בהר א
"ושבתה" בשלימות הוא בשנת השמיטה, אך מעין ענין זה הוא בשנה השביעית למכירת העבד, ולכן יוצא העבד לחפשי. ויש לומר שכשהשנה השביעית של העבד הוא בשנת השמיטה אזי ה"נייחא" של העבד הוא בשלימות.
📖 Learn the Sicha
Original Text
א. אויפן פסוק1 „ושבתה הארץ שבת לה׳" — אַז בשנה השביעית דאַרף די „ערד" רוען און מען טאָר ניט טאָן קיין מלאכת השדה והכרם כו׳2 — ברענגט דער זהר3 דעם פסוק4 „כי תקנה עבד עברי שש שנים יעבוד (ובשביעית יצא לחפשי חנם)", און זאָגט „דכל בר ישראל . . אית לי׳ נייחא בשמיטה . . בההוא נייחא דארעא אצטריכו עבדי נייחא (אין דעם „רוען" פון דער ערד, דאַרפן אויך די קנעכט רוען) ובג"כ ובשביעית כו'".
בפשטות זעט אויס, אַז דער זהר לערנט דעם פשט אין „ובשביעית יצא לחפשי חנם", אַז דאָס מיינט (ניט דעם זיבעטן יאָר פון ווען ער איז געוואָרן אַן עבד, נאָר) „שנת השמיטה".
איז באַוואוסט די תמי׳5: עס איז אַ הלכה רווחת בכמה מקומות בחז"ל, אַז אַן עבד גייט אַרויס לחפשי (ניט בשנת השמיטה, נאָר) ב„שביעית למכירה"6; טאָ ווי זאָגט דער זהר „בההוא נייחא דארעא איצטריכו עבדי נייחא"?
און ס׳איז ניט מסתבר צו זאָגן, אַז דער זהר איז מחולק מיט די אַלע מאמרי חז"ל (בנגלה דתורה).
ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס מען געפינט בנוגע צו מצות, אַז
עס איז פאַראַן אַ קיום המצוה אין אַן אופן פון „לכתחילה", און ס׳איז פאַראַן א ַקיום המצוה (בלויז) אין אַן אופן פון בדיעבד.
וכמבואר באחרונים7, אַז אָט דער חילוק (פון לכתחילה און בדיעבד) איז פאַראַן אפילו ביי עניני דאורייתא. און נאָכמער: ניט נאָר בנוגע צו אַזעלכע פרטים פון דער מצוה וואָס זיינען בלויז אַ תנאי צדדי — וואָס דעמאָלט קען מען פאַרשטיין אַז אפילו ווען עס פעלט אָט דער תנאי, האָט מען מקיים געווען די מצוה (עכ"פ בדיעבד) — נאָר עס זיינען פאַראַן פאַלן, וואָס דער פרט איז אין גוף ענין המצוה, און אעפ"כ איז דאָס ניט אַ תנאי לעיכובא, און מ׳איז מקיים די מצוה (בדיעבד) אויך אָן דעם פרט. און ווי מען ברענגט דערויף כו"כ דוגמאות, ואבוה דכולהו — דעם כלל8 (ביי עניני קדשים): שנה הכתוב עליו לעכב.
ג. לויט דעם כלל, וועלן אויך פאַרענטפערט ווערן כו"כ ענינים תמוהים (וואָס אייניקע פון זיי וועלן דאָ ווייטער געבראַכט און נתבאר ווערן),
ולדוגמא (פון אַן ענין שבימים אלו): ביי ספירת העומר זאָגט דער פסוק9 „וספרתם לכם ממחרת השבת", וואָס מיינט בפשטות יום השבת [און ווי די צדוקים (בייתוסין) זאָגן, אַז „עצרת אחר השבת"10, אַז מען הויבט אָן ציילן ספירה
פון דעם „מחרת (יום) השבת"]; אָבער תורה שבע"פ איז מפרש אַז „ממחרת השבת" מיינט „ממחרת יו"ט", און ווי חז"ל ברענגען דערויף כו"כ ראיות ולימודים11.
