפּאַרט אין בית האסורים26 האָט ער געהאַט צער דערפון, ווייל געפינענדיק זיך דאָרט האָט ער ניט געקענט טאָן די עבודה פון מפרסם זיין אלקות בעולם.
ה. עד”ז איז געווען אויך באַ דעם רבי’ן דער בעל הגאולה: מצד שלימות וטובת עצמו, איז דער מצב הנ”ל — צוקומען צו תכלית השלימות אין עבודה פון מס”נ, ביז צו יסורי הגוף כפשוטו — גורם אַ שמחה גדולה27.
וויבאַלד אָבער אַז זיין עבודה איז ניט געווען (צוליב מעלת ה)מס”נ מצ”ע, נאָר בכדי דורכצופירן זיין שליחות בעלמא הדין, צו מפיץ זיין תורה ומצות און פנימיות התורה וכו’28 — און צו דעם איז ער געווען איבערגעגעבן באופן אַז קיין זאַך האָט אים דערפון ניט אָפּגעהאַלטן, אפילו ווען דערביי האָט זיך געפאָדערט מס”נ, צו יעדער צייט און אויף יעדן טריט בעבודתו (ווי מ’האָט דאָס געזען במוחש במשך ימי הנשיאות שלו, ובמיוחד במדינה ההיא לפני המאסר), איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס ער האָט געהאַט גרויס צער זייענדיק אין מאסר.
וואָרום כאָטש ער איז דעמולט נאָכמער נתעלה געוואָרן כנ”ל, האָט דאָס אָבער גורם געווען צער ויסורים ווייל המאסר ויסורי המאסר האָבן אים מונע געווען פון דורכצופירן זיין שליחות צו מקרב זיין אידן לה’ ולתורתו29.
ו. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: אויך אָט די „עבודה גדולה אשר עבדתי בהרבצת התורה וחיזוק הדת”30 האָט דער רבי געטאָן ניט (בלויז) ווייל דאָס איז זיין שליחות, נאָר ווייל דאָס איז די
כוונה העליונה — איז וויבאַלד אַז דער מאסר איז דאָך ח”ו ניט געווען צוליב זיין „שולד”, נאָר אינגאַנצן אַ תוצאה פון הפצת היהדות בשלימות מתוך מס”נ בתכלית — איז דאָך מובן בפשטות, אַז אַזוי איז געווען דער רצון העליון, אַז דער רבי זאָל דעמולט זיין אין מאסר און דורכגיין אַלע יסורי המאסר ר”ל — וא”כ איז הדרא קושיא לדוכתא: וואָס פאַר אַן אָרט האָט לפי”ז זיין בצער דערפון?
איז דער ביאור בזה: אין דער עבודת הנשמה צו דורכפירן די שליחות פון דעם אויבערשטן זיינען פאַראַן צוויי אופנים. וע”ד דוגמא ווי דאָס איז באדם התחתון, בענינים תחתונים, אַז זיין טאָן אַן אַרבעט קען זיין אויף צוויי אופנים. איין אופן איז אַז ער טוט אַלס אַן אָנגעשטעלטער: ער איז טאַקע אינגאַנצן איבערגעגעבן צו טאָן די זאַך באמונה, ביז אפילו שלא ע”מ לקבל פרס, אָבער אעפ”כ איז ער — אָנגעשטעלט באַ אַ צווייטען, דאָס איז ניט זיין זאַך, ניט זיין געשעפט. אַנדערש איז אָבער ווען די אַרבעט ווערט געטאָן דורך דעם בעה”ב אַליין, דאָס איז אים נוגע — ס’איז זיין זאַך, זיין אייגענער געשעפט.
דער אונטערשייד צווישן דעם בעה”ב און דעם אָנגעשטעלטן באמונה איז ניט אויף אַזויפיל בולט אין און בשעת דער אַרבעט גופא: ביידע טוען די אַרבעט מיט פולער איבערגעגעבנקייט און התמדה; דער חילוק ווערט בעיקר קענטיק ערשט שפּעטער — בגמר העבודה אָדער בלילה, צווישען איין יום המעשה און מחרתו.