איז לכאורה תמוה12: וויבאַלד תורה וויל מ׳זאָל אָנהויבן ציילן ספירה ממחרת יו"ט (דפסח) — הלמאי זאָגט תורה „ממחרת השבת" (וואָס גיט אַ מקום לטעות), און זאָגט ניט מלכתחילה „ממחרת הפסח"13 (וכיו"ב)?
ע"פ הנ"ל קען מען דאָס מסביר זיין, ובהקדם: כשם ווי עס איז פאַראַן אַ חילוק פון „לכתחילה" און „בדיעבד" מצד דעם קיום האדם (אַז ווען ער פאַרפעלט צו טאָן אַ פרט (שאינו מעכב) איז ער מקיים די מצוה בדיעבד) — עד"ז איז דאָ (אַמאָל) אַ חילוק מצד דער מצוה עצמה, אַז אין געוויסע מצבים איז די מצוה מיט מער שלימות, און ס׳איז דאָ א ַמצב וואָס די מצוה איז מלכתחילה אויסגעשטעלט אין אַן אופן, אַז אין דעם מצב טוט מען די מצוה ניט בשלימות — עס פעלן דערביי אייניגע פרטים.
פון די דוגמאות הכי פשוטות לזה: בזמן שבית המקדש הי׳ קיים איז יום טוב פאַרבונדן מיט הקרבת קרבנות (קרבנות יו"ט של ציבור, און של יחיד — עולות
ראי׳ ושלמי חגיגה), ומשחרב ביהמ"ק האָט מען דעם יו"ט מן התורה, אָבער אָן די קרבנות [ועד"ז בזמן שביהמ"ק הי׳ קיים — איז מי שאין לו קרקע — פטור פון עלי׳ לרגל14 (ובמילא אויך — פון די קרבנות יחיד הנ"ל), אע"פ וואָס ער האָט דעם יו"ט מן התורה].
וכמובן, זיינען די קרבנות היו"ט [ועד"ז — דער ענין פון עלי׳ לרגל] ניט אַ זייטיקער ענין אין יו"ט, ויתרה מזה י"ל: די קרבנות זיינען ניט אַ מסובב פון יו"ט נאָר זיי זיינען אַ חלק (עכ"פ — אַ הוספה) אין שלימות15 בענין היו"ט גופא.
אעפ"כ, ווען ס׳איז אַ מצב אַז מען קען (ע"פ תורה) די קרבנות ניט ברענגען, איז דאָ יו"ט וקדושת יו"ט וכו׳ מן התורה.
נאָכמער געפינט מען — אַז עס זיינען פאַראַן מצות וואָס זיינען מלכתחילה געגעבן געוואָרן אין אַן אופן, אַז עס איז פאַראַן אין דער מצוה צוויי זמנים: אין איין זמן איז זי פאַראַן בשלימותה, בכל הפרטים, און אין אַ צווייטן זמן האָט זי ניט די שלימות. ולדוגמא — יו"ט וחול המועד שלו. חוה"מ איז אַ טייל פון יו"ט, ער איז בכלל פון מועדים לשמחה און מצד זה מחוייב בשמחה מן התורה16,
אעפ"כ קומט עס ניט צו ימי היו"ט עצמו, וואָס דעמאָלט איז עס אַ יו"ט־טאָג
מיט דער גאַנצער שלימות, בכל הפרטים.
ד. עד"ז וועט זיין פאַרשטאַנדיק בנוגע צו מצות ספירה:
דאָס וואָס תורה זאָגט „וספרתם לכם ממחרת השבת" — אע"פ אַז די מצוה פון ספירה איז צו ציילן „ממחרת היו"ט" — איז עס ווייל אין אַ קביעות ווען יו"ט פאַלט אויס ביום השבת און מען הויבט אָן ציילן ספירה (אויך) „ממחרת (יום) השבת", איז דאָס לויט מחז"ל — אַ גרעסערע שלימות אין ענין הספירה (כדלקמן סעיף ה בארוכה).
דאָס הייסט, אַז די מצוה פון ספירה איז מלכתחילה געגעבן געוואָרן אין צוויי אופנים: די עצם מצוה פון ספירה (וואָס איז מעכב בדיעבד, און מוז זיין אין יעדער ספירה, אין וואָס פאַר אַ קביעות עס זאָל נאָר זיין) — איז צו ציילן „ממחרת היו"ט"; און עס איז פאַראַן אַ קביעות (כשחל פסח ביום השבת) ווען די מצוה פון ספירה איז מיט מער שלימות.
און וואָס עס שטייט אין תורה שבכתב — „ממחרת השבת", ווייל דאָס איז די מצוה בכל שלימותה.
ה. די ראי׳ והסברה בזה וועט מען פאַרשטיין פון אַ מדרש תמוה אויפן פסוק „וספרתם לכם ממחרת השבת", וז"ל המדרש17:
„כתיב שבע שבתות תמימות תהיינה אימתי (הן תמימות) בזמן שאין ישוע
ושכני׳ ביניהם", און מפרשים18 זיינען מבאר, אַז דאָס מיינט בזמן שסופרין ממחרת השבת כפשוטו, פון זונטאָג אָן.
און דער מדרש גיט אַ סימן אויף דער קביעות ווען פסח פאַלט אויס שבת19 — אַז די משמרות „ישוע ושכני׳" האָבן ניט געטאָן קיין עבודה במקדש בין פסח לעצרת,
אַז מען הויבט אָן ציילן ספירה במוצאי שבת („ממחרת השבת" כפשוטו) — „אז הן השבתות תמימות כששת ימי בראשית . . ואם יבוא ישוע . . לא יהיו תמימות".
איז תמוה: דער חיוב (ענין) פון „תמימות" איז בכל שנה ושנה, ביי יעדער קביעות (וואָס דערפאַר ווען שכח לספור שוב אינו מברך, ספירת העומר איז מבערב)20 — פאַרוואָס זאָגט דער מדרש אַז דער ענין פון „תמימות" איז דוקא ווען פסח איז חל בשבת?
נאָך מער: לכאורה גיט דאָס אַן אָרט צו דער שיטה פון די בייתוסים ח"ו — אַז ספירה הויבט זיך אָן שטענדיק פון „מחרת יום השבת".
איז דער ביאור אין דעם: בזמן אַז מ׳האָט „שבתות תמימות כששת ימי בראשית" איז דאָס „תמימות" בשלימות21. נאָר אָט די שלימות איז ניט מעכב בדיעבד22 — תמימות לעיכובא איז מ"ט יום —
אָבער שלימות אין ענין התמימות איז ווען ס׳איז „תמימות כששת ימי בראשית" (פסח שחל בשבת).
ו. ואם כנים הדברים — אַז תורה רעדט (אַמאָל) וועגן אַ מצוה ווי זי איז בשלימותה בכל הפרטים (אע"פ אַז ניט אַלע זיינען מעכב בדיעבד) — גיט אויך אַ הסברה אין אַן ענין תמוה בנוגע צום סיום פון ספירת העומר — חג השבועות:
וועגן דער קביעות פון חג השבועות זאָגן חז"ל23 „פעמים חמשה פעמים ששה פעמים שבעה". דאָס הייסט, אַז חג השבועות מוז ניט אַלעמאָל זיין (בזמן שמקדשין ע"פ הראי׳24) ביום מתן תורתנו (וואָס איז בששה25 (אָדער בשבעה26) בסיון).