אין דעם זמן, ווען די אַרבעט ווערט ניט געטאָן און דער עסק ווערט ניט געפירט, שלאָפט דער אָנגעשטעלטער רואיק: ער האָט געטאָן באמונה אַלץ
וואָס ער האָט געקענט טאָן; אַי, די אַרבעט אָדער דער עסק איז ניט כדבעי — פילט ער אָבער אַז ניט ער דאַרף און ניט ער קען העלפן דערצו, ער האָט אַ רואיקן געוויסן. משא”כ דער בעה”ב — ער קען אין אַזאַ מצב ניט שלאָפן, ער קען ניט זיין במנוחה כל זמן די זאַך, דער עסק איז ניט כדבעי.
ז. עד”ז זיינען פאַראַן צוויי מדריגות אין נשמות און צוויי אופנים אין אויספירן די כוונה פון דעם אויבערשטן אין זייער שליחות בעלמא הדין:
איין אופן העבודה איז, אַז ער איז אינגאַנצן איבערגעגעבן אויסצופירן זיין שליחות, ניט צוליב שלימות וטובת עצמו, נאָר בלויז צוליב דער כוונה העליונה, און ער טוט דאָס ביז מס”נ ועד בכלל; אָבער ווען ער האָט געטאָן אַלץ וואָס ער האָט געקענט און ער האָט ניט קיין מעגלעכקייט צו טאָן מער ווי דאָס — איז ניט שייך ער זאָל האָבן צער דערפון. ובמכ”ש דערפון וואָס „אונס רחמנא פטרי’” פון זיין עבודה. ובפרט וויסנדיק, אַז אַלץ איז בהשגחה העליונה, איז דאָך הא גופא אויסגעשטעלט און אָפּגעמאָסטן אין דער השגחה העליונה, ניט נאָר ווי גרויס זיין אפשרות זאָל זיין צו טאָן די עבודה, נאָר אויך וויפל דער ענין זאָל איצט דורכגעפירט ווערן — איז במילא ניטאָ קיין טעם וסיבה אויף צער.
בשעת אָבער אַ איד איז אויף אַזויפיל פאַרבונדן ומיוחד מיט דעם אויבערשטן31, אַז דער רצון וכוונת הבורא ווערט זיין רצון וכוונה32, דעמולט איז
זיין עבודה ניט (נאָר) באופן אַז ער פירט דורך זיין שליחות פון אויבערשטן, נאָר ביי אים הערט זיך אָן אַז די עבודה איז זיינער אַן אייגענער ענין, און נאָכמער — זיין גאַנצע מציאות.
און דעריבער, אפילו ווען ער האָט געטאָן אַלץ וואָס עס איז ביכולת צו טאָן, וויבאַלד אָבער דער ענין האָט זיך ניט אָפּגעטאָן אָדער ניט געוואָרן אָפּגעטאָן בשלימות, איז ער, אַלס „בעה”ב”, האָט ער צער, גרויס צער דערפון.
ח. ווי די מעשה שהי’ באַ איינער פון די אסיפות הרבנים אין פּעטערבורג אין דער צייט פון כ”ק אדמו”ר (מוהרש”ב) נ”ע, דער פאָטער פון דעם בעל הגאולה. די אסיפות זיינען געווען אין צוזאַמענהאַנג דערמיט, וואָס די מלוכה האָט דאַן געפאָדערט אַז די רבנים און מלמדים זאָלן האָבן אַ געוויסע מאָס בילדונג אין לימודי חול33. כמובן, אַז אַלע גדולי ישראל האָבן זיך דעמאָלט שטאַרק קעגנגעשטעלט דער גזירה. די שרי המלוכה האָבן אָבער געוואָרנט, אַז אויב מ’וועט ניט נאָכגעבן און אָננעמען די גזירה וועט מען מאַכן ח”ו פּאָגראָמען אויף אידן. דער רבי נ”ע האָט דעמולט ביי אַן אסיפה גערעדט זייער שאַרפע רייד, און ביים ענדיקן רעדן האָט ער גע’חלש’ט. צוליב דער שאַרפקייט פון זיינע רייד (און אויך דברי מחאה קעגן די שרי המלוכה צוליב זייער דראָען מיט פּאָגראָמען) האָט מען אים דעמולט אַריינגעזעצט אין מאסר (בייתי).