איז ידועה די תמי׳ בזה27: מען געפינט אַז חז"ל פאַרבינדן דעם טאָג פון שבועות מיטן טאָג פון מתן תורה, ווי ער זאָגט אין ירושלמי28 אַז דער טעם וואָס ביי די קרבנות פון עצרת שטייט ניט אין פסוק דער לשון „חטא" (אַזוי ווי ביי קרבנות פון די אַנדערע ימים טובים) איז
„מכיון שקיבלתם עליכם עול תורה מעלה אני עליכם כאילו לא חטאתם מימיכם". ד.ה. עצרת איז פאַרבונדן מיט (דעם טאָג פון) קבלת התורה.
איז דער ביאור בזה: דער תוכן פון מצות ספירת העומר איז — די הכנה צו קבלת התורה. כמבואר אין ראשונים29 (בשם המדרש), אַז מצד דער גרויסער דערוואַרטונג און תשוקה פון אידן צו קבלת התורה, האָבן זיי (אַרויסגייענדיק פון מצרים) געציילט — מיט וויפל טעג איז מען געוואָרן נעענטער צו קבלת התורה. די מ"ט יום פון ספירה זיינען די הכנה צו מתן תורה (יום החמשים) [ובלשון החסידות30: דורך דער ספירה פון מ"ט יום וועלכע זיינען כנגד די מ"ט שערי בינה, דערגרייכט מען צו יום החמשים — שער הנו"ן — וואָס דאָס איז דער ענין פון מתן תורה].
קומט אויס, אַז אע"פ אַז דער ענין הספירה איז נקבע געוואָרן אין אַן אופן אַז דער יום החמשים מוז ניט אויספאַלן אין דעם טאָג פון קבלת התורה נאָכמער — ער קען זיין לפני קבלת התורה — פונדעסטוועגן, ווען עצרת (יום החמשים) פאַלט יע אויס אין דעם טאָג פון קבלת התורה, איז דאָס (ניט נאָך אַ זאַך, אַ דבר צדדי, נאָר) אַ שלימות אין עצרת גופא [די שלימות פון יום החמשים איז — ווען דאָס איז דער טאָג פון קיבלתם עליכם עול תורה — מתן תורה].
און וויבאַלד אַז עצרת בשלימותו איז ווען עס איז חל אין דעם טאָג פון קבלת
התורה, דעריבער (זאָגט דער ירושלמי) — שטייט ניט אין תורה שבכתב ביי עצרת דער לשון „חטא".
ז. כשם ווי דאָס איז בנוגע צו איין און דער זעלבער מצוה — עד"ז געפינט מען אין צוויי באַזונדערע מצות וועלכע האָבן אַ תוכן שווה, אַז אין איין מצוה איז דער תוכן המצוה בשלימות, און ביי דער צווייטער מצוה איז דאָס ניט בשלימותו.
ולדוגמא — זכירת יציאת מצרים, וואָס באַשטייט פון צוויי (באַזונדערע) מצות: דער חיוב לספר ביציאת מצרים בליל ט"ו בניסן31, און דער חיוב זכירת יציאת מצרים במשך כל השנה כולה32.
דאע"פ אַז ביידע האָבן דעם זעלבן תוכן — זכירת יציאת מצרים, זיינען פאַראַן כו"כ חילוקים אין קיום המצוה: די זכירה במשך כל השנה כולה איז ניט מיט אַלע פרטים און ניט אין אַן אופן מודגש ווי דער חיוב זכירת יציאת מצרים בליל פסח33.
און דער טעם הדבר איז מובן בפשטות: דער זמן פון יציאת מצרים (כפשוטה) איז בליל ט"ו בניסן, און דעריבער איז די זכירת יצי"מ בלילה זה אין אַן אופן פון (תכלית ה)שלימות;
משא"כ (דער חיוב) זכירת יצי"מ במשך כל השנה כולה איז נאָר אַ תוצאה פון (דעם חיוב ב)ליל פסח: וויבאַלד דער
ענין פון יציאת מצרים איז אַ „פעולה נמשכת"34, ווערט דערפאַר אַ חיוב זכירת יצי"מ במשך כל השנה כולה. איז במילא פאַרשטאַנדיק, אַז די זכירה איז ניט מיט (אַזאַ) שלימות ווי די זכירה פון ליל פסח.