ווען מען האָט דעם רבי’ן נ”ע שפּעטער באַפרייט, איז איינער פון די רבנים אַריין צום רבי’ן נ”ע און האָט געזען אַז דער רבי נ”ע זיצט און וויינט. האָט ער
געזאָגט צום רבי’ן נ”ע: ליובאַוויטשער רבי! וואָס וויינט איר? מ’האָט דאָך געטאָן אַלץ וואָס מ’האָט געקאָנט? האָט דער רבי נ”ע געענטפערט: אָבער דער ענין האָט זיך ניט אָפּגעטאָן . . .
ט. עד”ז איז געווען די עבודה פון בעל הגאולה. זייענדיק דורכגענומען מיטן רצון וכוונה העליונה צו מפיץ זיין תומ”צ, און מאַכן פון וועלט אַ דירה לו ית’ — איז בשעת זיין עבודה בזה האָט זיך אָפּגעשטעלט דורך זיין זיצן אין מאסר (און דער המשך העבודה איז געשטאַנען בסכנה ר”ל), האָט עס אים פאַרשאַפט גרויסע צער ויסורים.
נאָכמער ובהקדים: ידוע בפירוש הכתוב34 „והאיש משה עניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה”, אַז דאָס מיינט ניט אַז משה האָט ניט געוואוסט זיינע מעלות (וואָס צוליב זיי — קיבל תורה מסיני, גאל ישראל ממצרים וכו’), נאָר אדרבה — זיין ענוה האָט זיך גענומען פון דעם גופא וואָס ער האָט געוואוסט וועגן זיינע כחות נעלים, טראַכטנדיק אַז אַן אַנדערער מיט אַזוינע כחות וואָלט אויפגעטאָן אַסך מער, כמבואר במ”א35.
עד”ז דער רבי האָט זיכער מעריך געווען זיינע כחות, דאָס איז דאָך מוכרח כדי נוצען זיי בשלימות, ער האָט אויך געוואוסט אַז די הצלחה אין דער עבודה פון הרבצת התורה וחיזוק היהדות האָט געפאָדערט אַז דאָס זאָל דורכגעפירט ווערן דוקא דורך דעם רבי’ן, אַז אימיצער אַנדערש וועט ניט זיין ביכולת דורכצופירן די שליחות — איז דאָך
מובן אויף וויפל דער מאסר האָט אים גורם געווען צער ועגמ”נ.
וע”ד ווי מ’געפינט באַ משה רבינו, אַז נאָכדעם ווי דער אויבערשטער האָט גוזר געווען „לא תביאו את הקהל הזה אל הארץ אשר נתתי להם”36, האָט ער זיך מצטער געווען און מרבה געווען בתפלות37 אויסבעטן ביים אויבערשטן אַז ער זאָל קענען אַריינברענגען די אידן אין ארץ ישראל, ביז אַז מ’רופט עס אָן „התלמיד כמה סרבן”38, וואָס ס’איז מובן, אַז זיין כוונה דערביי איז ניט געווען צוליב זיין אייגענער תועלת, נאָר זיין „נתאוה”39 אַריינצוקומען אין א”י איז געווען (ווי באַ אַן „עבד נאמן”40) צו ממלא זיין און משלים זיין דעם אדון’ס (אויבערשטנ’ס) שליחות וואָס איז געווען — לטובתם של ישראל:
משה רבינו האָט געוואוסט, אַז דאָס וואָס לאחר זמן וועט זיין דער חורבן הבית און די אידן וועלן ווידער דאַרפן גיין אין גלות וכו’, וועט זיין פאַרבונדן דערמיט וואָס יהושע וועט אַריינברענגען די אידן אין א”י.
און דערפאַר האָט ער אַזויפיל מתפלל געווען אויף זיין כניסה לארץ, ווייל ווען משה וואָלט געווען דער מכניס פון אידן אין א”י, וואָלטן זיי געהאַט אַ קיום נצחי בארץ, דער ביהמ”ק וואָלט ניט חרב געוואָרן און עס וואָלט מער ניט געווען קיין שיעבוד מלכיות41.
יו”ד. עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט מובן: וויבאַלד אַז אַלץ איז בהשגחה ובכוונת הבורא, און דער תכלית הכוונה פון דעם אויבערשטן אַז דורך הרבצת התורה וחיזוק היהדות זאָל נתגלה ווערן אלקות בעולם, ביז אַז וועלט זאָל ווערן אַ דירה לו ית’, וועט געוויס אויסגעפירט ווערן — איז דאָך דערפון גופא מוכח אַז אויך דער ענין המאסר וכו’ איז ניט בכדי די עבודה זאָל ח”ו אָפּגעשוואַכט ווערן, נאָר פאַרקערט, דורכדעם זאָל צוקומען אַ יתרון אין הפצת היהדות כו’42. און ווי דאָס האָט זיך טאַקע אַרויסגעוויזן בפועל, אַז נאָך דער גאולה פון רבי’ן איז נאָכמער פאַרשטאַרקט געוואָרן די אַרבעט פון חיזוק היהדות, ביז דאָס האָט דערפירט צו דער יציאה פון רבי’ן ממדינה ההיא, וואָס דאָס האָט דערמעגלעכט אַז זיין אַרבעט אין הפצת התורה וחיזוק היהדות איז געוואָרן פיל מער פאַרשטאַרקט און פאַרברייטערט, ביז צו דער הפצה בכל קצוי תבל
[וע”ד ווי דאָס איז געווען באַ דער כניסה לא”י, אַז כאָטש די כניסה איז לפועל געווען ניט דורך משה נאָר דורך יהושע, און דערפאַר האָט געקענט זיין און געווען דער חורבן וגלות, איז דאָס אָבער סו”ס געווען לטובתם של ישראל — דאָס האָט אויפגעטאָן אַז אַלע גילויים זאָלן נמשך ווערן דורך דער עבודה פון אידן, וכתוצאה מזה — אַז די גילויים דלעת”ל זיינען אין אַ פיל העכערן אופן43] —
היינט פאַרוואָס זאָל דאָס גורם זיין צער ויסורים?
וי”ל די הסברה בזה:
וויבאַלד אַז בעת המאסר גופא איז געווען אַ מצב פון העלם והסתר אויף דער עבודה פון הפצת התורה, וואָס האָט ניט געקענט דורכגעפירט ווערן אפילו אינעם אופן ווי ס’איז געווען פאַרן מאסר, איז דאָס אַליין אַ דבר המצער ומכאיב; און ניט נאָר מצער מצד דעם מעמד ומצב פון דער אידישער נשמה דאָ למטה, נאָר (אויך) אַ צער כביכול למעלה — צוליבן מצב פון היפך הגילוי דאלקות.
און ע”ד ווי ס’איז ידוע אין דעם ענין הצמצום (וואָס דער רבי איז מבאר אין א ַי”ב תמוז’דיקן מאמר44), אַז הגם אַז די כוונה פון דעם צמצום איז בשביל הגילוי שלאחריו, און (נאָכמער) כוונת הגילוי גופא איז די גאַנצע סיבה אויפן צמצום — איז אָבער „גוף ועצם הצמצום הוא היפך הרצון”, ווייל דער רצון העליון איז, עס זאָל זיין גילוי אור.