ח. אַ מעין דוגמא להנ"ל (ניט בענין של מצוה) — געפינט מען אין אַ משנה, וואָס בהשקפה ראשונה זעט זי אויס תמוהה ביותר:
עס שטייט אין משנה35: „אלו הן הממונין שהיו במקדש", און די משנה רעכנט אויס די נעמען פון די ממונים און אויף וואָס פאַר אַן עבודה וענין אין מקדש איז יעדער פון זיי געווען ממונה („יוחנן בן פנחס על החותמות וכו׳").
[ווי מפרשים ברענגען36 אין דעם צוויי פירושים: א) „כשירי כל דור ודור בא למנות". ב) „מי שהי׳ באותו הדור מנה מה שבדורו"].
איז לכאורה תמוה: למאי נפק"מ צו אויסרעכענען אין משנה (שענינה — הלכה37) די נעמען פון די ממונים בדורות שלפנים, (וע"ד לשון הש"ס38) „מאי דהוה הוה"?
וועט מען דאָס פאַרשטיין לויט פי׳ הרע"ב39, אַז „הממונים הראשונים שנתמנו על כך כך הי׳ שמם, לפיכך נקראו הבאים אחריהם על שמם".
פאַרוואָס האָט מען אָנגערופן „הבאים אחריהם על שמם"?
וי"ל הביאור בזה: יעדער נאָמען דריקט אויס די תכונות וטבע פון דעם בעל השם, וכמאמר חז"ל40 „ר' מאיר הוה דייק בשמא". ובעניננו: דאָס וואָס מ׳האָט אויסגעקליבן די מענטשן צו זיין די ממונים אויף די ענינים מסויימים שבמקדש, איז ווייל די ענינים שבמקדש פאָדערן מענטשן וועלכע האָבן אָט־די תכונות, און זיי זיינען נרמז „דייק בשמא", אין זייערע נעמען41 — און בכל דור ודור ווען מ׳דאַרף ממנה זיין אַ נייעם ממונה אויף דעם ענין — דאַרף מען זוכן אַ מענטשן וועלכער איז ראוי האָבן דעם נאָמען.
אָבער דערפון גופא וואָס די ממונים שלאח"ז האָבן געהאַט אַן אַנדער נאָמען (נאָר לאחרי שנתמנו האָט מען זיי אָנגערופן „על שמם" פון די ערשטע) — איז פאַרשטאַנדיק, אַז ביי זיי איז בלויז געווען אַ „מעין" פון אָט די תכונות, אָבער ניט מיט דער שלימות ווי די ממונים וועלכע האָבן מלכתחילה געהייסן מיט די נעמען.
ט. ווי גערעדט פריער בנוגע צו זכירת יציאת מצרים, איז עד"ז דער ביאור אין דברי הזהר בנוגע צו שנה
השביעית:
עס איז דאָ די שנה השביעית פון כלל ישראל, שנת השמיטה, און ס׳איז פאַראַן די „שנה השביעית" פון אַ יחיד — די שנה השביעית למכירת עבד.
וויבאַלד אַז ביידע זיינען אַן ענין פון „שביעית"42, איז פאַרשטאַנדיק, אַז ביידע האָבן אַ צד השווה43;
ובפרט בנדו"ד איז דאָך דער יחיד אַ טייל פון כלל ישראל.
נאָר דער חילוק צווישן זיי איז: ביי דער שנה השביעית פון כלל ישראל, איז דער תוכן פון „שבת לה׳" בשלימות, און דעריבער ברענגט זי מיט זיך די אַלע הלכות פון שמיטה; משא"כ אין דער שנה השביעית פון אַ יחיד — איז בלויז אַ „מעין" פון דעם „שבת לה׳" פון שנת השמיטה, און דעריבער איז דאָס בלויז אין זיין אַרויסגיין „לחפשי חנם".
און דאָס זאָגט דער זהר „בההוא נייחא דארעא איצטריכו עבדי נייחא": אַן עבד דאַרף אַרויס גייען לחפשי בשביעית למכירה, ווייל ער איז אַ חלק פון כלל און ער האָט (אַ „חלק" פון) „ההוא נייחא דארעא" איז זיין שביעית למכירתו — אַ מעין פון דער שביעית פון כלל ישראל (וועלכע טוט אויף „נייחא דארעא").
ועפכ"ז קומט אויס אַ חידוש (וצ"ע וחיפוש בספרים): בשעת די שנה השביעית פון דעם עבד פאַלט אויס אין שנת השמיטה, טוט אויף שמיטה („נייחא
דארעא"), אַז זיין אַרויסגיין לחפשי („עבדי נייחא") זאָל זיין ב(תכלית ה)שלימות44. וצ"ע למאי נפק"מ. ואכ"מ.
ועפ"ז יומתק וואָס דער זוהר זאָגט באופן סתמי „בההוא נייחא דארעא
איצטריכו עבדי נייחא", פון וועלכן ס׳איז משמע אַז דער זהר רעדט וועגן שנת
השמיטה כפשוטה — ווייל דער זהר בריינגט דאָ דעם פאַל פון „ובשביעית יצא לחפשי חנם" ווי ער איז בשלימותו
[ע"ד הנ"ל (סעיף ד) אַז תורה זאָגט „וספרתם לכם ממחרת השבת" דערפאַר וואָס דאָס איז דער פאַל ווען די מצוה פון ספירה איז בשלימותה],
וואָס דאָס איז ווען שביעית למכירה (פון דעם עבד) איז אין אַ שנת השמיטה — „בההוא נייחא דארעא".
(משיחות י"א ניסן (והתועדויות שלאח"ז) תש"מ, חגה"ש תשמ"א)
Tap a footnote number to view it · Text courtesy of dach.dev
English Explanation
Explanation courtesy of dach.dev
📹 Video Shiurim
🎧 Audio Shiurim
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
Listen
The Sicha
Rabbi Chaim Wolosow
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
Listen
The Sicha
Rabbi Ari Shishler
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Spalter
The Sicha
Listen
The Sicha
Shiur
Listen
Shiur
The Sicha
Listen
The Sicha
Shiur
Listen
Shiur
The Sicha
Listen
The Sicha
10 Minute Sicha
Listen
10 Minute Sicha
Women Shiur
Listen
Women Shiur
Full Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Listen
Full Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
In Depth
Rabbi Mendy Wolf
Listen
In Depth
Rabbi Mendy Wolf
10 Minute Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Mendel Lipskier
Sicha Discourse
Rabbi Shalom Moshe Paltiel
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Shalom Moshe Paltiel
Full Sicha
Rabbi Avraham Brashevitzky
Listen
Full Sicha
Rabbi Avraham Brashevitzky
The Sicha
Rabbi Shloimy Greenwald
Listen
The Sicha
Rabbi Shloimy Greenwald
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
Listen
Sicha Discourse
Rabbi Nechemia Deitsch
The Sicha
Rabbi Moshe Gourarie
Listen
The Sicha
Rabbi Moshe Gourarie
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Listen
10 Minute Sicha
Rabbi Moshe Spalter
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
Listen
Women Shiur
Mrs Freidy Yanover
Shiur
Mrs Tzipah Wertheimer
Listen
Shiur
Mrs Tzipah Wertheimer
The Sicha
Rabbi Leib Schapiro
Listen
The Sicha
Rabbi Leib Schapiro
In Depth
Rabbi Dov Herman
Listen
In Depth
Rabbi Dov Herman