יא. על פי כל הנ”ל וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון שיטת הבעש”ט אין השגחה פרטית (אַז דאָס איז אויך אויף דומם צומח וחי און אויף יעדער פרט פון יעדן מין און אויף פרטי עניניו) צו דעם ענין פון „דורכטראָגן (לסבול די יסורים ולצאת מן) המאסר” —
דיש לומר אַז די כוונה בזה איז [ניט אין דעם עצם ענין אַז די השגח”פ איז אויך אויף דצ”ח — נאָר] דער חידוש וואָס קומט אַרויס משיטת הבעש”ט (אַז עס איז פאַראַן השגח”פ אויף דצ”ח) בנוגע דער השגחה פרטית על האדם:
דער רבי איז מבאר אין אַ י”ב תמוז’דיקן מאמר45, אַז דער ענין פון השגחה פרטית וואָס דער בעש”ט איז מבאר, מיינט ניט נאָר אַז יעדע תנועה פרטית פון יעדן נברא איז בהשגחה פרטית פון בורא ית’, נאָר נאָכמער, אַז די תנועה פרטית פון דעם נברא פרטי „יש לו יחס כללי לכללות כוונת הבריאה . . גם תנועה אחת של דשא פרטי משלים הכוונה העליונה בענין הבריאה”46.
וואָס דערפון קומט אַרויס אַן אויפטו אויך אין ענין ההשגחה על האדם:
אויך לדעת בעלי השיטה אַז השגח”פ איז בלויז אויף מין המדבר און אויף דצ”ח איז פאַראַן בלויז אַ השגחה כללית („השגחה מינית לא אישית”47) — איז דאָס דוקא ביי אַזעלכע ענינים וואָס זיינען נאָר נוגע די מיני הדצ”ח עצמם; אָבער אין פאַל ווען פון אַ דבר פרטי (פון דצ”ח) „יגיע איזה ענין אל השגחת האדם”, האַלטן אויך זיי אַז דעמאָלט איז דאָ אַ השגחה אויך אויף דעם פרט. נאָר לדעתם — „לא יגזור השי”ת על אלו הדגים שימותו או יחיו אבל גזר על האדם הזה ענינו ופרנסתו . . ועד”ז נמצאת השגחה לאדם בבע”ח שלו כגון אם ישמין שורו . . אם תשבר כדו”48.
לויט זייער שיטה קומט אויס, אַז דער ענין פון השגח”פ איז דוקא על האדם, וויבאַלד אַז ער איז דער תכלית כל הבריאה („בשביל ישראל שנקראו
ראשית”), ובמילא איז די השגחה פרטית על כל עניני האדם (אפילו ווען דאָס איז אַ זאַך פון דצ”ח).
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז עס איז פאַראַן אַ חילוק בהשיטות אויך אין דער השגחה פרטית אין די עניני האדם גופא: אין די ענינים וואָס מ’זעט אין זיי מעלת האדם, מצד וועלכע ער איז תכלית הבריאה — איז די השגח”פ אויף דעם באופן גלוי; משא”כ אַ זאַך וואָס איז ביים אדם בלויז אַן ענין טפל וואָס מ’זעט ניט אין איר מעלת האדם, איז די השגח”פ ניט אין דער זאַך מצד עצמה, נאָר בלויז אויף וויפל די טפל־זאַך איז נוגע צום אדם49.
משא”כ לויט שיטת הבעש”ט, אַז יעדער פרט ופרט פון דער בריאה, אפילו אַ „תנועה אחת של דשא פרטי”, האָט מצד עצמו אַ „יחס כללי לכללות כוונת הבריאה” און איז „משלים הכוונה העליונה בענין הבריאה” — איז דאָך אַוודאי און אַוודאי אַזוי אין די דברים פרטיים וואָס זיינען נוגע דעם אדם, אַז יעדער פרט ופרט מצד עצמו איז משלים די כוונה העליונה בענין הבריאה.
יב. און דאָס איז אויך דער ביאור אין די רייד הנ”ל פון כ”ק מו”ח אדמו”ר:
דער אויפטו פון שיטת הבעש”ט בענין ההשגח”פ האָט אַרויסגעבראַכט דעם דערהער50, אַז וויבאַלד דער מאסר ויסוריו זיינען בהשגח”פ איז נוסף אויף דעם וואָס דערפון וועט אַרויסקומען די השלמה פון דער כוונה העליונה דורך
דער הוספה וחיזוק אין הפצת היהדות51 נאָך דער גאולה פונעם מאסר כנ”ל, איז אויך דער עצם המאסר ויסוריו כו’ איז „משלים הכוונה העליונה בענין הבריאה”, צו מגלה זיין אלקות בעולם.
ויש לומר אַז דער אויפטו און יתרון האָט זיך אויסגעדריקט בגלוי אין דעם, וואָס דער עצם מאסר האָט געבראַכט בשעת מעשה נאָך מער התעוררות און מסנ”פ צווישן אידן בכלל און חסידיו ומקושריו בפרט, צו שטאַרקן זיך אין דעם רבי’נס אַרבעט פון החזקת היהדות52.
און נאָכמער — דאָס האָט זיך אויפגעטאָן אויך אין מאסר גופא: דער עצם „שטעל” פון רבי’ן מיט אַ תוקף עצום אין זיין הנהגה דאָרט, אַז ער זאָל פאַר די אויבים ומנגדים צו קדושה כלל ניט נתפעל ווערן; נאָכמער: ער זאָל זיי בכלל ניט האַלטן פאַר קיין מציאות, ביז ער האָט אויף זיי געקוקט ווי זיי וואָלטן זיין „כאין ואפס ממש”, וואָס אַזוי האָט ער זיך טאַקע געפירט כל משך זמן היותו במאסר53 —
דאָס האָט מגלה געווען אין מאסר גופא אַז „אין עוד מלבדו”54.
און דאָס האָט גע’פּועל’ט דעם ביטול אויף זיי, אַז זיי אַליין האָבן געמוזט באַ־
פרייען דעם רבי’ן, ווי גערעדט מערערע מאָל בארוכה.
יג. ס’איז דאָך „הימים האלה נזכרים ונעשים”55, און „בתר רישא גופא אזיל”56, אַז די הנהגה פון רבי’ן וואָס ער האָט דערציילט איז אַ הוראה און נתינת כח אין דער עבודה פון יעדן אידן:
לכל לראש דאַרף מען וויסן אַז קיין שום זאַך טאָר ניט שטערן און אָפּהאַלטן פון דורכפירן די שליחות פון רבי’ן אין הרבצת התורה וחיזוק היהדות. ובפרט אַז ס’איז מעגלעך אַז צוליב דעם וואָס די אַרבעט פירט זיך ניט דורך בזריזות הדרושה, פאַרהאַלט מען אויף אַ רגע ביאת משיח צדקנו ושכינתא בגלותא:
און לאידך דאַרף מען וויסן, אַז אין וועלכן מעמד ומצב אַ איד זאָל זיך געפינען, אפילו ווען ער זעט ניט קיין שום מעגלעכקייט ח”ו אַז ער זאָל קענען טאָן אין הפצת היהדות והמעינות, טאָר מען זיך ניט מייאש זיין ח”ו, מען דאַרף געדיינקען אַז אויך דאָס איז בהשגחה פרטית, און בשעת ס’איז דאָ דער „יגעת”, וועט זיין אויך „ומצאת”57, אַז מ’וועט אויך אין דעם מעמד ומצב געפינען אַן ענין וואָס וועט אויפטאָן גילוי אלקות ובגלוי ממש.
וואָס עי”ז וועט מען סו”ס פועל זיין אַז די עבודה זאָל אויך זיין במצב פון התגלות, וואָס וועט ברענגען בזריזות ביאת משיח צדקנו, ונגלה כבוד ה’ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה’ דבר58.
(משיחת י”ג תמוז תשי”א)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
No resources yet
Check back later or ask an admin to upload Shiurim.